ניט לאַנג נאָך דעם ווי דער פּױלישער פּאַרלאַמענט האָט אָנגענומען אַ געזעץ וואָס פֿאַרווערט דאָס באַשולדיקן פּוילן אין קאָלאַבאָרירן מיט די נאַציס, האָט די וואַרשעווער צײַטונג Gazeta Wyborcza אָפּגעדרוקט אַן עפֿנטלעכן בריוו פֿון צוויי לערערס פֿון דער „הומאַניסטישער מיטלשול אויפֿן נאָמען פֿון יאַצעק קוראָן‟, אַדרעסירט צו זייערע תּלמידים און תּלמידות.
די לערערס זענען מיטגלידער פֿון דער פֿאָרשונג־גרופּע פֿאַר דער נײַער אויסגאַבע פֿון עמנואל רינגעלבלומס אַרכיװ.
דעם בריוו האָבן די לערער געהאַט אָנגעשריבן נאָך איידער דער פּרעזידענט האָט אונטערגעשריבן דאָס געזעץ. זינט ער איז אָפּגעדרוקט געוואָרן איז דער אָפּרוף געװען זײער אַ פּאָזיטיווער, מיט ווייניק אומגינציקע ענטפֿערס און ער האָט זיך ספּאָנטאַן פֿאַרשפּרייט איבער דער אינטערנעץ. אין גיכן האָט דער בריוו זיך באַוויזן אויף איטאַליעניש אינעם נײַעס־זשורנאַל MicroMega און אויף פֿראַנצייזיש — אין דער פּראָגרעסיווער טאָג־צײַטונג Liberation.
אָט איז אונדזער איבערזעצונג אויף ייִדיש:
טײַערע פֿרײַנד,
מיר שרײַבן דעם בריװ צו אײַך — תּלמידות און תּלמידים פֿון אונדזער מיטלשול — און צו אײַערע פֿרײַנד פֿון אַנדערע שולן. כאָטש מיר זײַנען אױך װיסנשאַפֿטלערס װאָס פֿאַרנעמען זיך מיט דער געשיכטע פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה, שרײַבן מיר ניט װי מע װאָלט געשריבן אין אַ װיסנשאַפֿלטעכער דעבאַטע. ס׳איז אױך ניט קײן אַרײַנמישונג פֿון קינסטלערס. מיר שרײַבן צו אײַך און אײַערס גלײַכן װי לערערס.
איר האָט זיכער באַמערקט, װײַל די מעדיע רעדט װעגן דעם שוין אַ װאָך לאַנג: אױף דער אונטערשריפֿט פֿון דעם פּױלישן פּרעזידענט װאַרט אַ נײַ געזעץ, װאָס קלינגט, פֿאַרקירצט, אַזױ: װער עס באַשולדיקט די פּױלישע נאַציע אָדער פּױלישע מלוכה אין מיט־אַחריות פֿאַר די פֿאַרברעכנס קעגן שלום, קעגן דער מענטשהייט אָדער אין מלחמה־פֿאַרברעכנס װעט זײַן אױסגעשטעלט אױף אַ שטראָף. אין דעם בריװ אונדזערן און אױך אין דער צוקונפֿט װעלן מיר נישט פֿאָלגן דאָס געזעץ.
דער באַגריף פֿון דער „פּױלישער נאַציע‟ און אינסטיטוציעס פֿון דער פּױלישער מלוכה (און אױך אַלע אַנדערע „נאַציעס‟ און מלוכות) טראָגן בפֿירוש יאָ אַ טייל פֿונעם אַחריות פֿאַר די פֿאַרברעכנס קעגן שלום, דער מענטשהייט און פֿאַר די קריג־פֿאַרברעכנס.
