זינט „קלעזקאַנאַדע‟ איז געגרינדעט געוואָרן אין 1996, זענען מער ווי 10,000 מענטשן געקומען אויפֿן יערלעכן פֿעסטיוואַל, וואָס קומט פֿאָר אין די לאָרענשינער בערג אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאָל. צווישן זיי האָבן אָנטייל גענומען ס׳רובֿ גדולים פֿון דער הײַנטיקער קלעזמער־מוזיק, ווי אויך הונדערטער פּראָמינענטע קינסטלער, שרײַבער און כּלל־טוער, וואָס האָבן געלערנט לעקציעס, אָנגעפֿירט מיט וואַרשטאַטן אָדער אַליין זיך בעסער אויסגעלערנט זייער פֿאַך.
ניט געקוקט אויפֿן ריזיקן פֿאַרנעם פֿונעם פֿעסטיוואַל, וואָס נעמט אויך אַרײַן אַ סך קאָנצערטן, שפּראַכקלאַסן, טרעפֿונגען פֿאַר שרײַבער, בינע־קינסטלער און אַזוי ווײַטער, איז „קלעזקאַנאַדע‟ געלונגען דאָס אַלץ צו אָרגאַניזירן במשך פֿון די לעצטע 21 יאָר אָן קיין שום פֿולצײַטיקע אָנגעשטעלטע. ביז אַהער האָט די אָרגאַניזאַציע בלויז גענאָסן פֿון דער הילף פֿון איבערגעגעבענע וואָלונטירן (איבערהויפּט אירע גרינדער חיים און סענדי גאָלדמאַן) און אַ טייל־צײַטיקן קינסטלערישן דירעקטאָר, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיטן פֿעסטיוואַל גופֿא.
מיטן ציל צו פֿאַרגרעסערן אירע טעטיקייטן, האָט „קלעזקאַנאַדע‟ פֿאַראַיאָרן באַשלאָסן אָנצושטעלן אַ פֿולצײַטיקן עקזעקוטיוו־דירעקטאָר. לעצטנס האָט די אָרגאַניזאַציע געלאָזט וויסן, אַז מע האָט באַשטימט זכריה שולמאַן אויפֿן נײַעם פּאָסטן. „סעב‟, ווי עס רופֿן אים אָן זײַנע באַקאַנטע, אַרײַנגערעכנט דער מחבר פֿון די דאָזיקע שורות, וואָס האָט געאַרבעט מיט אים בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער,‟ איז אַ באַגאַבטער מענטש וואָס, ניט געקוקט אויף זײַן רעלאַטיוו יונגן עלטער, האָט אַ סך פּראַקטיק אין פֿאַרשידענע אַקאַדעמישע און פּראָפֿעסיאָנעלע געביטן פֿאַרבונדן מיט ייִדיש.
קודם איז שולמאַן אַ טאַלאַנטירטער שפּראַכקענער. אַחוץ זײַן געשמאַקן בעסעראַבער ייִדיש (וואָס ער האָט זיך אויסגעלערנט סײַ אין דער אַקאַדעמישער אַרענע, סײַ בשעתן אַרבעטן פֿאַרן ׳דזשוינט׳ אין מאָלדאָווע) רעדט ער פֿליסיק פֿראַנצייזיש, רוסיש און עספּעראַנטאָ. אַן עקספּערט פֿון איבערזעצערײַ, זעצט ער איבער ליטעראַרישע ווערק פֿון רוסיש, ייִדיש און עספּעראַנטאָ אויף ענגליש. בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ האָט ער געגרידנעט און אָנגעפֿירט מיט דער פּרעסטיזשפֿולער אַספּיראַנטן־פּראָגראַם פֿאַר די וואָס ווילן איבערזעצן ליטעראַרישע ווערק פֿון ייִדיש אויף ענגליש.
שולמאַן איז אויך אַ היסטאָריקער, וואָס ספּעציאַליזירט זיך אין דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד בכלל און די בעסעראַבער ייִדן בפֿרט. צווישן אַנדערע טעמעס האָט שולמאַן אויסגעפֿאָרשט דאָס לעבן פֿונעם ריבניצער רבי חיים זאַנוויל אַבראַמאָוויטש ז׳׳ל אויפֿן סמך פֿון די זכרונות פֿון די, וואָס האָבן אים געקענט. דער ריבניצער איז באַרימט אין דער פֿרומער וועלט ווײַל ער האָט, אַפֿילו אונטער סטאַלין, ווײַטער געפֿירט אַ חסידישן הויף.
