אַזוי ווי אַלע ייִדיש־שפּראַכיקע קולטור־אָרגאַניזאַציעס האָט די „ייִדיש־ליגע‟ פֿאַראַיאָרן אָפּגעמערקט דעם 100סטן יאָרצײַט פֿונעם קלאַסיקער מענדעלע מוכר־ספֿרים, דורך אַן איין־טאָגיקן סעמינאַר פֿון ד׳׳ר אַבֿרהם נאָווערשטערן וועגן זײַן לעבן און שאַפֿונג.
די טעמע מענדעלע איז אויך דער פֿאָקוס פֿונעם ווינטער־פֿרילינג נומער פֿונעם „ייִדיש־ליגעס‟ אָרגאַן „אויפֿן שוועל‟, וואָס איז לעצטנס אַרויסגעגעבן געוואָרן. דער זשורנאַל, וואָס צו 77 יאָר איז די עלטסטע ייִדישע פּובליקאַציע אויף דער וועלט אַחוצן „פֿאָרווערטס‟ וואָס דערשײַנט רעגלמעסיק, איז אינעם לעצטן יאָרצענדליק פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַן אַקאַדעמישער אויסגאַבע וואָס נעמט אַרײַן פֿאָרשערישע אַרטיקלען און עסייען בײַנאַנד מיט בעלעטריסטיק און פּאָעזיע.
אינעם איצטיקן נומער געפֿינען זיך אַ ריי נײַע פֿאָרשאַרבעטן געווידמעט מענדעלעס לעבן און שאַפֿן, אַרײַנגערעכנט „מחשבֿותלעך וועגן מענדעלע‟ פֿון רייזע טורנער, יצחק (יאַן) שוואַרץ און מרים יודל; אַ באַריכט פֿון פּאַריז וועגן אַן אויסשטעלונג געווידמעט מענדעלע (פֿון טל חבֿר־כיבאָווסקי און נאַטאַליע קריניצקאַ); אַ „בינטל זכרונות‟ פֿון יחיאל שיינטוך וועגן דעם „מענדעלע־פּראָיעקט‟ בײַם „העברעיִשן אוניווערסיטעט‟ אין ירושלים; פֿאָרשערישע עסייען פֿון דוד־הירש ראָקסעס און דן מירון וועגן „די קליאַטשע‟ (מירון) און „פֿישקע דער קרומער‟ (ראָסקעס); אַ לינגוויסטישע אָפּהאַנדלונג פֿון יודל מאַרק ז׳׳ל וועגן די דיאַלעקטישע פּיטשעווקעס פֿון מענדעלעס פּראָזע; און אַ רעצענזיע פֿון זוזאַנאַ קלינגענשטיינס מאָנאָגראַפֿיע וועגן מענדעלעס לעבן און שאַפֿן אויף דײַטש פֿון מרים טרין.
מחוץ די אַרטיקלען וועגן מענדעלע שליסן זיך אײַן אינעם נומער אַן אַרטיקל פֿון שׂרה־רחל שעכטער וועגן איר פּערספּעקטיוו אויפֿן „פֿאָרווערטס‟ ווי זײַן ערשטע אַמעריקאַנער־געבוירענע רעדאַקטאָרשע; פֿונעם „פֿאָרווערטס‟; אַן עסיי פֿון רחמיאל פּעלץ וועגן אוריאל ווײַנרײַכס ראָלע ווי אַ בריק צווישן די אַמעריקאַנער און אייראָפּעיִשע ייִדישיסטן און נײַע לידער פֿון גרשון ווײַס, משה לעמסטער און דזשאָן (יוכבֿד) בריימאַן.
נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: //www.leagueforyiddish.org/afnshvel.html
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.