דאָס ייִדישע לעבן — פֿאַרוואַנדלט אין מײַסטערישער סאַטירע

Translating the Jewish Experience Into Masterful Satire

פֿון יחיאל שיינטוך

Published March 09, 2018.

„די בינע ווי אַ צײַטווײַליקע שטוב: דזשיגאַן און שומאַכערס טעאַטער (1927—1980)‟
פֿון דיעגאָ ראָטמאַן. ירושלים: הוצאת י״ל מאגנס, 2017

דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש איז אין ירושלים אַרויסגעלאָזט געוואָרן אַ גאָר וויכטיק בוך פֿון ד״ר דיעגאָ ראָטמאַן, וואָס באַשרײַבט די טעאַטראַלע קאַריערע פֿון די צוויי שאַפֿער פֿון הומאָריסטישן און סאַטירישן ייִדישן טעאַטער — דזשיגאַן און שומאַכער. ד״ר ראָטמאַן שטעלט פֿאָר זייער טעאַטער אויפֿן פֿאָן פֿון דעם גורל פֿון ייִדישן טעאַטער צווישן ביידע וועלט־מלחמות אין לאָדזש, וואַרשע, און ראַטן־פֿאַרבאַנד; אין די יאָרן פֿון אומקום אין פּוילן, און אין מדינת־ישׂראל ביז 1980. דאָס בוך שטיצט זיך אויפֿן מחברס דיסערטאַציע, מיטן נאָמען: „פּערפֿאָרמענס, ווי אַ קולטור־קריטיק: דער טעאַטער־פּראָיעקט פֿון דזשיגאַן און שומאַכער 1927—1980‟.

דיעגאָ ראָטמאַן האָט באַקומען זײַן אויסשולונג ווי אַ סטודענט פֿון ייִדיש־אָפּטייל אין העברעיִשן אוניווערסיטעט און זײַן מאַגיסטער־טעזע האָט זיך שוין פֿאַרנומען מיטן ייִדישן טעאַטער, מיט דער געשיכטע פֿון „ייִדישפּיל‟ — דער ייִדישער טעאַטער געגרינדעט פֿון שמואל עצמון, אין מדינת ישׂראל. אין ביידע חיבורים באַשרײַבט און אַנאַליזירט ד״ר ראָטמאַן די געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטער, אויפֿן פֿאָן פֿון זײַן אויפֿנאַמע אין מדינת־ישׂראל, אין אַ צײַט ווען עס האָט עקסיסטירט אַ קאָנקורענץ צווישן ייִדיש און העברעיִש. טוענדיק דאָס, האָט דיעגאָ ראָטמאַן אַנטבלויזט טיפֿע שפּאַנונגען און קאָנפֿליקטן אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט, וואָס געהערן צו אַ קאָנסאָלידאַציע־פּראָצעס פֿון אַן אייגענער ייִדישער אידענטיטעט אין מדינת־ישׂראל, דער עיקר — אין דער צווייטער העלפֿט פֿון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט.

אין זײַן בוך, באַציט זיך דער מחבר צו אַ ריי אַספּעקטן פֿון דער קולטור־געשיכטע בײַ ייִדן אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, צווישן ביידע וועלט־מלחמות און אין מדינת ישׂראל: די געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטער אין פּוילן צווישן ביידע וועלט-מלחמות; בשעת דער עוואַקואַציע אין ראַטן־פֿאַרבאַנד בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה; אין פּוילן נאָך דער מלחמה, און אין מדינת־ישׂראל און אין די תּפֿוצות — נאָכן אויפֿקום פֿון דער מדינה.

אין אָט דער היסטאָריש־געאָגראַפֿישער ראַם, אַנאַליזירט ער טיף און פּרטימדיק די הומאָריסטישע דימענסיעס פֿון דזשיגאַן און שומאַכערס קונסט, און זייער שאַרפֿער סאַטירע, צוזאַמען מיט די פֿונקציעס וואָס זיי פֿילן אויס אין יענע געאָגראַפֿישע ערטער און צײַטן וווּ די צוויי קינסטלער טרעפֿן זיך פּנים־אל־פּנים מיט זייער פּובליקום.

סײַ פֿאַר די יאָרן פֿון אומקום און סײַ נאָך זיי איז ייִדיש געווען זשוואַווע און צוציִענדיק. פֿאַר דער מלחמה — ווי אַ רײַכער און פֿילפֿאַרביקער אויסדרוק פֿון אַ בליִענדיקער קולטור, און נאָך דער מלחמה — ווי אַ שפּראַך וואָס סימבאָליזירט און פֿאַרגעדענקט אַ גאַנצע ייִדישע דערמאָרדעטע ציוויליזאַציע, וואָס לעבט סײַ אין האַרצן און סײַ אין מוח פֿון דעם שארית־ישׂראל.

