„דער ייִדישער רום‟, אײנער פֿון די סאַמע פּאָפּולערסטע און דערפֿאָלגרײַכסטע ייִדישע קולטורעלע פּראָיעקטן פֿון די לעצטע יאָרן, וואָס מע האָט שוין פֿריִער באַשריבן אינעם „פֿאָרווערטס‟, ברענגט צונױף אַ וויכטיקע היסטאָרישע פֿאָרשונג און אָריגינעלע מוזיקאַלישע שעפֿערישקײט.
דער פֿרוכט פֿונעם דרײַ־יאָריקן מי איז אַ קאָמפּאַקטל מיט אַכצן לידער. די טעקסטן זײַנען פֿאַרפֿאַסט געװאָרן דורך סאָװעטישע ייִדישע פֿאָלקסדיכטער בעת דער מלחמה, אָבער די מוזיקאַלישע אַראַנזשירונג איז דורך הײַנטיקע פּראָפֿעסיאָנעלע מוזיקער. דער דאָזיקער פּראָיעקט װאַקסט פֿון דער פֿאָרשאַרבעט פֿון פּראָפֿעסאָר אַנאַ שטערנשיס פֿון טאָראָנטאָ־אוניװערסיטעט מיט די מאַטעריאַלן, װאָס מען האָט אָנגעזאַמלט אינעם קיִעװער קאַבינעט פֿון ייִדישער קולטור. נאָך דעם װי מען האָט פֿאַרמאַכט דעם קאַבינעט אין יאַנואַר 1949 און אַרעסטירט זײַן פֿאַרװאַלטערשאַפֿט בעת די סטאַליניסטישע רדיפֿות, האָבן זיך די טעקסטן פֿון די לידער אָפּגעהיט אין דער װערנאַדסקי־ביבליאָטעק בײַ דער אוקראַיִנער װיסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע.
די סאָװעטישע פֿאָרשער משה בערעגאָװסקין, ראובֿן לערנער און אַנדערע האָבן זיך אונטערגענומען צו זאַמלען ייִדישן פֿאָלקלאָר װעגן דער מלחמה און דעם חורבן נאָך אײדער זײ האָבן זיך אומגעקערט קײן קיִעװ פֿון דער עװאַקואַציע אין 1944. זײ האָּבן טײלװײַז באַװיזן צו פֿאַרעפֿנטלעכן טעקסטן, אָבער אַ היפּשע צאָל פֿון זײ איז פֿאַרבליבן אין כּתבֿ־ידן. די דאָזיקע לידער שטאַמען פֿון עטלעכע מקורים און שפּיגלען אָפּ פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער דערפֿאַרונג בעת דער מלחמה.
אײניקע לידער, אָפֿט מאָל אינעם זשאַנער פֿון באַלאַדע, דערצײלן װעגן דעם חורבן. זײ האָט מען טאַקע אָנגעשריבן אין די געטאָס, און אַ היפּשע צאָל פֿון זײ קומען פֿון טראַנסניסטריע ווי, למשל, דאָס ליד „טולטשין‟. אַנדערע שטאַמען פֿון דער עװאַקואַציע. זײערע מחברים זײַנען אָפֿט געװען פּױלישע פּליטים, װאָס האָבן באַקומען אַ מקום־מקלט אין צענטראַל־אַזיע (ווי דאָס ליד „קאַזאַכסטאַן‟). עס זײַנען דאָ אױך מיליטערישע לידער װאָס באַזינגען די רױטע אַרמײ און איר פֿירער, חבֿר סטאַלין, װי למשל, „אַ שטורעמװינט‟. אײניקע לידער האָבן קאָנקרעטע אױטאָרן, און אַזױ אַרום פּאַסן ניט פֿאַר דער שטרענגער דעפֿיניציע פֿון פֿאָלקלאָר, בעת אַנדערע זײַנען טאַקע אַנאָנימע פֿאָלקסשאַפֿונגען, װאָס עקסיסטירן אין פֿאַרשידענע נוסחאָות.
