אַלע קינדער קענען די אַלטע באָבע־מעשׂה, Little Red Riding Hood. און אפֿשר איז די מעשׂה הײַנט ניט אַזוי פּאָליטיש־קאָרעקט. הרגענען די באָבע? און ר’ וואָלף? וואָס איז ער נעבעך שולדיק אַז ער קען דאָך גאָרניט טאָן וועגן זײַנע חיהשע אינסטינקטן?
און ווי אַזוי קען מען בכלל איבערזעצן אַזאַ מעשׂה פֿאַר ייִדישע קינדער? די מעשׂה וואָס די ברידער גרים האָבן אַדאָפּטירט פֿון אַלטע אייראָפּעיִשע לעגענדעס, אַנטהאַלט דאָך אַ סך גוייִשע עלעמענטן.
ווער האָט דען געהערט פֿון אַ קליין מיידעלע וואָס רײַט אויף אַ פֿערד? און אַ יעגער? דאָס הייסט בײַ זיי אַ ייִדישע פּרנסה? הרגענען טריפֿענע חיות? גאָט זאָל אָפּהיטן.
צוליב דעם האָט מען אין וואַרשע, אין 1921, אַרויסגעגעבן דאָס ביכל, „צען מעשׂהלעך פֿאַר קליינע קינדער‟
פֿאַר וואָס דערצייל איך אײַך די מעשׂה דווקא לכּבֿוד פּורים? פּשוט, ווײַל זי גראַמט זיך און ווערט באַגלייט פֿון אַ מוסר־השׂכּל. דאָס מיידעלע איז דאָ אַ כּשרע ייִדישע טאָכטער וואָס הייסט „רויט מענטעלע.‟ זי האָט באַקומען דאָס מענטעלע פֿון דער באָבען.
די מעשׂה הייבט זיך אָן אַזוי:
געװען אַ מאָל אַ מײדעלע, יענטעלע. האָט איר די באָבע אױף יום־טובֿ געשאָנקען אַ רױט מענטעלע. דאָס מענטעלע האָט איר זייער געפּאַסט. זי פֿלעגט עס תּמיד טראָגן אין גאַס, און אַלע האָבן זי גערופֿן ׳רױט־מענטעלע׳.
אײן מאָל, פּורים, זאָגט צו איר די מאַמע: „טו אָן דאָס רױטע מענטעלע, נעם אַ המן־טאַש, אַ שטרודל, אַ פּורים־קוילעטש (אַ טראַדיציאָנעלע חלה צו דער פּורים־סעודה) און פֿלאָדן, און טראָג אַװעק דער באָבען שלח־מנות, זאָל זי האָבן צו פֿאַרבײַסן נאָכן תּענית (תּענית אסתּר). נאָר זע, זאַם זיך ניט לאַנג אין װאַלד….‟
אין דער ייִדישער מעשׂה געפֿינט זיך ניט קיין יעגער און בשום־אופֿן נישט קיין גוייִשער מערדער. נו? ווער הרגעט דעם מיאוסן וואָלף? יחיאל דער וואַסער־טרעגער, מן־הסתּם אַן אָרעמער מאַן מיט אַ שיינער ייִדישער פּרנסה. ווען יענטעלע גייט אַרײַן צו דער באָבעס שטוב האָט זיך דער וואַסער־טרעגער געפֿונען נישט ווײַט.
לאָמיר לייענען דעם סוף:
דאָס מיידעלע האָט מיטן הענטעלע אַ צי געטאָן דאָס שנירעלע, געעפֿנט דאָס טירעלע אין שטיבעלע, אַרײַן צו באָבעס בעט, צוגעלאָפֿן און פֿאַרװוּנדערט שטײן געבליבן.
— באָבעשי, באָבעשי! װאָס האָסטו אַזעלעכע לאַנגע פֿיס?
— איך זאָל בעסער לױפֿן, מײַן פֿײגעלע.
— באָבעשי, באָבעשי! װאָס האָסטו אַזעלעכע לאַנגע הענט?
— איך זאָל דיך בעסער אַרומנעמען, מײַן אוצרל.
— באָבעשי, באָבעשי! װאָס האָסטו אַזעלעכע ברענענדיקע אױגן?
— איך זאָל דיך בעסער זען, מײַן גאָלד.
— באָבעשי, באָבעשי! װאָס האָסטו אַזעלעכע שפּיציקע צײן?
— איך זאָל דיך אױפֿעסן. (אוי וויי איז מיר!) דער װאָלף האָט ברייט געעפֿנט דאָס מױל און זיך אױפֿן מײדעלע געלאָזט.
האָט זי אַ גרױסן געשרײ געטאָן. ניט װײַט איז יחיאל דער װאַסער־טרעגער געגאַנגען, איז ער אין שטיבעלע אַרײַן, דעם װאָלפֿס בױך צענומען און די באָבע, אַ לעבעדיקע, אַרױסגענומען. האָבן זײ זיך שטאַרק געפֿרײט, אין ראָד געדרײט, אַ פּורים־קױלעטש אין דער לענג, אַ המן־טאַש אין דער ברײט און ס׳איז גרױס געװען די פֿרייד.
אַ שפּרונג אַ און אַ לאָף — צו דער מעשׂה אַ סוף.
וליהודים הייתה אורה ושׂמחה ושׂשׂון ויקר!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.