ד״ר ראָטמאַן עקזאַמינירט אין זײַן בוך דעם כּוח פֿון דעם הומאָר און דער סאַטירע, מיט וועלכע דזשיגאַן און שומאַכער האָבן אויסגעדריקט זייער פּראָטעסט און ווילן צום לעבן, אין אַ וועלט ווי זי שטייט און גייט, אַ ווידעראַנאַנטיקע וועלט אין וועלכער עס איז ענג דער אָרט און שווער איז אויפֿצוהאַלטן אַ צוויי־שפּראַכיקע קולטור (ייִדיש און העברעיִש), בעת די קעגנערשאַפֿט צווישן העברעיִש און ייִדיש האָט די אייבערהאַנט.

דער פּערפֿאָרמענס־אַנאַליז אין אַלע אַספּעקטן פֿון דזשיגאַן און שומאַכערס טעאַטער־קונסט, די אויספֿיר־שיטות זייערע און די אַנטוויקלונג פֿון זייער קונסט אויף דער בינע, געפֿינען מיר ווי אַ שטענדיקע פֿאָרשליניע בײַ ראָטמאַנען דורכאויס אַלע קאַפּיטלען פֿון זײַן בוך, בעת ער אַנאַליזירט די טעאַטער־טעקסטן און ווי זיי ווערן אויפֿגענומען בײַ דער קריטיק.

למשל, דער פֿינפֿטער קאַפּיטל אין בוך אַנאַליזירט אַ ריי טעקסטן און ווי אַזוי זיי ווערן אויסגעפֿירט אויף דער בינע, פֿון אַ פּערספּעקטיוו פֿון אַ פּאָליטישער סאַטירע, ווי אַ קאָמבינאַציע צווישן טעקסט און אויספֿיר, און אויך פֿון אַ געזעלשאַפֿטלעכער, קולטורעלער פּערספּעקטיוו וואָס זענען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. אין אָט דעם קאַפּיטל ווערט אָפּגעגעבן אַ ספּעציעלן אָרט דער אַנאַליז פֿון דער פּערפֿאָרמיר־קונסט פֿון דזשיגאַנען און זײַן הויפּט־ראָלע אין דזשיגאַן און שומאַכערס טעאַטער.

לענג־אויס זײַן בוך, ניצט דער מחבר אויס אַ גאָר ברייטע ביבליאָגראַפֿיע — אין ייִדיש, העברעיִש, ענגליש און אַנדערע שפּראַכן אין דער טאָג־טעגלעכער פּרעסע (דער עיקר אין מדינת־ישׂראל). די צײַטונג־אַרטיקלען פֿאָלגן נאָך טריט בײַ טריט און מיט התמדה, און רעאַגירן אויף דער פּערפֿאָרמיר־קונסט פֿון די צוויי קינסטלער. פֿון דער צווייטער זײַט, איז דער מחבר זיך סומך אויף דער טעאָרעטישער ליטעראַטור וועגן הומאָריסטישן און סאַטירישן טעאַטער, ווי מיר קענען זען סײַ אין דער רײַכער ביבליאָגראַפֿיע און סײַ אין מער ווי 900 הערות צופֿוסנס פֿון די זײַטן אין בוך, אַרײַנגערעכנט רעקאָרדירטע טעקסטן און פֿילמען. אָט די מקורים און זייער כאַראַקטער ווערן פּרטימדיק באַשריבן אין אַרײַנפֿיר־קאַפּיטל פֿון בוך.

דזשיגאַן און שומאַכערס טעאַטער איז אַ הומאָריסטיש־סאַטירישער וואַנדער־טעאַטער, וואָס איז שטעקן געבליבן צוליב פֿאַרשיידענע היסטאָרישע געשעענישן אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט, אין אַ ריי לענדער און אַפֿילו קאָנטינענטן. דאָס איז געווען אַ טעאַטער וואָס האָט געמוזט אַלע צען צי צוואַנציק יאָר זיך צופּאַסן צו די היסטאָרישע, פּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע ווידעראַנאַנדן, נישט געקוקט אויף דעם וואָס דער פּובליקום פֿון דזשיגאַן און שומאַכער איז געבליבן שטענדיק דער זעלבער — ייִדן פֿון מזרח־אייראָפּע צעזייט און צעשפּרייט איבער דער וועלט.

