אַרום דער „מעדעם־ביבליאָטעק — פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟ איז אויסגעוואָקסן אַן אומגעהײַער רײַכע גרופּע לערערס, טוערס און תּלמידים, פֿון אַלערליי הינטערגרונטן, אַרײַנגערעכנט אַ סך געבוירענע ייִדיש־רעדערס פֿון פֿאַרשיידענע אָפּשטאַמען. איך האָב זיך איבערגעצויגן קיין פּאַריז, צום טייל ווײַל איך האָב זיך געוואָלט באַקענען מיט דער דאָזיקער געזעלשאַפֿט, און איצט וויל איך אײַך באַקענען מיט איר דורך אַ סעריע אַרטיקלען אינעם „פֿאָרווערטס‟.
צום סאַמע ערשטן האָב איך גערעדט מיט אסתּר גאַרבאָווניק, אַ סטודענטקע אין צענטער זינט 1997, וואָס רעדט אַ פּרעכטיק פּויליש ייִדיש און האָט אָן אַ שיעור פֿאַרכאַפּנדיקע מעשׂיות צום דערציילן.
פֿר’ גאַרבאָווניק איז געבוירן געוואָרן אין פּאַריז אין 1940. די מאַמע איז געווען אַ פּוילישע און דער טאַטע אַ דײַטשער. פֿאַר וואָס האָבן זיי, און אַנדערע ייִדישע אימיגראַנטן אין דער תּקופֿה, זיך באַזעצט דווקא אין פֿראַנקרײַך? „פֿראַנקרײַך האָט דעמאָלט געשמט פֿאַר אַ לאַנד וווּ אַ ייִד האָט געקענט לעבן,‟ האָט זי דערקלערט. „ניט וואָס ס’איז ניט געווען קיין אַנטיסעמיטיזם, נאָר קיין פּאָגראָמען זענען טאַקע ניט געווען. אמת, אַז מע האָט פֿאַרמישפּט דרײפֿוסן, נאָר אַז מע האָט אים דערנאָך רעהאַביליטירט איז ניט קיין קלייניקייט, אַ סימן פֿון דעם, וואָס מע קען דערוואַרטן פֿון פֿראַנקרײַך. מע איז אויך געפֿאָרן כּדי זיך צו פֿאַראייניקן מיט קרובֿים און לאַנדסלײַט וואָס האָבן שוין דעמאָלט געוווינט אין פֿראַנקרײַך, און וואָס האָבן געקענט אָנזאָגן די בשׂורה אַז ס’איז דאָ דאָ פֿון וואָס צו לעבן.‟
דער טאַטע איז געשטאָרבן פֿון אַ קראַנקייט, ווען אסתּר איז געווען אַלט נאָר איין יאָר. לויט דער מאַמען איז ער ניט געווען אַזוי קראַנק, נאָר די פֿראַנצייזישע דאָקטוירים האָבן אים „ניט גוט געלעטשעט‟ [געהיילט] צוליב דעם וואָס עס איז געשטאַנען אויף זײַנע דאָקומענטן אַז ער שטאַמט פֿון מאַנהײַם (אין דײַטשלאַנד). אין עפּעס אַ מאָמענט בשעת דער מלחמה האָט זיך די מאַמע אַרויסגעשמוגלט פֿון פּאַריז קיין דרום-פֿראַנקרײַך, אין דער אַזוי גערופֿענער פֿרײַער זאָנע, איבערלאָזנדיק דאָס קליינע אסתּרל בײַ דער ניט־ייִדישער ניאַנקע, זי זאָל אויפֿפּאַסן אויף איר און זי אויסבאַהאַלטן. איין מאָל האָבן שכנים פֿאַרמסרט דאָס מיידעלע צו דער פֿראַנצייזישער פּאָליציי, האָט די ניאַנקע זי געבראַכט אין אַ קאָשטשאָל אַרײַן, מע זאָל זי שמדן. ווען דער גלח האָט איר אַרײַנגעלייגט די האָסטיע אין מויל אַרײַן, האָט דאָס קינד זי אָבער גלײַך אויסגעבראָכן אויף אים.
