„ויקראָ אל משה, וידבר ה׳ אליו‟ — דער אייבערשטער האָט זיך געווענדט צו משהן און האָט אים פּרטימדיק דערקלערט, ווי אַזוי מע דאַרף ברענגען די קרבנות אינעם מישכּן און אינעם בית־המיקדש. דער דריטער טייל פֿונעם חומש, וואָס מיר הייבן עס אָן לייענען די וואָך, איז בכלל אין אַ גרויסער מאָס געווידמעט דער טעמע פֿון קרבנות און דערפֿאַר ווערט ער אויך אָנגערופֿן „תּורת־כּהנים‟.
דער ערשטער פּסוק פֿון דער הײַנטיקער סדרה האָט אַן אומגעוויינטלעכן סינטאַקס: „און ער האָט גערופֿן‟. שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז משה רבינו האָט צוערשט דערהערט עפּעס אַן אַנאָנים קול. דאָס וואָרט „ויקראָ‟ ווערט אָנגעשריבן אין דער ספֿר־תּורה אויך אומגעוויינטלעך, מיט אַ קליינעם אַלף.
לויט אַ באַקאַנטן חסידישן מינהג, ווען אַ ייִנגל ווערט דרײַ יאָר אַלט, ברענגט מען אים נאָכן אָפּשערן אינעם חדר, וווּ ער לייענט די ערשטע פּסוקים פֿון דער הײַנטיקער פּרשה און די אותיות פֿונעם ייִדישן אַלף־בית. כּדי צו ווײַזן די זיסקייט פֿון דער תּורה, באַשמירט מען די אותיות מיט האָניק און מע גיט זיי דעם קינד צו לעקן. הגם דאָס עכטע לערנען אינעם חדר הייבט זיך אָן, געוויינטלעך, מיט אַ פּאָר יאָר שפּעטער, ווערט דער דאָזיקער מינהג באַטראַכט ווי דער ערשטער פֿאָרמעלער אַרײַנטריט אין דער תּורה־וועלט.
די חז״ל זאָגן, אַז משה רבינו האָט לכתּחילה געוואָלט פֿאַרשרײַבן אין דער תּורה, אַז די נבֿואה איז צו אים געקומען על־פּי צופֿאַל – „ויקר‟. פֿאַרשטייט זיך, האָט דער נבֿיא געוווּסט, אַז אַלץ אין דער וועלט ווערט געפֿירט לויט דער געטלעכער השגחה־פּרטית. משה, זײַענדיק זייער אַ באַשיידענער מענטש, האָט געטראַכט, אַז ער האָט זוכה געווען מקבל צו זײַן די תּורה־הקדושה נישט צוליב זײַנע פּערזענלעכע מעלות, נאָר צוליב דעם באַשעפֿערס געהיימע כּוונות.
מיר זעען דאָך, אַז אינעם מויל פֿון בלעם, אַן אויסגעשפּראָכענעם רשע, האָט דער רבונו־של־עולם אַרײַנגעלייגט די טײַערע ברכה־ווערטער, וואָס מיר זאָגן יעדן טאָג פֿאַרן שחרית. משה האָט אויך געטראַכט, אַז ער האָט בלויז „אונטערגעהערט‟ דאָס געטלעכע קול אויף אַן „אַנאָנימען‟, אומפּערזענלעכן אופֿן. דער באַשעפֿער האָט אים אָבער געהייסן אָנצושרײַבן דעם אַלף – צו ווײַזן, אַז משה האָט אַליין פֿאַרדינט צו באַקומען די תּורה פֿון הימל. פֿון דעסט וועגן, איז דער אות געבליבן אַ קליינער.
לכאורה, שטעקט אין דער דאָזיקער מעשׂה אַ פּאַראַדאָקס. אויב משה רבינו האָט געוואָלט ווײַזן, אַז ער איז בלויז אַ פֿאַרמיטלער אין דער קבלת־התּורה, האָט ער געמוזט גענוי פֿאַרשרײַבן אות נאָך אות דעם רבונו־של־עולמס ווערטער און אַפֿילו נישט טראַכטן אַרײַנצושרײַבן אייגענע חידושים אינעם געטלעכן טעקסט. לויטן באַקאַנטן מאמר־חז״ל, האָט ער דערזען די גאַנצע תּורה בנבֿאוה ווי „דאָס שוואַרצע פֿײַער אויפֿן ווײַסן פֿײַער‟. אַדרבה, אויב משה האָט געוואָלט ענדערן אַפֿילו איין אות, טרעט ער אויף ווי אַ מין מיטשרײַבער, נישט בלויז אַ באַשיידענער שליח.
דער סודילקעווער רבי – אַן אייניקל פֿונעם בעל־שם־טובֿ, איינער פֿון די טיפֿסטע חסידישע דענקער – דערקלערט אין זײַן קלאַסישן ספֿר „דגל מחנה אפֿרים‟, אַז דער באַשעפֿער אַליין האָט געהייסן אַרײַנצושרײַבן דעם קליינעם אַלף, ווי אַ סימן פֿון משהס גרויסער מידת־העניווה. אַוודאי, וואָלט משה אַליין זיך נישט דערוועגט צו בײַטן וואָס־ניט־איז אינעם געטלעכן טעקסט. צוליב דעם, וואָס ער האָט זיך געהאַלטן פֿאַר גאָרנישט, האָט דער אייבערשטער ברמז דערמאָנט אין זײַן תּורה משה רבינוס אייגענע געפֿילן.