ד״ר דיעגאָ ראָטמאַן האָט פֿאַרפֿאַסט אַ בוך מיט אַן אַרײַנפֿיר און פֿינף קאַפּיטלען, צוזאַמען מיט אַ סך־הכּל פֿונעם אויסגעפֿאָרשטן, און נאָך זעקס צוהאַנגען מיט אַ ביבליאָגראַפֿיע. אַ דאַנק אַ פּרטימדיקן זוכצעטל פֿון נעמען, דערלאַנגט דאָס בוך פֿאַר יעדן איינעם וואָס פֿאַראינטערעסירט זיך אין ייִדישן טעאַטער, אַ שלל מיט ידיעות וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטער, אויף אַ פּראַקטישן און צוגענגלעכן אופֿן.

דער אַרײַנפֿיר־קאַפּיטל איז אַ ספּעציעל וויכטיקער, ווײַל ער שטעלט פֿאָר אַ קלאָר בילד וועגן דעם חשיבֿות בײַם אויספֿאָרשן דעם טעאַטער פֿון דזשיגאַן און שומאַכער און דעם ייִדישן טעאַטער בכלל אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט און אין מדינת־ישׂראל. ד״ר ראָטמאַן באַשרײַבט דעם סאָרט מקורים וואָס ער באַניצט און זײַן פֿאָרש־מעטאָדאָלאָגיע, וועלכע באַנוגנט זיך נישט בלויז מיט אַנאַליזירן די אויספֿיר־קונסט פֿון דזשיגאַן און שומאַכער אויף דער בינע, נאָר אַנאַליזירט אויך דזשיגאַן און שומאַכערס אויפֿטריטן ברשות הרבים; מע קען אַפֿילו זאָגן, אַז ער באַשרײַבט דעם קולטור־קאַמף וואָס זיי פֿירן אויסער דער בינע, ווי קריטיקער און מפֿרשים פֿון דער רעאַליטעט אין וועלכער עס קומט זיי אויס צו לעבן. מיט אָט אַזאַ צוועק, אַנאַליזירט ד״ר ראָטמאַן אויך די אינטערוויוּען מיט די צוויי קינסטלער, זייערע אויפֿטריטן אין די מאַסן קאָמוניקאַציע־מיטלען, און אין קאַפֿע־הײַזער.

דער באַגריף אויפֿטריט־קונסט (performance art) ווערט באַהאַנדלט אין אַרײַנפֿיר־קאַפּיטל אויפֿן פֿאָן פֿון דער טעאָרעטישער ליטעראַטור וואָס באַהאַנדלט די פֿאַרבינדונג צווישן טעאַטער און דעם אופֿן ווי אַזוי אַ טעקסט ווערט אויסגעפֿירט אויף דער בינע.

דער ערשטער קאַפּיטל פֿון בוך באַהאַנדלט די אָנהייבן פֿון דזשיגאַן און שומאַכערס טעאַטער־אַקטיוויטעט אין די יאָרן 1925—1933, אויפֿן פֿאָן פֿון די השפּעות פֿון מאָדערניזם אויפֿן ייִדישן טעאַטער; די אייראָפּעיִשע קאַבאַרעט־טראַדיציע און די אַנטוויקלונג פֿונעם פּערפֿאָרמיר־מאָדעל אויף דער קליינקונסט־בינע אין די ראַמען פֿון קליינקונסט־טעאַטער. דאָס געשעט אין דער לאָדזשער־תּקופֿה פֿון זייער אַקטיוויטעט.

מע דאַרף באַטאָנען, אַז לענגאויס זײַן גאַנצן בוך איז דער מחבר זיך סומך און ניצט אויס די רײַכע אינפֿאָרמאַציע וואָס געפֿינט זיך אינעם בוך זכרונות פֿון שמעון דזשיגאַן, „דער כּוח פֿון ייִדישן הומאָר‟ (1974). אָט דער בוך איז אַ רײַכער און אַרומנעמיקער דאָקומענט וואָס העלפֿט ד״ר ראָטמאַן דערגאַנצן אַ סך אַספּעקטן פֿאַרבונדן מיט די טעאַטראַלע און געזעלשאַפֿטלעכע אַקטיוויטעטן פֿון דזשיגאַן און שומאַכער, וואָס ווערט פֿילפֿאַכיק געדעקט אין דער העברעיִשער און ייִדישער פּרעסע.