דאָס וואָרט „נאַציע‟ איז אַ כּישוף װאָס קען פֿאַרוואַנדלען פֿרידלעכע מענטשן אין אַכזריותדיקע מערדערס, וועלכע זענען אין גאַנצן איבערצײַגט אַז זיי זענען גערעכט. ווען דער באַגריף „נאַציע‟ איז ערשט אויפֿגעקומען בײַם אָנהייב פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, האָט ער געבראַכט אַ האָפֿענונג אַז מע וועט באַפֿרײַען מענטשן פֿון טיראַנײַ; מע וועט אָנהייבן אָפּשאַצן די פֿאַרשײדנקײט פֿון קולטור און שפּראַך און צוזאַמען קעמפֿן פֿאַר פֿרײַהײט.
אָבער װען דער באַגריף „נאַציע‟ איז געװאָרן פֿאַרבונדן מיט דער מלוכה; װען דער בונטאַרישער רוף איז מגולגל געװאָרן אין אַן אידעאָלאָגיע פֿון מאַכט, איז שוין ווייניק פֿאַרבליבן פֿון יענער האָפֿענונג. די נאַציאָנעלע מלוכה באַזירט איר כּוח דווקא אױפֿן שאַפֿן אַ וואַנט צװישן מענטשן און באַשטימען װער ס׳געהערט צו דעם אױסגעטראַכטן נאַציע־פֿאָלק וואָס ווערט יאָ באַשיצט פֿון דער רעגירונג און װער ס׳איז אױסגעשלאָסן דערפֿון און בלײַבט דערפֿאַר אומבאַשיצט. די נאַציע־מלוכה ניצט אויס דעם באַגריף „נאַציע‟ כּדי צו באַמעכטיקן אירע פֿונקציאָנערן צו קאָנטראָלירן דאָס לעבן פֿון אירע „אָנגענומענע‟ אײַנוווינער און אױסשטעלן די „נישט־אָנגענומענע‟ אױף טױט.
אַזוי לערנט אונדז די געשיכטע — אַרײַנגערעכנט די פּױלישע געשיכטע.
דווקא די פּױלישע מלוכה — די צװײטע רעפּובליק — האָט אין 1938 אָרגאַניזירט אַ לאַגער אין זבאַנטשין, װוּ זי האָט פֿאַרשפּאַרט טױזנטער ייִדישע בירגערס פֿאַרטריבן פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד; דערצו האָט דער פּױלישער פּאַרלאַמענט זיי נישט דערלויבט צו קריגן פּוילישע בירגערשאַפֿט און זיי תּיכּף אַרײַנגעזעצט אין תּפֿיסה. דווקא די פּױלישע מלוכה, רעפּרעזענטירט דורכן בילדונג־מיניסטער, האָט אין 1937 לעגאַליזירט „געטאָ־בענק‟, כּדי אָפּצוטיילן די ייִדישע סטודענטן פֿון די נישט־ייִדישע אין די אוניװערסיטעט־זאַלן — אױפֿן זעלבן אופֿן ווי זיי האָבן שפּעטער פֿאַרשפּאַרט די ייִדן הינטער די געטאָ־מױערן.
בשעת דער מלחמה האָט דווקא די פּױלישע מלוכה — דאָס הײסט, איר רעגירונג אין לאָנדאָן — צוויי יאָר לאַנג בכלל נישט פֿאַרדאַמט די פֿאַרברעכנס קעגן די ייִדן; נישט אויף דער ראַדיאָ, נישט אין דער געהיימער פּרעסע. אַפֿילו ווען די רעגירונג האָט עס שוין יאָ געטאָן אין יוני 1942 האָט זי ניט עפֿנטלעך אַפּעלירט צו די פּאָליאַקן זיך אַנטקעגנצושטעלן דער פֿאַרטיליקונג פֿון די ייִדן. נישט געקוקט אויף די מאַסן־דעפּאָרטאַציעס אין די טױטלאַגערן, נישט געקוקט אױף די תּרעומות פֿון די מיטגלידער פֿונעם פּױלישן מלוכישן ראָט אין גלות — שמואל זיגעלבױם און יצחק שװאַרצבאַרד.
