אין דער אַלטער היים איז דער יום־טובֿ פּורים געווען דער פֿריילעכסטער טאָג אויפֿן לוח, בפֿרט פֿאַר די קינדער: מען איז נישט געגאַנגען אין חדר; אַ גאַנצן טאָג האָט מען געשמעקט די געבעקסן און מיט אומגעדולד געוואַרט אויפֿן שלח־מנות. דאָס לייענען די מגילה אין שיל ערבֿ־פּורים איז נישט געווען אַזוי וויכטיק ווי הײַנט. אין די זכרונות לייענט מען, אַז אַ סך אַ גרעסערע ראָלע האָט פֿאַרנומען דאָס אײַנפּאַקן, אַוועקטראָגן און באַקומען שלח־מנות, ווי אויך די פּורים־שפּילן.
וואָס שייך לייענען די מגילה האָבן די פֿרויען געהערט די מגילה אין דער היים. לויט די זכרונות פֿונעם גאַליציאַנער יאָאַכים שאָענפֿעלד, פֿלעג דער שמשׂ פֿון שיל אַרײַנגיין אין די הײַזער לייענען די מגילה פֿאַר זיי. פּאָלין ווענגעראָף, וואָס האָט באַשריבן אירע זכרונות אויף דײַטש, דערציילט אַז מע האָט געלייענט די מגילה אין דער היים אָבער איר טאַטע האָט נישט געוואָלט מע זאָל שרײַען און טופּען מיט די פֿיס בײַ המנס נאָמען. (פֿאַר וואָס שרײַבט זי נישט). ער האָט זיכער נישט געפּועלט.
אין א. ש. זאַקס׳ באַשרײַבונג פֿון זײַן ליטווישן שטעטל, האָבן די צוגרייטונגען אויף שלח־מנות פֿאַרנומען דעם אויבן־אָן, און שלח־מנות איז באַשטאַנען פֿון אַ סך מער ווי נאַשערײַ. ס’איז אויך געווען אַ געלעגנהייט צו העלפֿן די אָרעמע קרובֿים. „פֿאַר דער עלטער־מומען איז געלעגן אַ האָרבאַנד; פֿאַר דער מומען — אַ שייטל; פֿאַר דבֿורה די אלמנה צײַג צו נייען אירע קינדערלעך קליידער; פֿאַר איין קרובֿהס קינדער — שיכעלעך, פֿאַר אַ צווייטער קרובֿהס קינדער — זעקעלעך, פֿאַרן רבֿ אַ פֿלאַש ווײַן; פֿאַרן דיין אַ פֿלאַש בראָנפֿן; פֿאַרן מלמד — טיי און צוקער און פֿאַר דער אָרעמער שכנטע — אַ חודש דירה־געלט.‟ אין זאַקס׳ חדר האָבן די ייִנגלעך געלאָזט וויסן די אַנדערע קינדער וואָס זיי וואָלטן געוואָלט באַקומען פּורים, און מע האָט זיך באַמיט זיי צו באַפֿרידיקן.
עפּעס צו עסן איז יאָ געווען אינעם שלח־מנות — מאַראַנצן, געקאָכטע באָב, ציטראָן, אָבער אויך שפּילעכלעך פֿאַר די קינדער געמאַכט פֿון קראָכמאַל. בעלאַ שאַגאַל דערמאָנט אַזוינע „צאַצקעס‟ וואָס מע האָט פֿאַרקויפֿט ערבֿ־פּורים אין מאַרק און אַרײַנגעלייגט אין שלח־מנות: „פֿערדעלעך, שעפּסעלעך, פֿייגעלעך, ליאַלקעס אין וויגעלעך… רײַטנדיקע מרדכיס און אחשורושן”. אַ גאַנץ קאַפּיטל אין אירע זכרונות „ברענענדיק ליכט” דרייט זיך אַרום אַ צאַצקע, אַ פֿידעלע, וואָס מע האָט געקויפֿט אין מאַרק מיט „פּורים־געלט”. די דינסטן האָט מען געשאָנקען יעדן פּורים עפּעס פֿון גאָלד — אויעררינגלעעך און פֿינגעררינגלעך און אַרײַנגעלייגט אין זייער שלח־מנות.
