מען װיל „שטיצן די שאַפֿערס‟ און „נישט צו פֿיל קריטיקירן‟, דערקלערט שלום בערגער אין זײַן רעצענזיע אויף אונדזערע נאָר װאָס אַרויסגעגעבענע קינדערביכלעך, „די פֿרוכטן‟, „די אַנאַטאָמיע מיט אַלף און בית‟ און „דער קראָליק דער קאָסמאָנויט‟.
אינעם זעלבן אָטעם גיט ער אָבער צו פֿאַרשטײן אַז ער האַלט זײ פֿאַר „נחות־דרגאדיק‟, זעט „קנאַפּע מעלות‟ און אַז זײ לײענען זיך „װי אַ ראָבאָט װאָלט זײ אָנגעשריבן‟. אוי װײ… אויב דאָס איז דער פּסק װען בערגער װיל ניט צו שאַרף קריטיקירן װיל איך מסתּמא נישט הערן זײַן טיפֿערע מײנונג. נו, בערגער גיט איבער אַ סך װיכטיקע באַמערקונגען אי װעגן שפּראַך, אי וועגן אינהאַלט און עס איז מיר שטאַרק געפֿעלן צו הערן אַז די קינדער האָבן ליב די ביכלעך. פֿון דעסט וועגן, װיל איך דערקלערן אַ פּאָר זאַכן װעגן די פּובליקאַציעס און פֿאַר װאָס זײ זײַנען װיכטיקע אויסגאַבעס, נישט געקוקט אויף זײער ראָבאָטישן טעם.
איך האָב עטלעכע מאָל געהערט אַז מען טאָר נישט קאָמענטירן אויף אַ נעגאַטיװער רעצענזיע וועגן עפּעס װאָס מען האָט אַלײן פּראָדוצירט. טאָמער מען שרײַבט אָן אַזאַ קאָמענטאַר מוז מען זיך, אַ פּנים, שטאַרק שעמען. נישט געקוקט אויף דעם, זיץ איך איצט אין מײַן פּשוטער שװעדישער דירה און שרײַב אָט אַזאַ קאָמענטאַר. פֿאַר װאָס? קודם־כּל, שעם איך זיך זײער זעלטן און איך הער זיך נאָך מער זעלטן צו צו עצות װעגן װאָס מען מעג יאָ טאָן און װאָס מען טאָר נישט טאָן. צום באַדויערן, נײטיקט זיך יעדער אָנהײבער פֿון ייִדיש אין אַזוינע אײגנשאַפֿטן ווען ער ניצט די שפּראַך אין דער עפֿנטלעכקייט. אין משך פֿונעם יאָרצענדלינג װאָס איך האָב זיך פֿאַרנומען מיט ייִדיש האָב איך פֿון אָנהײב אָן געהערט פֿון עטאַבלירטע, אָנערקענטע ייִדישיסטן אַז איך זאָל בעסער שװײַגן. מע האָט דערקלערט אַז מײַן ייִדיש איז נישט קײן „אמתדיק ייִדיש‟, נאָר גיכער „אַפּיקורסיש‟ אָדער „כינעזיש‟ װאָס „גרילצט אין די אויערן‟. ס׳האָט מיך אָבער מאַלע װאָס געאַרט. אָבער צו שרײַבן, זינגען און רעדן אויף ייִדיש מיינט נישט בלויז אַז מען ניצט די שפּראַך, נאָר ס׳איז אויך אַ מין אַקטיװיזם װאָס שטרעבט צו האַלטן די שפּראַך בײַם לעבן מחוץ דער חסידישער וועלט. דערפֿאַר, דאַרף מען אַװדאי אַקטיװיסטן. און איך האָב, לײדער, געזען ווי צו פֿיל אַנגאַזשירטע ייִדיש־אַקטיװיסטן (אי יונגע, אי אַלטע) האַלטן זיך אָפּ פֿון ניצן מאַמע־לשון צוליב אַזוינע באַמערקונגען. זײערע פֿלאַמען לעשן זיך אױס פֿון אַ מנוּװלדיקן עליטיזם. אַן עליטיזם װאָס שטײט תּמיד אין וועג דעם לעבעדיקן, הײַנטצײַטיקן ייִדיש.
איך מיט דער װײַב, אידאַ אָלניאַנסקי, פֿירן אָן מיט אַ פֿאַרלאַג װאָס פֿאַרנעמט זיך נאָר מיט ייִדיש. מיר גיבן אַרויס שײנע ביכער מיט אַ פּראָפֿעסיאָנעלן אויסזען און צעשיקן זײ איבער דער גאַנצער װעלט. מיר זײַנען אַװדאי מסכּים מיט שלום בערגערן; מען זאָל שטיצן שאַפֿערס פֿון נײַער ליטעראַטור אויף מאַמע־לשון. דערפֿאַר, פֿאַרבעטן מיר יעדן אײנעם, פֿון די סאַמע גרעסטע מבֿינים פֿון ייִדיש ביז די אידיאָמאַטיש פֿאַרפּלאָנטערטע „ראָבאָטן‟, זיי זאָלן אַרײַנשיקן זײערע טעקסטן צו אונדז, װעלן מיר זײ גערן אַרויסגעבן. אַזוי שאַפֿט מען אַ לעבעדיק לשון, און אָט דאָס איז אונדזער אײן און אײנציקער ציל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.