ווען מע האָט אָנגעהויבן באָמבאַרדירן פּאַריז, האָט זיך די ניאַנקע איבערגעשראָקן און מישבֿ געווען, אַז אין שטאָט איז צו געפֿערלעך פֿאַרן קינד, האָט זי עס אַריבערגעפֿירט צו דער מאַמען אין דרום־פֿראַנקרײַך.
ווי עס דערציילט פֿר’ גאַרבאָווניק: „פֿריִער האָט זי דאָס ניט געוואָלט טאָן ווײַל זי האָט געחלומט — זי איז ניט געווען קיין שלעכטע פֿרוי, סך־הכּל — נאָר זי האָט געחלומט אַז אפֿשר וועט מײַן מאַמע ניט צוריקקומען און אַז איך וועל קענען בלײַבן בײַ איר אויף אייביק. נאָר ווען זי האָט געזען די באָמבאַרדירונג, האָט זי זיך פֿאָרט דערשראָקן און האָט מיך אַריבערגעפֿירט אויפֿן דאָרף.‟
אין דרום־פֿראַנקרײַך האָט אסתּר געוווינט מיט דער מאַמען און מיטן מאַן וואָס וועט באַלד ווערן איר שטיפֿטאַטע, אַ פּוילישער ייִד אַ שנײַדער. דער צוקונפֿטיקער שטיפֿטאַטע האָט באַלד געמאַכט אַ שטאַרקן אײַנדרוק אויף דער קליינער אסתּר ווען ער האָט איר געוויזן אַ בילד, זאָגנדיק דערבײַ: „דאָס איז מײַן ערשטע פֿרוי, וואָס די דײַטשן האָבן צוגענומען.‟ איידער אסתּר איז אָנגעקומען אין דרום־פֿראַנקרײַך, האָבן די מאַמע און איר חבֿר שוין געהאַט גענוג אויסצושטיין. איין מאָל איז די פֿראַנצייזישע פּאָליציי אַרײַנגעקומען אין דער אַכסניה וווּ די מאַמע איז אײַנגעשטאַנען, און אַלעמען אַרעסטירט אַחוץ איר, ווײַל „זי האָט זיך געמאַכט אַזוי משוגעוואַטע אַז מע האָט באַשלאָסן זי איבערצולאָזן.‟
מע האָט אויך געפּרוּווט אַרעסטירן איר חבֿר, נאָר די דאָרפֿסלײַט בײַ וועמען ער איז אײַנגעשטאַנען האָבן זיך אָנגענומען פֿאַר אים, זאָגנדיק אַז ער איז זײערער אַן אַרבעטער און זיי מוזן אים נייטיק האָבן. אסתּרס פֿעטער (דער מאַמעס ברודער) און קוזינען האָבן זיך אויך אויפֿגעהאַלטן אין דעם זעלביקן דאָרף, נאָר „זייערע‟ דאָרפֿסמענטשן זענען ניט אַלע געווען אַזוי סימפּאַטיש; צווישן זיי — אַ ייִנגל מיטן נאָמען ריימאָנד, וואָס האָט זיי געוואָלט מסרן, נאָר זײַנע קרובֿים האָבן אים אָפּגעהאַלטן דערפֿון. דערפֿאַר אָבער האָט ער אָפּגעטאָן אַנדערע שפּיצלעך; למשל, אַרויסגעריסן אַ ברעטל האָלץ וואָס האָט געדינט פֿאַר אַ בריקל, בשעת די מאַמע איז אַריבערגעגאַנגען איבערן וואַסערל.
נאָך דער מלחמה האָט זיך אסתּר אומגעקערט קיין פּאַריז מיט דער משפּחה. עס האָט זיך אַרויסגעוויזן אַז דער שטיפֿטאַטע איז „ניט קיין גרינגער פּאַסאַזשיר‟, און דאָס משפּחה־לעבן איז ניט געווען קיין גליקלעכס. ער האָט געוואָלט אַז אסתּר זאָל רעדן מיט אים כּדי אים צו פֿאַרווײַלן בשעת ער אַרבעט אויף דער ניימאַשין, און ווען זי האָט בעסער געוואָלט זיך שפּילן מיט די חבֿרטעס פֿלעגט ער זי אָנרופֿן אַ „ריכטיקער שפּילזאַק‟ און זי אַפֿילו גיין אָפּזוכן אויף דער גאַס. צו מאָל האָט זי זיך אויסבאַהאַלטן פֿון אים, אָבער צו מאָל איז זי טאַקע אַהיימגעגאַנגען, ווײַל אַנדערש האָט זי מורא געהאַט טאָמער ער וועט שרײַען אויף דער מאַמען צוליב איר. ווען זי איז נאָך געווען זייער קליין, פֿלעגט ער זי מיטנעמען אויף צו זען אויסשטעלונגען וועגן די דײַטשע לאַגערן, און זי האָט דאָרטן געזען בילדער וואָס האָבן זי איבערגעשראָקן.