דער סודילקעווער רבי איז מסביר, אַז צוליב זײַן ביטול אינעם געטלעכן ליכט איז משה רבינו געוואָרן אַליין אַ לעבעדיקע תּורה. דער חסידישער רבי דערקלערט ווײַטער, אַז בײַ אַ מענטש, וואָס האַלט זיך נידעריק, קומט די תּורה, כּבֿיכול, אַראָפּ. משה רבינו האָט זיך אינגאַנצן מבֿטל געווען אינעם געטלעכן רצון, דערפֿאַר איז די עצם־סתּירה צווישן זײַנע אייגענע ווערטער און דער געטלעכער נבֿואה בײַ אים צעשווענקט געוואָרן.
מיר זענען גאָר ווײַט פֿון משה רבינוס גײַסטיקע מעלות. אַדרבה, הינטער די אויבערפֿלעכלעכע סימנים פֿון עניווה באַהאַלט זיך אָפֿט די גרעסטע גאווה. עס טרעפֿן זיך מענטשן, וואָס האַלטן זיך בכּיוון קליין און פּשוט, כּדי צו ווײַזן דער וועלט, אַז זיי זענען גרויסע צדיקים און מעגן אַרויפֿצווינגען זייערע דעות ווי דער אמתער דעת־תּורה. ס׳איז שווער נאָכצומאַכן די אמתע מעלות פֿון צדיקים, וואָס ווערן געשילדערט אין ספֿרי־חסידות און דערצו קאָן מען זיי פֿאַרדרייען, חלילה, אויף אַ פֿאַלשן פֿאַרקריפּלטן אופֿן.
נישט געקוקט אויף אַלע שוועריקייטן, האָט דער בעל־שם־טובֿ תּמיד באַטאָנט, אַז זײַן תּורה איז נוצלעך יעדן פּשוטן מענטשן. ווי אַזוי זשע קאָנען מיר כאָטש אַ ביסל צוקומען צו משה רבינוס מידת־העניווה?
די טראַדיציע אָפּצושערן די האָר בײַ ייִנגלעך צום ערשטן מאָל צו דרײַ יאָר איז נישט איבעראַל אָנגענומען. אַפֿילו נישט אַלע חרדים טוען עס, ווײַל אין דער אַמאָליקער מיזרח־אייראָפּע איז דער אָפּשערעניש־מינהג נישט געווען באַקאַנט. בלויז אין די לעצטע פּאָר דורות האָט ער זיך פֿאַרשפּרייט – ווײַזט אויס, צוליב דער השפּעה פֿון געוויסע ספֿרדישע קהילות אין ארץ־ישׂראל.
נישט געקוקט אויף די אומקלאָרע וואָרצלען פֿונעם אָפּשערעניש, קאָן מען זאָגן, אַז דווקא אין דעם־אָ מינהג אַנטפּלעקט זיך, אין אַ געוויסער מאָס, דער סוד פֿון משה רבינוס קליינעם אַלף. קינדער האָבן ליב צו פֿאַנטאַזירן, אויסטראַכטן אייגענע כּמו־ריטואַלן און אויסטײַטשן פֿאַרשיידענע מעשׂיות אויף אייגנאַרטיקע פּערזענלעכע אופֿנים. אין דער זעלבער צײַט, שפּירן זיי, באַוווּסטזיניק צי נישט, אַז דערווײַל ווייסן זיי נאָך כּמעט גאָרנישט וועגן דער גרויסער „דערוואַקסענער‟ וועלט. ווען מע גיט זיי די אותיות צו לעקן, פֿאַרשטייען זיי, אַז מע איז זיי מכבד מיט אַזאַ נאַשערײַ דווקא צוליב זייער קליינעם עלטער; די טאַטע־מאַמע לעקן דאָך נישט זייערע ביכער בײַם לייענען. דאָס מיינט אָבער נישט, אַז דער דאָזיקער כּיבוד איז בלויז אַ צופֿאַל; אויף אַזאַ אופֿן אַנטפּלעקט דער באַשעפֿער אַליין זײַן ליבשאַפֿט צום קינד.
כּדי גובֿר צו זײַן די גאווה און זיך אַ ביסל דערנענטערן צו משה רבינוס עניווה, איז וויכטיק אָפּצושאַצן די פֿאָלקס־מינהגים. אויב אַפֿילו זיי זעען אויס צופֿעליק און קינדעריש, אַנטפּלעקט זיך אין זיי צומאָל אַ געטלעכער רוף און אַ טיפֿע חכמה. די חז״ל זאָגן, אַז אַ פּסוק, וואָס אַ קליין קינד האָט אויסגעלערנט און זאָגט אויף טראַף, איז אַ שטיקל נבֿואה. ווען מיר שאַצן ערנסט אָפּ יעדן מענטש – נישט ווי די דערמאָנטע פֿאַלשע בעלי־עניווה – און קוקן נישט אַראָפּ מיט גאווה אויף „קינדערישע‟ פֿאָלקס־מינהגים, קאָנען מיר זוכה זײַן צו דערשפּירן כאָטש אַ ביסל דעם געטלעכן רוף אין אונדז, און צו פֿאַרשטיין, אַז אין אונדזער אייגענעם לעבנס־וועג באַהאַלט זיך אויך אַ „קליינער אַלף‟ פֿון דעם אייבערשטנס השגחה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.