הלכה למעשׂה, די ערשטע 82 זײַטן פֿון דיעגאָ ראָטמאַנס בוך (דער ערשטער און צווייטער קאַפּיטל) פֿאַרנעמען זיך מיט דזשיגאַן און שומאַכערס טעאַטער אין פּוילן: קודם־כּל אין דער שטאָט לאָדזש אין מאָדערניסטישע ראַמען פֿונעם דאָרטיקן ייִדישן טעאַטער, און שפּעטער — אין וואַרשע פֿון יאָר 1934 און ביז דעם אויסברוך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה.

די טעאַטער־אַקטיוויטעט פֿון דזשיגאַן און שומאַכער אין וואַרשע הייבט זיך אָן נאָענט צו היטלערס אויפֿשטײַג אין דײַטשלאַנד. אין יענע יאָרן, בעת דער נאַצי־רעזשים באַזעצט זיך אין דײַטשלאַנד, און די אַנטיסעמיטן בושעווען אין פּוילן, האָט אַ ייִד וואָס לייענט ייִדישע צײַטונגען געקענט זיך באַקענען מיט יצחק קאַצענעלסאָנס אַנטי־נאַצי שריפֿטן, געדרוקט אין דער טאָגצײַטונג „הײַנט‟, און גלײַכצײַטיק האָט דער ייִדישער צײַטונג־לייענער זיך באַקענט מיט דעם אַנטי־נאַצי־הומאָר פֿון דער טונקעלער געדרוקט אין דער טאָגצײַטונג „דער מאָמענט‟. אין דעם זעלבן טאָג האָט אַזאַ ייִד געקענט באַזוכן דעם סאַטירישן טעאַטער פֿון דזשיגאַן און שומאַכער אין וואַרשע. דאָרט, דערקלערט ד״ר ראָטמאַן, האָט מען פֿאָרגעשטעלט אַ נעגאַטיוו בילד פֿון די טאָגטעגלעכע געשעענישן, און מע האָט פֿאָרגעלייגט אַן אַנדער טאָגטעגלעכקייט. דער מחבר פֿון בוך ווײַזט ווי אַזוי און אויף וועלכן אופֿן דזשיגאַן און שומאַכערס טעאַטער איז גובֿר די צענזור און לאַכט זיך אויס פֿון איר, מיט דער הילף פֿון זייער בינע־קונסט, צוזאַמען מיט די נישט־ווערטלעכע מיטלען אויף זייערע אויפֿטריטן. ד״ר ראָטמאַן באַשטעטיקט אַז בײַ דער אַנטיסעמיטישער פּוילישער פּאָליציי און בײַ דער דײַטשער פּאָליציי איז אויפֿגענומען געוואָרן די קונסט פֿון דזשיגאַן און שומאַכער, ווי אַ באַדראָענדיקער אַקט.

דער רעוואָלוציאָנערער כאַראַרטער פֿון דזשיגאַן און שומאַכערס אויפֿטריטן אין וואַרשע ווערט אַנאַליזירט אין צווייטן קאַפּיטל פֿון בוך, פֿון אַ פּאָר שטאַנדפּונקטן: דער אינהאַלט פֿון די אויפֿטריטן, דער אופֿן ווי אַזוי די אויפֿטריטן ווערן אָנגענומען, און די נישט־ווערטלעכע מיטלען אויף אַזוינע אויפֿטריטן.

די הומאָרעסקעס פֿון יוסף טונקל (דער טונקעלער) זענען געווען אַ באַשטאַנדטייל פֿון דזשיגאַן און שומאַכערס רעפּערטואַר. דער טונקעלער ווערט באַטראַכט ווי דער גרעסטער הומאָריסט נאָך שלום־עליכמען. ער האָט באַגלייט די געשיכטע פֿון פּוילישן ייִדנטום נאָך פֿון פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה און ביז דעם אויסברוך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער טונקעלער האָט אָפּגעדרוקט הונדערטער הומאָרעסקעס אין „דער מאָמענט‟ און ער האָט אויך אָפּגעדרוקט צענדליקער ביכער אין אָט דער תּקופֿה. אין דעם שאַפֿן פֿון דער טונקעלער געפֿינען מיר אַ ספּעציעלע סעקציע: דער שוואַרצער אַנטי־נאַצישער הומאָר, הומאָרעסקעס וואָס ער האָט אָפּגעדרוקט צווישן ביידע וועלט־מלחמות. אָט די סעקציע ווערט אויך דערמאָנט טיילווײַז אין ד״ר ראָטמאַנס בוך. די כּתבֿים פֿון דער טונקעלער זײַנען געווען סײַ אַן אינספּיראַציע און סײַ אַ באַשטאַנדטייל פֿון דזשיגאַן און שומאַכערס רעפּערטואַר אין יענער צײַט.