אין מאַרץ 1943, עטלעכע װאָכן פֿאַרן אױפֿשטאַנד אין װאַרשעװער געטאָ, װען צװײ מיליאָן ייִדן זײַנען שוין געהאַט דערהרגעט געוואָרן אױף פּױלישער ערד, האָט שװאַרצבאַרד זיך געבעטן בײַם מלוכישן ראָט אַזוי: „עס פֿאַרדריסט מיך שטאַרק וואָס דער מיניסטעריום פֿון אינערלעכע ענינים האָט בעת דער אָנגייענדיקער קאַטאַסטראָפֿע זיך ניט געװאָנדן צום פּוילישן פֿאָלק צו שטיצן, ווי ווײַט מעגלעך, סײַ מאָראַליש סײַ פּראַקטיש, די פּוילישע ייִדן וואָס ווערן פֿאַרטיליקט.‟
הײַנט זעען מיר אַז די אינסטיטוציעס פֿון דער פּױלישער מלוכה דערלאָזן ניט מענטשן אויסזאָגן דעם אמת װעגן דעם װאָס ס׳איז געשען בשעת צװײטער װעלט־מלחמה. אין אַ סך שטעט, שטעטלעך און דערפֿער װייסן אַ סך פֿון די אײַנוווינער דווקא יאָ וועגן די הריגות און רויב וואָס פּאָליאַקן האָבן דורכגעפֿירט קעגן זייערע ייִדישע שכנים, און זיי ווילן אויסדריקן זייער שולדגעפֿיל. אָבער די זעלבע נאַציאָנעלע אידעאָלאָגיע װאָס האָט אינספּירירט יענע פֿאַרברעכנס ווערט הײַנט אויסגעניצט צו פֿאַרשווײַגן דעם ענין. אַ סך פּאָליטיקערס און זשורנאַליסטן ווילן אונדז אײַנרעדן אַז פּוילן איז געווען אומשולדיק און בלויז געוויסע יחידים האָבן דורכגעפֿירט די אַכזריותדיקע אַקציעס. ס׳איז אָבער פּונקט פֿאַרקערט: געוויסע יחידים האָבן אַרויסגעוויזן מסירת־נפֿש און אַנדערע האָבן געטאָן שרעקלעכע זאַכן. די „נאַציע‟ האָט געדינט דווקא ווי אַ באַרעכטיקונג פֿאַר יענע פֿאַרברעכנס.
מיר שרײַבן דעם בריװ פֿרײַטיק, דעם 2טן פֿעברואַר. די מעדיע האָט לעצטנס געמאָלדן אַז 90 מענטשן װאָס האָבן געפּרוּװט קומען קײן אײראָפּע האָבן זיך דערטראָנקען לעבן דעם ליבישע ברעג. דווקא מלוכישע אינסטיטוציעס האָבן גענײט די מענטשן צו זוכן אומלעגאַלע װעגן צו דערגרייכן אײראָפּע און די אינסטיטוציעס האָבן אַרײַנגעזעצט טויזנטער אַנדערע אין לאַגערן ענלעכע צום לאַגער אין זבאַנשין. די פֿאַרברעכנס שטאַמען פֿון נאַציאָנאַלן עגאָיִזם און פֿונעם באַגריף „פּױלישע נאַציע‟. די פּאָליטיק פֿון דער הײַנטיקער פּױלישער מלוכה װאָס טענהט אַז זי „באַשיצט‟ דאָס פֿאָלק פֿון „פֿרעמדע עלעמענטן‟ שפּילט אַליין אַ ראָלע אין דעם פֿאַרברעכן.
בשעת דער מלחמה האָט מען ניט געזען קיין שום פּוילישע געמיינדע וואָס זאָל אַרויסווײַזן אַחדות מיט די ייִדן פֿאַרמישפּעט צום טױט, אַזוי ווי שװאַרצבאַרד האָט אַזוי שטאַרק געװאָלט גלייבן. און הײַנט זעט מען ווײַטער ניט קיין פּוילישע געמיינדע וואָס ווײַזט אַרויס סאָלידאַריטעט מיט די מענטשן װאָס שטאַרבן אױפֿן ים אָדער לײַדן אין די לאַגערן. די „נאַציע‟ דערמעגלעכט פּשוט נישט אַז מע זאָל קענען שאַפֿן אַזאַ געמיינדע.