דער שטיפֿטאַטע פֿלעגט רעדן ייִדיש הויך אויף דער גאַס אויף צעפּיקעניש די היגע אַנטיסעמיטן. אסתּר האָט מורא געהאַט אין אַזעלכע מאָמענטן, ווײַל זי האָט קינדווײַז שוין דערפֿילט אַז מע דאַרף זיך היטן נישט אַרויסצוּווײַזן צו פֿיל סימנים פֿון ייִדישקייט פֿאַר אַבי וועמען. אַן ערך צו נײַן יאָר האָט מיט איר פּאַסירט עפּעס וואָס האָט באַשטעטיקט דאָס געפֿיל: ווען זי איז אַרויסגעגאַנגען פֿון דער דירה אָפּצונעמען די פּאָסט, האָט זי אונטערגעהערט ווי איין שכן, דער אייגנטימער פֿון אַ קאַפֿע־הויז אין געגנט, האָט געזאָגט אַ צווייטן: „מע האָט זיך נאָך ניט אָפּגעפֿאַרטיקט מיטן גאַזירן, אָט האָסטו אַ סימן…” און געוווּנקען אויף דער קליינער אסתּרן.
דערוואַקסענערהייט האָט אסתּר איין מאָל געפֿרעגט די מאַמע פֿאַר וואָס זי האָט חתונה געהאַט מיט אַזאַ שווערן מאַן. די מאַמע האָט געענטפֿערט אַז זי האָט געוואָלט אַז איר טאָכטער זאָל האָבן אַ טאַטן, און אַז מע זאָל האָבן פֿון וואָס צו לעבן, ווײַל זי אַליין האָט ניט געהאַט קיין „ריכטיקן פֿאַך.” אסתּר האָט פֿאַרשטאַנען דער מאַמעס באַשלוס, נאָר פֿון דער צווייטער זײַט געמיינט אַז בסך־הכּל וואָלט איר קינדהייט געווען גרינגער אָן אים. „אַ שאָד,” האָט זי געזאָגט דער מאַמען, וועלכע האָט געענטפֿערט, „נו יאָ, אַ שאָד — נאָר וואָס קען מען טאָן? היטלער האָט אונדז חתונה געמאַכט.”
דער שטיפֿטאַטע האָט געוואָלט אַז אסתּר זאָל איבערנעמען זײַן קליידער־געשעפֿט, נאָר זי אַליין האָט ניט געוואָלט. זי איז געגאַנגען אין אוניווערסיטעט במשך איין יאָר, נאָר ער האָט זי אַלע מאָל געפֿרעגט: „וואָס טוסטו דאָרטן בכלל?” — ביז זי האָט זיך אַליין אויך אָנגעהויבן פֿרעגן: „וואָס טו איך דאָ, אייגנטלעך?” — און האָט באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן די לימודים, צום טייל ווײַל זי האָט שוין ניט געוואָלט דאַרפֿן אָנקומען צום שטיפֿטאַטן פֿאַרן שׂכר־לימוד, נאָר אויך ווײַל זי האָט זיך געפֿילט אומבאַקוועם צווישן די אַנדערע סטודענטן, וואָס זענען אין אַלגעמיין געווען פֿון די פֿאַרמעגלעכע קלאַסן.