דיעגאָ ראָטמאַן פֿאַרבינדט אויך דזשיגאַן און שומאַכערס אויפֿטריטן מיט דעם אַנטי־נאַצישן הומאָר פֿון דער טונקעלער און אויך מיט די טאָגטעגלעכע ידיעות אין דער ייִדישער פּרעסע, בעת דער סאַטירישער טעאַטער און די הומאָריסטישע טעקסטן אין דער ייִדישער פּרעסע רעאַגירן איפּסאָ פֿאַקטאָ אין איין און דעם זעלבן טאָג, אויף די געשעענישן וואָס ווערן דערמאָנט אין דער ייִדישער פּרעסע. אַזאַ פֿענאָמען לאָזט אונדז פֿאַרשטיין דעם דינאַמיזם און גיכע רעאַקציע אין דער וועלט פֿון דער ייִדישער פֿאַר־מלחמה קולטור אויף דער סאַטירישער בינע און אין דער הומאָריסטישער פּרעסע אויף ייִדיש. דיעגאָ ראָטמאַן באַשטעטיקט, צווישן אַנדערע, אַז די רעפּאָרטן וועגן די פּאָליטישע געשעענישן וואָס קומען פֿאָר און ווערן פּובליקירט אין דער ייִדישער און פּוילישער פּרעסע, פֿלעגן צוריקקומען ווי אַ שאַרפֿע פּאַראָדיע אויף דער בינע בעת די אויפֿטריטן פֿון דזשיגאַן און שומאַכער, כּמעט אין איין צײַט: אין די אָוונטן פֿלעגט מען לאַכן פֿון דעם וואָס מע האָט געלייענט מיט צער אין דער פּרעסע אין דער פֿרי.

ד״ר דיעגאָ ראָטמאַן שטעלט צונויף אַ קינסטלערישן פּראָפֿיל פֿון אויפֿטריטן און טעאַטראַלע אימפּרעזעס פֿון דזשיגאַן און שומאַכער, אויפֿן סמך פֿון אַ כראָנאָלאָגישן סדר וועלכער דינט ווי אַ רישטאָוואַניע פֿאַר אַ היסטאָרישן איבערבליק פֿון די פֿאַרשיידענע סטאַנציעס אין דער טעאַטראַלער אַקטיוויטעט פֿון דזשיגאַן און שומאַכער אונטער פֿאַרשיידענע פּאָליטישע רעזשימען און ווי אַ רעזולטאַט פֿון ווידעראַנאַנדן אין דער געשיכטע פֿון ייִדן אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט. אויפֿן פֿאָן פֿון אָט די אַנטוויקלונגען, קומען ביידע אַרטיסטן פֿון פּוילן צום ראַטן־פֿאַרבאַנד נאָכן אויסברוך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, און צוריק קיין פּוילן אין די יאָרן 1947—1949. שפּעטער קומען זיי אָן קיין מדינת־ישׂראל, וואָס ווערט דער עיקר־אָרט פֿאַר זייערע טעאַטער־אַקטיוויטעטן פֿון יאָר 1950 ביזן יאָר 1980. דער מחבר פֿאָלגט נאָך דזשיגאַן און שומאַכערס קונסט, אין אָט די בײַטנדיקע געאָגראַפֿישע און היסטאָרישע קאָנטעקסטן, די טראַנספֿאָרמאַציעס, און זייערע טעראַפּעווטישע פֿונקציעס.

עס דאַרף באַטאָנט ווערן אַז דער מחבר פֿון בוך שטיצט זיך אויף אָן אַ שיעור אַרטיקלען אין דער ייִדישער און העברעיִשער פּרעסע, ווי אַ מקור וואָס שפּיגלט אָפּ ווי אַזוי זײַנען אויפֿגענומען געוואָרן די קינסטלערישע אויפֿטוען פֿון דזשיגאַן און שומאַכער, אין אַלע תּקופֿות פֿון זייערע אויפֿטריטן.

