ס׳איז שוין אויסגעקומען צו שרײַבן, אַז די ייִדישע „גאַמע עמאָציעס“ (אַ טערמין פֿונעם ליטעראַטור־קריטיקער און פּובליציסט ערווינג האַו) איז אַנדערש פֿון דער אַמעריקאַנער, אָדער גיכער אַנגלאָסאַקסישער. אין דעם פּרט איז אויך די ייִדישע אידיאָמאַטיק אַ היפּש אַנדערע. די ענגלענדער זענען דאָך באַקאַנט מיט זייער נישט־דערזאָגן (British understatement) און אייפֿעמיזמען. דוגמות דערפֿון קען מען ברענגען לרובֿ: ווען, אַ שטייגער, מע פֿלעג זיך דערוויסן, אַז ס׳האָט זיך אַ מיניסטער לא־עלינו אָנגעשיכּורט, פֿלעג מען מעלדן אין די נײַעס, אַז ער איז נעבעך מיד.
בײַ ייִדן איז פֿאַרקערט: נישט נאָר דערזאָגט מען, נאָר טייל מאָל איז מען אַזש מגזם.
דאָס טרעפֿט זיך צום מיינסטן מיט לשון־קודש־שטאַמיקע ווערטער. קינדער אין די וויגן ווייסן, אַז אַ סך לשון־קודש־ווערטער זענען פֿון די הייליקסטע אויף ייִדיש; אונדזערע לייענערס ווייסן אַוודאי, אַז פֿאַרקערט, טייל זענען געוואָרן פֿאַרגרעבט — „אויגן“, „הענט“, „זין“ זענען נייטראַל, בשעת „עינים“, „ידים“, „בנים“ זענען פּעיאָראַטיוו.
פֿאַראַן, אָבער, אויך אַ דריטע קאַטעגאָריע, ערגעץ אין מיטן: די וואָס מע האָט מיט זיי מגזם געווען ביז זיי האָבן פֿאַרלוירן זייער שאָקיר־כּוח.
נעמט, אַ שטייגער, „הרגענען״. אויף לשון־קודש איז עס טײַטש „טייטן, נעמען דאָס לעבן“. אויף ייִדיש האָט „הרגענען“ אַ מאָל געהאַט דעם זעלביקן טײַטש. האָט זיך דער טײַטש אָפּגעשוואַכט, איז דער נײַער טײַטש געוואָרן „שלאָגן“. האָט מען שוין געמוזט זאָגן אויף „טייטן“ נישט „הרגענען“, נאָר „דערהרגענען“. דערנאָך איז „דערהרגענען“ אויך אָפּגעשוואַכט געוואָרן, אויך געוואָרן אַ סינאָנים פֿון „שלאָגן“, האָט מען אײַנגעפֿירט „דערהרגענען אויף טויט“, וואָס אויף לשון־קודש וואָלט עס געווען אַן אַבסורד.
פּונקט אַזוי ווי „הרגענען“ — אויך „ממיתן“: אויפֿן סמך פֿון לשון־קודש וואָלט עס געדאַרפֿט זײַן טײַטש „טייטן“, נאָר ס׳איז בלויז טײַטש „שטאַרק שלאָגן“.
דאָ איז אפֿשר כּדאַי צו דערמאָנען אַ פֿאַל פֿון יאָרן צוריק. אויף ייִדיש זאָגט מען דאָך, בלשון גוזמא, „אָנברעכן די ביינער“, טײַטש „שטאַרק שלאָגן“, אָבער דערמיט מיינט מען נישט ממש צעברעכן קיין ביינער. איז עס קאַלקירט געוואָרן אין עבֿרית „לשבור עצמות“, ד״ה סתּם „ברעכן ביינער“. ווען יצחק רבין ע״ה איז געווען דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, האָט ער איין מאָל געניצט די פֿראַזע בײַם הייסן זײַן מיליטער, אויב דער זכּרון דינט מיר, שלאָגן אַראַביש יונגוואַרג וואָס וואַרפֿט שטיינער אויף ייִדן. נאָר אַזוי ווי ס׳איז פֿאַרלוירן געגאַנגען די מעטאַפֿאָרישקייט וואָס נעמט זיך פֿון דער גוזמא האָט די וועלט געמיינט, אַז ראַבין וויל נישט סתּם יענע אַראַבער אָנלערנען, נאָר זיי ממש מאַכן פֿאַר קאַליקעס.
אָדער נעמט „רציחה“. אויף לשון־קודש איז דאָס אויך טײַטש „מאָרד“, בשעת אויף ייִדיש איז עס בדרך־כּלל אַ סינאָנים פֿון כּעס; אַ רוצח איז גיכער אַ כּעסן איידער אַ מערדער — און אַ מערדער איז אויך נישט אַלע מאָל אַ מערדער ממש, נאָר איינער וואָס טוט אָפּ מיאוסע זאַכן.
און „שפֿיכת־דמים“, וואָס איז אויף לשון־קודש „בלוט־פֿאַרגיסונג“, איז אויף ייִדיש מער נישט קיין בלוט־פֿאַרגיסונג, נאָר גלאַט אַ שווערע באַליידיקונג, אין גאַנצן אָן בלוט.
הײַנט „שמד“ און „משומד“: פֿונעם לשון־קודשדיקן שורש וואָס איז טײַטש „חרובֿ מאַכן, צעשטערן“ איז אויף מאַמע־לשון געוואָרן, כּידוע, „אַריבערגיין צון אַן אַנדער גלויבן“. דאָס איז, אָבער, אויך אַ סך מאָל אָפּגעשוואַכט געוואָרן: „שמד“ קען זײַן טײַטש „יצר־הרע“; „שמד־שטיק“ — „אָפּנאַרערײַ“; „משומד“ — סתּם „שלעכטער מענטש“.
דאָס איז, אַגבֿ, נישט בלויז אַ ייִדיש־שפּראַכיקער פֿענאָמען. אַז ווערטער ווערן אַנטליגן פֿון מאַמע־לשון אויף ענגליש בײַטן זיי אַ מאָל אין גאַנצן דעם טײַטש — למשל, „קוועטש“ איז דאָך נישט טײַטש „וויינער“ — אָדער ווערט דער טײַטש שוואַכער. אָט זענען פֿאַראַן זידל־ווערטער, אַ שטייגער טערמינען פֿאַרן מענערשן איבֿר, וואָס אויף ייִדיש זענען זיי פֿון די סאַמע מיאוסע, בשעת אויף ענגליש זענען זיי געוואָרן סתּם זידל־ווערטער וואָס קיינער האָט נישט קיין מורא זיי אַרויסצוברענגען פֿאַרן מויל. (די גראָבע ענגלישע סינאָנימען, פֿאַרשטייט זיך, זענען אויף ענגליש ווײַטער גראָב.) איז דאָס מאַכן פֿון אימפּאָרטירטע ווערטער באַלעבאַטישערע סינאָנימען פֿון אײַנגעפֿונדעוועטע אין גאַנצן נישט קיין חידוש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.