להיפּוך צו אַ סך אַקאַדעמישע טיפּן, פֿאַרמאָגט שולמאַן אויך אַ חוש פֿאַר געלטשאַפֿערײַ. בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ און אַנדערע אָרגאַניזאַציעס האָט ער געהאָלפֿן שאַפֿן געלט דורכן פֿאַרבינדן זיך מיט מנדבֿים, אָנגעבן אויף סובווענצן און אָרגאַניזירן בענעפֿיטן. שולמאַן האָפֿט, אַז זײַנע פֿאַרשידנאַרטיקע פֿעיִקייטן וועלן אים צו ניץ קומען בײַ זײַן נײַער שטעלע.
ווי אַזוי קומט ער אָבער אָנצופֿירן מיט אַ קלעזמער־פֿעסטיוואַל, ווען ער פֿאַרמאָגט בכלל ניט קיין הינטערגרונט אין מוזיק?
„קודם בין איך געקומען ניט סתּם אַזוי,‟ האָט שולמאַן געענטפֿערט אויף דער דאָזיקער פֿראַגע בשעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס.‟ „איך בין שוין אַ טייל פֿון דער גרעסערער ׳קלעזקאַנאַדע׳־משפּחה.‟
צום ערשטן מאָל איז שולמאַן געקומען אויף „קלעזקאַנאַדע‟ אין 2009, כּדי אָנטיילצונעמען אין אַ ספּעציעלער פּראָגראַם פֿאַר קינסטלער און מוזיקער פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, מיטן נאָמען „מיזרח באַגעגנט זיך מיט מערבֿ.‟
כאָטש שולמאַנס הינטערגרונט איז ניט קיין מוזיקאַלישער, האָט ער דווקא ניט קיין כּוונה צו בײַטן דעם פֿאָקוס פֿונעם פֿעסטיוואַל.
„איך מיין אַז דאָס געמיש פֿון מוזיק, טעאַטער און שפּראַך, איז אַ גוטע,‟ האָט שולמאַן דערקלערט. „די פּראָפּאָרציע איז אַ גוטע. מע האַלט ניט אַז די מוזיקער זענען וויכטיקער פֿון די מענטשן וואָס גייען אויף די פֿילמען אָדער שרײַבפּראָגראַמען. מע וויל, אַז די קלעזמער זאָלן אָנטיילנעמען אין די שפּראַכקלאַסן. ס׳איז מעגלעך פֿאַר מענטשן צו טאַנצן אויף אַלע חתונות.‟
איין זאַך וואָס שולמאַן וויל יאָ ענדערן: ער וויל שאַפֿן מער פּראָגראַמען וואָס קומען פֿאָר במשך פֿונעם יאָר.
„מיר ווילן אַרבעטן בשותּפֿות מיט אַנדערע אָרגאַניזאַציעס. עס זענען דאָ אין מאָנטרעאָל אַ סך גרופּעס וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט דער ייִדישער קולטור. מיר האָבן גוטע באַציִונגען מיט זיי אַלע און מיר ווילן אַרבעטן נאָענט מיט דער ברייטערער ייִדישער קהילה, מיט די ספֿרדישע אָרגאַניזאַציעס, מיט מוזיק־פֿעסטיוואַלן, קינאָ־פֿעסטיוואַלן און אַזוי ווײַטער. מיר האָבן אויך בדעה אַרײַנצוברענגען מוזיק אין די שקאָלעס (שולן), סײַ די ייִדישע, סײַ די ניט־ייִדישע.‟
שולמאַן האָט זיך פֿאַרליבט סײַ אין ייִדיש, סײַ אין דער שטאָט מאָנטרעאָל בעת זײַנע יאָרן ווי אַ ביז־גראַדויִר סטודענט אין „מעקגיל־אוניווערסיטעט.‟ ער האַלט שטאַרק, אַז איינע פֿון די גרעסטע מעלות פֿון „קלעזקאַנאַדע‟ איז דאָס וואָס די אָרגאַניזאַציע איז אַקטיוו אין קוויבעק.