איינער פֿון די צוציִענדיקסע קאַפּיטלען אין בוך, וווּ עס ווערן אַנטפּלעקט ד״ר ראָטמאַנס מעלות ווי אַ פֿאָרשער, איז דער דריטער קאַפּיטל, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט דזשיגאַן און שומאַכערס טעאַטער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה; אין דער באַפֿרײַטער פּוילן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, און במשך זייערע אויפֿטריטן אין פּאַריז און אין פֿאַרשיידענע אַנדערע אייראָפּעיִשע שטעט אין בעלגיע, אין „די־פּי‟־לאַגער אין דײַטשלאַנד, און אין מינכן, ביז זייער אָנקומען אין מדינת־ישׂראל אין 1950.

די לענגסטע תּקופֿה פֿון דזשיגאַן און שומאַכערס קינסטלערישער סאַטירישער טעאַטער־אַקטיוויטעט — אין מדינת־ישׂראל — האָט געדויערט אַרום דרײַסיק יאָר: 1950—1961 אונטערן טיטל „דזשיגאַן און שומאַכער”, און 1961—1981 נאָר אויפֿן נאָמען פֿון שמעון דזשיגאַן. דער מחבר גיט אָפּ אַרום פֿופֿציק זײַטן בײַם באַשרײַבן אָט די דעצידירנדיקע תּקופֿה, אין וועלכער דער טעאַטער באַציט זיך, פֿון איין זײַט, צו פֿאַראייביקן דעם מזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום וואָס איז פֿאַרשניטן געוואָרן, און פֿון דער אַנדערער זײַט, גיט זיך דער קאַפּיטל אָפּ מיט פֿאָרשטעלן דעם אויפֿשטײַג פֿון אַ ייִדיש־ישׂראלדיקער קולטור אין דער ייִדישער מדינה וואָס באַנײַט ימיה כקדם.

דער מחבר אַנאַליזירט די קולטורעלע, פּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע פֿונקציעס וואָס דזשיגאַן און שומאַכערס טעאַטער האָט דערפֿילט אין מדינת־ישׂראל און אין דער ייִדישער וועלט נאָכן אומקום. אַ ספּעציעל אָרט ווערט אָפּגעגעבן צו באַשרײַבן ווי אַזוי מע האָט אויפֿגענומען דזשיגאַן און שומאַכערס סאַטירישן טעאַטער אין מדינת־ישׂראל און אין דער ייִדישער וועלט בכלל.

די טעמע סאַטירישער טעאַטער אין מדינת־ישׂראל ווערט ברייט באַשריבן פֿון 14 שטאַנדפּונקטן, צווישן זיי: די אופֿנים ווי דער טעאַטער ווערט אויפֿגענומען, די פּאָליטישע דימענסיע פֿון זײַנע אויפֿטריטן, דער כאַראַקטער פֿונעם טעאַטער־פּובליקום, די וואַנדערונגען פֿון דזשיגאַן און שומאַכער צווישן מדינת־ישׂראל און די תּפֿוצות איידער זיי האָבן זיך ענדגילטיק באַזעצט אין ישׂראל, זייערע ווידעראַנאַנדן וויז־אַ־ווי דער ישׂראלדיקער קולטור, זייער צובונד צו דער ייִדישער שפּראַך ווי אַן אויסדרוק פֿון אַ ייִדישער אידענטיטעט, און די דימענסיע פֿון געזעלשאַפֿטלעכער קריטיק וואָס באַפֿאַרבט זייערע אויפֿטריטן.

די עצם עקזיסטענץ פֿון דזשיגאַן און שומאַכער אין דער קולטור־אַרענע פֿון מדינת־ישׂראל האָט גורם געווען עס זאָלן אויפֿשווימען אויף דער אייבערפֿלאַך פֿאַרשיידנאַרטיקע אָפּאָזיציעס און קריטיק. ד״ר ראָטמאַן באַשרײַבט און אַנאַליזירט זייער ברייט אַ ריי ראָנדעלן פֿון אַ קולטור־קאַמף ממש, וואָס זענען פֿאָרגעקומען אין קולטור־לעבן פֿון מדינת־ישׂראל צווישן די וואָס זענען געווען פֿאַר דעם אויפֿבוי פֿון אַן ישׂראלדיקן איינהײטלעכן כאַראַקטער, אָפּשטויסנדיק עטניש ייִדישע סובקולטורן (אַרײַנגערעכנט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור), און די וואָס — ווי דזשיגאַן און שומאַכער — האָבן אויף דער בינע פֿאָרגעשטעלט אַנדערע שפּראַכווערטן און טעמפּעראַמענטן. דאָס פֿירט אויס דער מחבר, שטיצנדיק זיך אויף הונדערטער אַרטיקלען אין דער העברעיִשער פּרעסע במשך פֿון די 1950ער יאָרן.

