וואָס אַחשוורוש האָט מיר מענספּליינד1: מאָנאָלאָג פֿון אסתּר המלכּה

What Ahasuerus Mansplained to Me: Queen Esther's Soliliquy

Yehuda Blum

פֿון יעד בירן

Published February 23, 2018.

האַלאָ? אַ פֿריילעכן פּורים! האַלאָ? איר הערט מיך? נו… איך האָב טאַקע ליב ייִדן, גלייבט מיר, אָבער די צרה איז אַז זיי הערן זיך נישט צו. נו, זאָגט זשע, ווער פֿון אײַך געדענקט וואָס קומט פֿאָר אין די לעצטע קאַפּיטלען פֿון מײַן מגילה? שרעקלעכע זאַכן זענען דאָ דאָרטן, אָבער קיינער געדענקט זיי נישט. מע הערט זיך פּשוט נישט צו. ייִדן האָבן נישט קיין געדולד.

סע שטייט דאָך דאָרט געשריבן: ותוסף אסתר, דאָס הייסט איך, ותדבר לפני המלך, ותיפול לפני רגליו, ותבך ותתחנן לו.2 דאָס גאַנצע שטיק האָב איך געשפּילט דאָרטן, ווי אין אַ ייִדישן טעאַטער. איך בין דאָך דעמאָלט יונג און שיין געווען ווי אַ פּרימאַדאָנע. און דאָס איז נאָר אַ קליינער טייל פֿון דער מעשׂה. וווּ איז דאָס איבעריקע, פֿרעגט איר? דער פֿעטער מרדכי האָט מיר געהייסן דאָס אַרויסוואַרפֿן פֿון דער מגילה. איך בין געזעסן און געשריבן, און איבערגעשריבן, און געהאָרעוועט, און אָפּגעמעקט, און נאָך אַ מאָל איבערגעשריבן מיט טרערן אין די אויגן. דאָס זענען וויכטיקע זאַכן, נישט קיין נאַרישקייטן, עס מוז זײַן פּערפֿעקט. אָבער דער פֿעטער מרדכי איז געקומען, געגעבן אַ לייען, און געזאָגט, „וואַרף עס אַרויס, אסתּרשי, עס פּאַסט נישט.”

„פֿאַר וואָס, פֿעטער קרוין?” האָב איך אים געפֿרעגט.

„ייִדן וועלן נישט האָבן קיין געדולד. די ייִדעלעך וואָס קומען אין שול אַרײַן ערבֿ־פּורים, מיט די קינדערלעך וואָס לויפֿן אַרום און הוליען, זיי אַליין זענען הונגעריק נאָכן תּענית, דײַן תּענית, זיי וועלן האָבן געדולד צום מערסטנס ביז המנס תּליה. נאָך דעם, גיי רעד צו דער וואַנט. זיי וועלן דיך הערן ווי המן דעם גראַגער.” אַזוי האָט דער פֿעטער געזאָגט.

שוין דערמאָנט דעם ימח־שמוניק, לאָמיר נאָר זאָגן אַז ער איז נישט געווען קיין סימפּאַטישער מענטש. אַן אַנטיסעמיט פֿונעם ערגסטן סאָרט, נישטאָ וואָס צו רעדן. אָבער אַזאַ קעלבל! אַ שוטה! אַ לא־יוצלח! אַפֿילו זרש איז געווען קליגער פֿון אים. און זי איז אויך נישט געווען רש״יס אַ טאָכטער. דאָך האָט זי אים געוואָרנט: אם מזרע היהודים מרדכי3… נו, ער האָט זי דען געהערט? ווי המן דעם גראַגער…

דאָס אַלץ איז אָבער נישט וויכטיק. קעלבלעך זענען תּמיד געווען און וועלן תּמיד זײַן. איך האָב דאָס אַלץ שוין געשריבן אין דעם טייל קאַפּיטל וואָס דער פֿעטער האָט מיר געהייסן אַוועקוואַרפֿן. אַ נאַרישער מלך וואָס האָט צו פֿיל מאַכט אין זײַנע הענט קען זײַן מער געפֿערלעך ווי אַן אַנטיסעמיט אַ שלומיאל! אָבער דער פֿעטער מרדכי האָט געזאָגט אַז די מגילה איז שוין אויך אַזוי צו לאַנג. נאָר בגוואַלד האָט ער מצליח געווען דאָרטן אַרײַנצושטופּן דעם גאַנצן ענין מיט זײַן חוּר כּרפּס און תכלת. און תכריך בּוץ. און ארגמן.4 און אפֿשר נאָך עפּעס.

