רות רובין איז באַקאַנט דעם ברייטן עולם ווי אַ טאַלאַנטירטע זינגערין וואָס איז אויפֿגעטראָטן אויף פּראָמינענטע פֿעסטיוואַלן פֿון דער אַמעריקאַנער פֿאָלקמוזיק און רעקאָרדירט פֿאָלקסלידער מיט אַזעלכע שטערן ווי פּיט סיגער. בײַ פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער מוזיק און פֿאָלקלאָר איז זי אָבער ממש פֿאַרהייליקט ווי די וויכטיקסטע זאַמלערין און עקספּערטקע פֿון דער ייִדישער פֿאָלק־מוזיק.
אַחוץ אירע ביכער און רעפֿעראַטן, אויף וועלכער זי האָט סײַ גערעדט וועגן דער ייִדישער פֿאָלק־מוזיק, סײַ געזונגען מוסטערס פֿון איר רעפּערטואַר איז זי געפֿאָרן איבער דער וועלט, כּדי צו זאַמלען די לידער, וואָס ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה האָבן געדענקט פֿון דער אַלטער היים, ווי אויך די לידער וואָס מע האָט געשאַפֿן אין אַמעריקע, ישׂראל, אַרגענטינע און אַזוי ווײַטער. כאָטש די פֿאָרשער האָבן שוין לאַנג אַ צוטריט צו די לידער דורך אירע ביכער, אַרטיקלען און נאָטיצן, זענען ס׳רובֿ רעקאָרדירונגען פֿון אירע אינטערוויוען מיט די פֿאָלקזינגער ביז איצט ניט ברייט צוטריטלעך.
דער „ייִוואָ‟ האָט לעצטנס אַנאָנסירט, אַז אָט־אָט וועלן די רעקאָרדירונגען וואָס רובין האָט געמאַכט מיט די פֿאָלקזינגער ווערן צוטריטלעך אויף זייער וועבזײַט. די רעקאָרדירונגען, געמאַכט „אינעם פֿעלד‟ פֿון 1946 ביז די 1970ער, האָט מען דיגיטאַליזירט פֿון אַלטע טאַשמעס אויף שפּולקעס (reel to reel), פּלאַטעס און קאַסעטן. צוזאַמען מיט די „פֿעלד־רעקאָרדירונגען‟ גופֿא, וועט מען אויך פֿאַרעפֿנטלעכן אַ ריי רעפֿעראַטן וואָס רובין האָט געהאַלטן, רעקאָרדירונגען פֿון אירע אויפֿטרעטן, ראַדיאָ־אינטערוויוען, ווידעאָס פֿון אירע קאָנצערטן און בילדער פֿון אירע ניט־פֿאַרעפֿנטלעכע מאַנוסקריפּטן.
כּדי צו פֿאַרגרינגערן דאָס צוקומען צו די מאַטעריאַלן, וועט מען זיי גרינג קענען דורכזוכן לויטן זשאַנער פֿונעם ליד, ווער עס זינגט דאָס ליד, און אַזוי ווײַטער.
לאָרין סקלאַמבערג, דער דירעקטאָר פֿונעם קלאַנגאַרכיוו בײַם „ייִוואָ‟ האָט איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז מע וועט פֿאַרעפֿנטלעכן די זאַמלונגען אין טיילן. דעם גרעסטן טייל פֿון די רעקאָרדירונגען, וואָס נעמט אַרײַן אַרום 1,100 לידער, וועט ווערן צוטריטלעך מיטוואָך, דעם 4טן אַפּריל. אין צוזאַמענהאַנג מיט דער לאַנצירונג פֿונעם אַרכיוו, אָרדנט דער „ייִוואָ‟ אין יענעם טאָג אײַן אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ בײַם „צענטער פֿאַר דער ייִדישער געשיכטע.‟
„מיר אַרבעטן ווײַטער אויף געוויסע רעקאָרדירונגען מיט וועלכע מיר האָבן טעכנישע שוועריקייטן,‟ האָט סקלאַמבערג געזאָגט. „כאָטש אַ סך פֿון די מאַטעריאַלן געפֿינען זיך בײַ אַנדערע אַרכיוון, וועט דאָס זײַן דאָס ערשטע מאָל, וואָס זיי וועלן זײַן בנימצא פֿאַרן ברייטן עולם. די נײַע וועבזײַט איז טאַקע אויסערגעוויינטלעך און גרינג צו נוצן.‟
מחוץ די רעקאָרדירונגען גופֿא איז סקלאַמבערג צופֿרידן, וואָס מע וועט אויך פֿאַרעפֿנטלעכן אויף דער וועבזײַט אַ זעלטענעם דאָקומענטאַר־פֿילם פֿון סינדי מאַרשאַל, „רות רובין: אַ לעבן פֿון לידער.‟ עס איז אים אויך געלונגען צו געפֿינען מאַטעריאַלן וואָס מע האָט רעקאָרדירט בײַם מאַכן דעם פֿילם, וואָס מע האָט ניט גענוצט אינעם דאָקומענטאַר גופֿא.
„די דאָזיקע מאַטעריאַלן זענען באמת ווי אַ געשענק פֿון הימל פֿאַר די ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן פֿאָלקסליד,‟ האָט סקלאַמבערג געזאָגט. „זיי שילדערן דעם לעצטן דור ייִדן, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן מיטן טראַדיציאָנעלן סטיל פֿון זינגען. מע קען ניט איבערשאַצן זייער ווערט פֿאַר די, וואָס ווילן זיך באַקענען מיט די אַמאָליקע ייִדישע פֿאָלקזינגער.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.