דער טעאַטער פֿון שמעון דזשיגאַן און זײַן גורל אין דער ישׂראלדיקער רעאַליטעט ווערן באַשריבן אין פֿערטן קאַפּיטל, באַטאָנענדיק די באַציִונג פֿון דער העברעיִשער פּרעסע צו דזשיגאַנס טעאַטער ווי צו אַ פֿרעמדער פֿלאַנץ. פֿון דער אַנדערער זײַט, ברענגט דער מחבר דזשיגאַנס שאַרפֿע רעאַקציעס צו אַזאַ אָפּרוף פֿון דער העברעיִשער פּרעסע. אין אָט דעם קאַפּיטל ווערט אַנטפּלעקט איינע פֿון די ווייטיקדיקסטע דערשײַנונגען אין די יאָרן פֿון דער מדינה — די מאַכטלאָזיקייט פֿון דער מדינה־פֿירערשאַפֿט צו אָנערקענען די אוצרות פֿון די עטניש ייִדישע סובקולטורן פֿון די ישׂראלדיקע שבֿטים, אין וועלכער די באַציִונג צו ייִדיש און דער ייִדישער קולטור ווערן אַ פּרוּוושטיין וואָס באַטאָנט אָט די מאַכטלאָזיקײט. וועגן אָט דעם בלויז, האָבן עדות געזאָגט די וויכטיקסטע ייִדישע שרײַבער וואָס האָבן באַזוכט ישׂראל אין די ערשטע צוויי יאָר פֿון איר גרינדונג. אַזוי האָבן זיך אויסגעדריקט דער פּאָעט ה. לייוויק פֿון ניו־יאָרק, און דער שרײַבער און זשורנאַליסט, אַ געראַטעוועטער פֿון אומקום, מרדכי שטריגלער, אין אַ ריי אַרטיקלען וואָס ביידע שרײַבער האָבן אָפּגעדרוקט אין דער ייִדישער פּרעסע אין יענע יאָרן.

אין פֿינפֿטן קאַפּיטל, ברענגט דער מחבר אַ ברייטן איבערבליק איבער די ערשטיקע מקורים און די סאָרטן טעקסטן וואָס האָבן געדינט דזשיגאַן און שומאַכערס סאַטירישן טעאַטער און זייערע מחברים. אין דעם איבערבליק באַטאָנט ד״ר ראָטמאַן די דעצידירנדיקע ראָלע פֿון דזשיגאַן און שומאַכער בײַם אַרויפֿברענגען אָט די טעקסטן אויף דער בינע: “[…] בײַם באַאַרבעטן די טעקסטן פֿאַר דער בינע, בײַם באַטאָנען ווערטער, בײַם צוגעבן אַן אייגענע אינטאָנאַציע און זעלבסטפֿאַרשטענדלעך — בעת זייער שוישפּיל, זענען דזשיגאַן און שומאַכער פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין מחבר־שותּפֿים, און די לעצטע קינסטלערישע אויטאָריטעט בײַם אויספֿורעמען די בינע, כּמעט מיט יעדן טעקסט וואָס זיי האָבן פֿאָרגעשטעלט.‟ (זײַט 211)

אין אָט דעם פֿינפֿטן קאַפּיטל באַשרײַבט דער מחבר פּרטימדיק די הומאָריסטישע און סאַטירישע מעטאָדן אין דזשיגאַן און שומאַכערס טעאַטער, בײַם אַנאַליזירן אייניקע פֿון זייערע אויפֿטריטן ווי אַ בײַשפּיל פֿאַר זייער הומאָר.