די מעשה איז אַזאַ. נאָך המנס טויט בין איך געקומען צום מלך און געבעטן ער זאָל אָפּרופֿן דעם באַפֿעל צו הרגענען די ייִדן. האָט ער מיר געענטפֿערט: „זײַ מיר מוחל, אסתּרל, איך קען נישט.”

„אדוני מלך, וואָס הייסט איר קענט נישט?”

„איך קען נישט, מיידעלע, ווײַל מע קען נישט אָפּרופֿן אַ באַפֿעל וואָס איז געחתמעט געוואָרן מיטן מלכס רינג.”

„שרײַבט זשע אַ נײַעם באַפֿעל!” האָב איך געזאָגט.

„אַ נײַעם באַפֿעל קען איך טאַקע שרײַבן, אָבער אַן אַלטן קען איך נישט אָפּרופֿן!”

„אחשוורשי — האָב איך זיך געחנדלט — אויב איר וועט אָפּרופֿן דעם באַפֿעל וועל איך אײַך… ווויל געפֿעלן…”

„וואָס פֿאַר אַ נקבה דו ביסט!” האָט ער זיך שוין פֿאַררייטלט, „אָבער אָפּרופֿן דעם באַפֿעל קען איך בשום־אופֿן נישט.”

„וואָס זענען די נאַרישקייטן?” בין איך שוין כמעט אַראָפּ פֿון זינען.

„דאָס זענען נישט קיין נאַרישקייטן, מײַן מיידעלע,” האָט ער מיר „מענספּליינד”, „סע שטייט געשריבן: כי כתב אשר נכתב בשם המלך ונחתום בטבעת המלך אין להשיב.5 דער רינג איז צו מעכטיק! עס איז מעכטיקער פֿון מיר אַליין. גוואַלד!”

„אָבער איר זענט דער מלך, און דאָס איז אײַער רינג,” האָב איך געפּרוּווט אים פּאַמעלעך דערקלערן, ווי אַ קינד. נישט געווען מיט וועמען צו רעדן. „דער רינג, דער רינג,” דאָס איז אַלץ וואָס ער האָט געקאָנט זאָגן, „מײַן פּרעשעס…” אפֿשר געלייענט צו פֿיל ביכער פֿון טאָלקין. וואָס זאָג איך? הלוואי געלייענט, געזען די פֿילמען האָט ער…

איז אָנשטאָט שלום צו האָבן, האָבן מיר געהאַט אַ שרעקלעכע מלחמה מיט צענדליקער טויזנטער קרבנות! און צוליב וואָס? צוליב אַ נאַרישן מלך וואָס מיינט אַז זײַן רינג איז שטאַרקער פֿון אים אַליין… צענדליקער טויזנטער!

ייִדן, הערט זיך צו, לערנט זיך עפּעס אָפּ פֿון מײַן מגילה!

(געשריבן פֿאַר „אסתּרס קאַבאַרעט” אין בית שלום עליכם, תּל־אָבֿיבֿ, תשע״ח)


1. מענספּליינינג: ווען אַ מאַן דערקלערט אַ זאַך צו אַ פֿרוי „פֿון אויבן אַראָפּ”, ד״ה ווי זי וואָלט געווען אַ קליין קינד 2. און אסתּר האָט ווידער גערעדט פֿאַרן מלך, און זי איז געפֿאַלן פֿאַר זײַנע פֿיס, און האָט געוויינט און געבעטן בײַ אים
3. אויב פֿון ייִדישן אָפּשטאַם איז דער מרדכי…
4. ווײַסע צייג, דינע ליינען, און בלאָע וואָל. און אַ מאַנטל פֿון פֿיינליינען. און פּורפּל
5. וואָרום אַ געשריפֿטס וואָס איז געשריבן אין נאָמען פֿון מלך, און געחתמעט מיטן זיגלרינג פֿון מלך, איז ניט אָפּצורופֿן.