די פּױלישע מאַכט האַלט אין איין אַרײַנהאַקן אין אונדזערע קעפּ און הערצער דעם באַגריף „נאַציע‟. אינעם נײַסטן געשיכטע־קוריקולום פֿאַר מיטלשולן, װאָס איז אין תּוך ניט אַזױ אַנדערש פֿון דער פֿריִערדיקער, שטייט אױף אײן זײַט (דאָרט װוּ מע באַשרײַבט די פּעדאַגאָגישע צילן פֿון די געשיכטע־לעקציעס) דאָס װאָרט „נאַציע‟ נישט ווייניקער ווי זעקס מאָל, און דאָס װאָרט „פֿאָטערלאַנד‟ — פֿינעף מאָל. נאָר אײן מאָל פֿאַררופֿט מען זיך אויף אַנדערע פֿעלקער און מלוכות.
אַהוץ דעם לערנען די תּלמידים און תּלמידות וועגן ענינים פֿאַרבונדן מיט דער נאַציע און מלוכה, האָט אַזאַ סאָרט געשיכטע, אַזוי ווי מע לערנט זי הײַנט אין די שולן, בכלל ניט קיין אָרט אויף עפּעס אַנדערש. מע דערמאָנט בכלל ניט די מענטשן װאָס ווערן שטאַרק אונטערדריקט פֿון אַנדערע נאַציעס, וועגן זייער לעבן און אַרבעט, אָדער וועגן זייער זוכן אַ בעסערן לעבן־שטייגער, אַ בעסערע געזעלשאַפֿט און די מעגלעכקייט צו פֿירן אַ גליקלעך לעבן.
די הערשערס ניצן אויס דעם באַגריף „נאַציע‟ כּדי צו באַזאָרגן מיט אַ פֿאַלשן שטאָלץ, אַ פֿאַלשער געמײנדע און פֿאַלשער באַשיצונג יענע מענטשן װאָס זײַנען אָפֿט מאָל אומגליקלעך, אָן האָפֿענונג, אויסגעמאַטערט פֿון דער אַרבעט און טראָגן דעם עול פֿון אַ היפּאָטעק וואָס זיי קענען נישט אויסצאָלן. די מלוכה ניצט אויס דאָס וואָרט כּדי אַרויסצורופֿן בײַ זיי ביטול, אומצוטרױ און שׂינאה קעגן „פֿרעמדע‟, כּדי צו באַפֿולמאַכטיקן אַ „הײליקן‟ עגאָיִזם, צו באַרעכטיקן אומסענסיטיװקײט און פּניות. זײ ניצן דאָס וואָרט כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז יענע מענטשן וואָס זוכן דעם אמת זאָלן עס ניט טאָן.
מע קען דאָס זען יעדן טאָג, װען איר הערט זיך צו צו די פּאָליטיקערס מיט זײערע קינדישע, מיאוסע רעדעס וואָס זייער איינציקער ציל איז אָנצוהעצן אין אײַך אַ פֿײַנטשאַפֿט צו יענע מענטשן וואָס איר וואָלט געקאָנט העלפֿן און באַפֿרײַנדן. איר זענט אָבער די גערעכטע; לאָזט זיי אײַך ניט אײַנרעדן אַז ניט. יעדער אײנער פֿון אײַך קען טראַכטן און פֿילן פֿאַר זיך. עס דערוואַרט אײַך אַ צוקונפֿט װאָס איר וועט מוזן אַליין אויספּלאַנירן און אויפֿבױען צוזאַמען, און װאָס מוז זײַן בעסער ווי דאָס וואָס מע זעט איצט.
אײַערע לערער
סעבאַסטיאַן מאַטושעװסקי און פּיאָטר לאַסקאָשסקי
איבערזעצונג: קאַראָ װעגנער
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.