ד״ר ראָטמאַן דערמאָנט אויך אַן אָפּקלײַב פֿון צענדליקער טעמעס וואָס אין איינעם בילדן אויס אַ קאָרפּוס פֿון פּראָבלעמען כאַראַקטעריסטיש פֿאַרן הײַנטצײַטיקן ייִדנטום אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט. אָט די ענינים וואָס האָבן געבאַדערט און באַשווערט, אָן קיין שום ספֿק, דעם געמיט פֿון דזשיגאַן און שומאַכערס פּובליקום, האָבן געפֿונען בײַ דזשיגאַן און שומאַכערן זייער טרעפֿלעכן אויסדרוק אויף דער בינע. די צוויי אַרטיסטן האָבן שאַרפֿזיניק און אין אַ פֿאָלקסטימלעכן נוסח דאָס אַלץ אויסגעדריקט. די אויסברוכן פֿון געלעכטער וואָס דיעגאָ ראָטמאַן דערמאָנט בײַם איבערלייענען די פּרעסע־אַרטיקלען וועגן דזשיגאַן און שומאַכערס אויפֿטירטן, זײַנען אָן קיין שום ספֿק אַן אויסדרוק פֿון אַ קאַטאַרזיס בײַם פּובליקום, אַ קאַטאַרזיס וואָס האָט אַ דרײַפֿאַכיקן עפֿעקט: סײַ דאָס קלאָר מאַכן פֿון סיטואַציעס און די פּראָבלעמאַטיק, סײַ אַ דערלײַטערונג פֿון שווערע איבערלעבונגען, און סײַ אַ מין דערלײַכטערונג פֿון אמתע און אויסגעטראַכטע חטאים.

ווײַטער ווערן דערמאָנט די עיקר טעמעס וואָס דזשיגאַן און שומאַכער ברענגען אַרויף אויף דער בינע: דאגות פּרנסה, די עמיגראַציע־איבערלעבונג, דער ישׂראלדיקער־אַראַבישער קאָנפֿליקט, דער צוזאַמענלעבן פֿון מאַן און ווײַב, משפּחה־לעבן, ייִדישע אידענטיטעט און פּאַראָדיעס אויף צוויי פֿאָרשטעלונגען אין ייִדישן טעאַטער: די פֿאָרשטעלונג פֿון מאָריס שוואַרץ אין וואַרשע וועגן דער פּיעסע „יאָשע קאַלב” פֿון י. י. זינגער, און די פּאַראָדיע אויף דער פּיעסע „הדיבוק” אין הבימה טעאַטער. דזשיגאַן און שומאַכער האָבן אויך אָפּגעגעבן אין זייערע אויפֿטריטן אין ישׂראל אַ וויכטיקן אָרט דער געשטאַלט פֿון דעם נײַעם עולה, דער ייִד וואָס קומט קיין ארץ־ישׂראל פֿון אַ גאָר אַנדער קולטור און איפּסאָ פֿאַקטאָ פֿאַרפּלאָנטערט ער זיך אין אַ קאָנפֿליקט מיט דער הערשנדיקער קולטור אין לאַנד.

דער חיבור פֿון ד״ר ראָטמאַן לייזט אויס פֿון פֿאַרגעסונג אַ צענטראַלן קאַפּיטל אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטער און דער ייִדישער קולטור, אַ קאַפּיטל וואָס איז נישט זוכה געווען ביז הײַנט צו ווערן באַשריבן און אַזוי גרינטלעך אַנאַליזירט, דאָקומענטירט און צוטריטלעך צום ברייטן עולם, נישט געקוקט אויף דעם וואָס במשך 55 יאָר איז דער סאַטירישער ייִדישער טעאַטער פֿון דזשיגאַן און שומאַכער געווען סײַ פּאָפּולער און סײַ אַנערקענט אין דער גאָרער ייִדישער וועלט און אין מדינת־ישׂראל ווי אַ קינסטלערישער קריטישער אויפֿטו, וואָס האָט נישט געהאַט זײַן גלײַכן. דער בײַטראָג פֿון בוך צו דער געשיכטע און פֿאָרשונג פֿון ייִדישן טעאַטער איז אומגעהײַער וויכטיק, און אַזאַ בוך וועט בלײַבן ווי אַ מילשטיין און עקזעמפּלאַרער אויפֿטו.

די זעקס צוהאַנגען וואָס ד״ר ראָטמאַן האָט געבראַכט צום בוך: אַ רשימה נעמען פֿון די פֿאָרשטעלונגען און פּראָגראַמען; אַ רשימה פֿילמען מיטן אָנטייל פֿון דזשיגאַן און שומאַכער; טעלעוויזיע־פּראָגראַמען מיט שמעון דזשיגאַן; אַ רשימה אַרטיסטן און זייערע שאַפֿונגען; אַ רשימה אַקטיאָרן און די פּראָגראַמען אין וועלכע זיי האָבן אָנטיילגענומען; „דער נײַער דיבוק‟ (דער אָריגינעלער טעקסט פֿון אַרכיוו) — אָט די צוהאַנגען באַלײַכטן מיט אינפֿאָרמאַציעס פֿון ערשטיקן קוואַל די טעאַטער־וועלט פֿון דזשיגאַן און שומאַכער, און דערגאַנצן דעם חיבור אויפֿן בעסטן אופֿן.