פֿאַרנאַכט זענען געקומען די פּורים־שפּילער און געגאַנגען פֿון הויז צו הויז. די אָרעמע־לײַט און בעל־מלאכות זענען געווען די פּורים־שפּילער. לויט זאַקס, האָט דעם פֿורמאַנס יונג ווײַבל אויך געשפּילט אַ ראָלע — אסתּר המלכּה. וועגן אַ מיידל, אַ פּורים־שפּילערין, לייענט מען זעלטן, אָבער עס טרעפֿט זיך שוין בײַם סוף 19טן יאָרהונדערט, ווען דער ייִדישער טעאַטער האָט געבליט. אין זאַקס׳ שטעטל האָבן געשפּילט די אַנדערע ראָלעס דער טוקערקעס זון, דעם קצבֿס זון און אַנדערע יונגען פֿון אַרבעטער־משפּחות. די מעשׂה פֿון פּורים וואָס מען האָט אויפֿגעפֿירט איז געווען אויפֿן סמך פֿון באַקאַנטע מדרשים — מרדכי־הצדיק איז געווען אַ הויקער און אסתּר אַ גרינע. אין זאַקס׳ פּורים־שפּיל האָט זי געהאַט אַ גרינעם צאָפּ.
פּורים האָט מען זיך געפֿרייט אין דער היים און אין דער ישיבֿה. נאָך דער סעודה זענען די בחורים זיך צוזאַמענגעקליבן אין דער שטוב פֿונעם ראש־ישיבֿה, וווּ זיי האָבן אויפֿגעפֿירט אַ שפּיל. די אמתע אַקטיאָרישע טאַלאַנטן פֿון די בחורים האָט מען געזען אין דער פֿאָרשטעלונג. מען האָט חוזק געמאַכט פֿון די באַלעבאָסטעס וואָס פֿלעגן געבן „טעג” צו עסן און אויך חוזק געמאַכט פֿונעם רבֿ, פֿון זײַנע פּילפּולים און פֿונעם משגיח פֿאַר זײַנע מסירות. אויב מע האָט געדאַרפֿט מיידלישע קליידער האָט מען זיי געליגן פֿונעם ראש־ישיבֿהס טעכטער.
אין די גרעסערע ליטווישע ישיבֿות האָט מען אויסגעקליבן אַ פּורים־רבֿ וואָס האָט זיך אָנגעטאָן ווי דער רבֿ אָדער ראש־ישיבֿה. דער אמתער ראש־ישיבֿה איז געזעסן בײַם טיש מיט אַלע בחורים און זיך צוגעהערט צו דער פּאַראָדיע. זאַקס געדענקט, אַז אין די פּורים־שפּילן פֿון דער ישיבֿה האָט „תּמיד געדאַרפֿט זײַן אַ קראַנקער אין בעט, אַ מלאך־המוות און אַ מלאך־ הדומה. דער קראַנקער האָט מיט געזאַנג געזונגען וועגן אַלע זײַנע עבֿירות”.
בעלאַ שאַגאַל, אַ פּנים פֿון אַ באַלעבאַטישער משפּחה, געדענקט אַז די חבֿרה פּורים־שפּילער און קלעזמאָרים זענען געווען אַזוי נישט צוגעגרייט (אָדער שיכּור), אַז מע האָט זיך ממש געשלאָגן און איר טאַטע האָט זיי געדאַרפֿט אַרויסטרײַבן.
די אַלע באַשרײַבונגען פֿון פּורים זענען בלויז אויפֿן שפּיץ מעסער. וואָס מער מע לייענט פֿון דער זכרונות־ליטעראַטור, אַלץ פֿאַרביקער און אינטערעסאַנטער ווערט פֿאַר אונדז דאָס לעבן אינעם שטעטל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.