„מאָנטרעאָל איז רײַך מיט קולטור און מיט אינטערעס צו קולטור,‟ האָט שולמאַן געזאָגט. „די שטאָט איז אַ רײַכער באָדן אין וועלכן מע קען אַרײַנפֿלאַנצן געדאַנקען. זי איז ניט אַזוי גרויס ווי ניו־יאָרק. אַלצדינג דאָרטן איז מער צוטריטלעך פֿאַר אַן עולם, פֿאַר קינסטלער. ס׳איז דאָ אַ געוויסע דינאַמישקייט אין מאָנטרעאָל, וואָס עקזיסטירט ניט אין אַנדערע שטעט צוליב דער שפּילעוודיקייט צווישן ענגליש און פֿראַנצייזיש, אַ דינאַמיק אין דער שטאָט וואָס מישט דאָס אַמעריקאַניש מיטן אייראָפּעיִש, וואָס מישט קולטורן און טראַדיציעס. ס׳איז שטענדיק דאָ אַן עולם אויף קולטור. אין אַנדערע שטעט מוז מען אַרבעטן שווער כּדי ס׳זאָל זײַן אַן עולם.‟
צוזאַמען מיט שולמאַן הייבט זיך אויך איצט אָן בײַ „קלעזקאַנאַדע‟ אַ נײַער קינסטלערישער דירעקטאָר, דער קלאַרנעט־שפּילער מײַקל ווינאָגראַד.
„איך בין צום ערשטן מאָל געפֿאָרן אין ׳קלעזקאַנאַדע׳ אין 1997, ווען איך בין געווען 15 אָדער 16 יאָר אַלט,‟ האָט ווינאָגראַד געזאָגט בעת אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס.‟
ווינאָגראַד האָט דערקלערט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז דער פּאָסטן איז אים ספּעציעל וויכטיק צוליב דער גרויסער ראָלע, וואָס „קלעזקאַנאַדע‟ האָט געשפּילט אין זײַן אַנטוויקלונג ווי אַ מוזיקער. ער האָט באַטאָנט, אַז ס׳איז אים און שולמאַן וויכטיק, וואָס „קלעזקאַנאַדע‟ טיילט צו אַ סך סובווענצן (אַרום 75) יונגע מוזיקער און קינסטלער, זיי זאָלן קענען קומען אויפֿן פֿעסטיוואַל.
„במשך פֿון די לעצטע פֿינף־זעקס יאָר זענען צוגעקומען אַ סך דערוואַקסלינגען און מענטשן אין זייערע אָנהייב־צוואָנציקער יאָרן,‟ האָט ווינאָגראַד צוגעגעבן. „ס׳איז געוואָרן מער געזעלשאַפֿטלעך ווי ווען איך האָב דאָ אָנגעהויבן. ׳קלעזקאַנאַדע׳ פֿאַרמאָגט הײַנט זײַן אייגענעם ׳מיקראָ־ציבור׳ פֿון יונגע מענטשן וואָס בלײַבט אַקטיוו במשך פֿונעם גאַנצן יאָר. ס׳איז אונדז זייער וויכטיק, אַז זיי זאָלן קענען ווײַטער קומען און העלפֿן אַנטוויקלען די קולטור.‟
קוקנדיק פֿאָרויס אויפֿן הײַיאָריקן פֿעסטיוואַל, וואָס וועט פֿאָרקומען פֿונעם 20סטן ביזן 26סטן אויגוסט און זײַן געווידמעט דער טעמע „אויפֿשטאַנד‟, האָבן סײַ שולמאַן, סײַ ווינאָגראַד געזאָגט, אַז זיי ווילן ניט קיין סך ענדערן.
ווינאָגראַד האַלט אַז דער פֿריִערדיקער קינסטלערישער דירעקטאָר פֿרענק לאָנדאָן האָט געמאַכט עטלעכע וויכטיקע ענדערונגען. „אַ דאַנק אים זענען געוויסע אַספּעקטן פֿון ׳קלעזקאַנאַדע׳ געוואָרן מער ווי אַ געוויינטלעכער פֿעסטיוואַל,‟ האָט ווינאָגראַד געזאָגט. „מע האָט געמאַכט מער קאָנצערטן. ער האָט דערמוטיקט מער משפּחות אָנטייל צו נעמען מיט זייערע קינדער און געשאַפֿן מער פּראָגראַמען פֿאַר קינדער. איך וויל טאַקע אָנהאַלטן יענע זאַכן. צוליב דעם וואָס ס׳איז אונדזער ערשט יאָר, באַאַרבעטן מיר נאָך אַלץ דעם דינאַמיק. איך בין נײַ, ׳סעב׳ איז נײַ. ס׳איז וווּנדערלעך צו האָבן עמעצן מיט וועמען איך קען מיטאַרבעטן און זען ווי די זאַכן אַנטוויקלען זיך במשך פֿון די קומענדיקע יאָרן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.