אין פֿאַרגלײַך מיט די סאָװעטישע פֿאָלקלאָר־זאַמלונגען פֿון די 1930ער יאָרן, פֿאַרמאָגן די מאַטעריאַלן פֿון די 1940ער ניט קײן מוזיקאַלישע נאָטן. טעקסטן פֿון אײניקע לידער לאָזן משער זײַן, װאָס פֿאַר אַ ניגון װאָלט פֿאַר זײ זיך בעסער צוגעפּאַסט, װײַל לױט זײער מאָס און גראַמען קלינגען זײ ענלעך אױף פּאָפּולערע סאָװעטישע אָדער ייִדישע לידער פֿון יענער צײַט. אַנדערע פֿאַרבלײַבן אַ רעטעניש. און דאָ קומט אַרײַן דער שעפֿערישער עלעמענט. דער רוסיש־ייִדישער מוזיקער פּסאָי קאָראָלענקאָ (פּאַװעל ליאָן) און זײַן קאָלעגע סערגײ ערדענקאָ, אַ מומחה אױף דער ציגײַנערישער מוזיק, האָבן געשאַפֿן מוזיקאַלישע אַראַנזשירונגען, װאָס זאָלן אױפֿלעבן די דאָזיקע לאַנג־פֿאַרגעסענע לידער. די הױפּט־זינגער זײַנען פּסאָי קאָראָלענקאָ און די קאַנאַדער ייִדישע זינגערין סאָפֿי מילמאַן.
דערבײַ האָט זיך באַקומען אַ לעבעדיקער קאָנצערט, מיט פֿרײלעכע און טרױעריקע ניגונים אין אַ שײנער אָריגינעלער אַראַנזשירונג. דער סטיל איז גאַנץ עקלעקטיש, װי עס פּאַסט פֿאַר אַזוינע באַליבטע לידער. דאָס ביכל, װאָס באַגלייט דאָס קאָמפּאַקטל, באַשרײַבט דעם דאָזיקן פּראָיעקט װי אַ מין „מוזיקאַלישע אַרכעאָלאָגיע‟. מער צוגעפּאַסט װאָלט אפֿשר געװען צו רופֿן עס אַן „אימפּראָװיזאַציע‟. אַ סבֿרה, לרובֿ װעלן זיך די צוהערער ניט טיף אײַנהערן אין די װערטער פֿון די לידער. אָבער אױב יאָ, קאָן זיך שאַפֿן אַ מין „קאָגניטיװע דיסאָנאַנץ‟ צװישן דער מוזיק און דעם טעקסט. צוליב עפּעס אַ סיבה, אפֿשר אַ דוחק אין פּלאַץ, האָט מען באַשלאָסן ניט צו דרוקן די אָריגינעלע ייִדישע טעקסטן אינעם ביכל. אָבער עס זײַנען יאָ פֿאַראַן אַ רוסישע און אַן ענגלישע איבערזעצונג.
און דאָס איז טאַקע אַ שטיקל פּראָבלעם, װאָס האָט אַ שײַכות ניט נאָר מיטן דאָזיקן פֿײַנעם פּראָיעקט, נאָר אױך מיט אַ סך אַנדערע הײַנטצײַטיקע שעפֿערישע אינטערפּרעטאַציעס פֿון דער ייִדישער קולטור. יעדער אײנער מיט אַ ביסל חדר־בילדונג אין דער מאָדערנער הומאַניסטישער תּורה װײסט אַװדאי, אַז די „אױטענטישקײט‟ איז נישט מער װי אַ לופֿטבילד, װאָס האָט ניט קײן קיום. און על אחת כּמה וכמה איז עס ניט מעגלעך פּינקטלעך איבערצוגעבן דעם מוזיקאַלישן סטיל און דעם עכטן ייִדישן אַקצענט פֿון יענער תּקופֿה, װען מען האָט פֿאַרפֿאַסט די דאָזיקע לידער. אַזױ אַרום דאַרף מען זײערע אַראַנזשירונגען אָפּשאַצן לױט אונדזער הײַנטיקן געשמאַק. איז װאָס זשע באַקומט זיך, װען מען נעמט אַ מיליטאַנטיש סאָװעטיש ליד װעגן סטאַלינען און דער רױטער אַרמײ, און זינגט עס פֿאָר אין חװה אַלבערשטײנס מאַניר? דװקא נישקשה, װען מען פֿאַרשטײט ניט די װערטער און פֿאַרגעסט װעגן זײער היסטאָרישן קאָנטעקסט.
הײַנט פֿאַרמאָגט ייִדיש אַ געװיסן עקזאָטישן חן, װאָס מאַכט די ייִדישער קולטור פּאָפּולער צװישן דעם ברײטן עולם. מען האַלט אַז ייִדיש איז בטבֿע הײמיש, װיציק, גוטמוטיק און אַלט־פֿעטעריש. װוּ נעמט מען נאָך אַזאַ שפּראַך, אױף װעלכער מען װעט הערן לידער װעגן דעם ליבער חבֿר סטאַלין און פּאָסמאַקעװען זיך דערמיט? ממש אַ „פּאָסט־װערנאַקולאַרע‟ קולטור, װי עס טענהן אײניקע אַקאַדעמיקער. דער מעדיום איז אַ במקום פֿון דער בשׂורה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.