איז זי געוואָרן אַ קינדער־גאָרטן־לערערין ווײַל אויף דעם האָט מען דעמאָלט נאָר געדאַרפֿט די מאַטורע. אין אָנהייב האָט זי ניט באַוויזן זיך צו חבֿרן מיט די אַנדערע לערערס, נאָר מיט די קינדער און זייערע עלטערן איז זי אויסגעקומען גוט, און נאָך עטלעכע יאָרן האָט זי פֿאַרשטאַנען אַז דער פֿאַך איז פֿאַר איר אַ צוגעפּאַסטער. ניט קיין אויסגעבילדעטע אין לערערײַ און פֿײַנטלעך געשטימט לגבי די פּאַרעווע געניטונגען וואָס זענען דעמאָלט געווען אין דער מאָדע, האָט זי אַנטוויקלט אַן אייגענע פּעדאַגאָגישע שיטה, אַ מין „בשותּפֿותדיק אויספֿאָרשן”: יעדעס קינד פֿלעגט אַרויסזאָגן זײַן מיינונג, און פֿר׳ גאַרבאָווניק פֿלעגט דערמוטיקן די קינדער צו דיסקוטירן איינס מיטן אַנדערן, צו פֿרעגן די עלטערן פֿראַגעס וועגן די טעמעס וואָס מע האָט אַרומגערעדט בשעת דער לעקציע, און זיי אויך געלערנט ווי אַזוי צו זוכן ענטפֿערס אין ביכער (און אַזוי אַרום האָט זי זיי אויסגעלערנט לייענען). פֿון דעם „זענען די קינדער אַרויסגעגאַנגען פֿונעם קלאַסצימער ווי שיכּור פֿון אַזוי פֿיל קלערן.” איר אַרבעט איז איר שוין מער געפֿעלן געוואָרן ווען זי האָט זיך באַקענט מיט אַנדערע לערערס וואָס האַלטן פֿון ענלעכע שיטות — אַרײַנגערעכנט איר בעל־הביתטע אין דער שולע, אַנדריי — וועלכע איז ביזן הײַנטיקן טאָג פֿר׳ גאַרבאָווניקס אַ נאָענטע חבֿרטע, אויף אַזוי ווײַט אַז זי זיצט און טרינקט טיי מיט אונדז בשעת דעם דאָזיקן שמועס, כאָטש זי אַליין פֿאַרשטייט ניט קיין ייִדיש.
פֿר׳ גאַרבאָווניק האָט געלערנט אין קינדער־גאָרטן 35 יאָר, ביז זי איז אַרויס אויף פּענסיע אין 1997. אין דער צווישנצײַט האָט זי אויך חתונה געהאַט און געהאַט צוויי קינדער, אַ זון און אַ טאָכטער. הײַנט האָט פֿר’ גאַרבאָווניק פֿינף אייניקלעך, דרײַ ייִנגלעך און צוויי מיידלעך (אייגנטלעך שוין יונגע פֿרויען). נאָך דעם ווי זי איז אַרויס אויף פּענסיע האָט זי געטאָן צוויי זאַכן: זיך צעשיידט מיטן מאַן, און אָנגעהויבן גיין אויף ייִדיש־לעקציעס אינעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם-ביבליאָטעק. זי האָט שוין געוווּסט וועגן דעם צענטער ווײַל די מאַמע און דער פֿעטער זענען געווען בונדיסטן, און דער פֿעטער איז געווען אַ טוער אינעם פֿריִערדיקן (בונדיסטישן) גילגול פֿון דער דאָזיקער אינסטיטוציע.
אין אָנהייב איז פֿאַר איר געווען שווער צו לייענען און שרײַבן אויף ייִדיש נאָך אַזוי פֿיל יאָרן (אַפֿילו קינדווײַז האָט זי מער געהערט די שפּראַך ווי געניצט זי אַקטיוו), נאָר מיט דער צײַט איז זי געוואָרן באַקוועם אויף די לעקציעס און זיך געפֿונען אַ שיינע גרופּע חבֿרים (אין אַ געוויסער תּקופֿה האָט דער קרײַז אַפֿילו געהייסן דער „קוסקוס־קאָנעקשן,” ווײַל זיי פֿלעגן עסן קוסקוס צוזאַמען יעדע וואָך נאָך דער לעקציע). „און איצט,” זאָגט זי, „מיין איך אַז איך וועל גיין אויף די לעקציעס ביז צום סוף, ביז איך וועל נישט מער קענען, ווײַל איך וועל זײַן צו מיד אָדער צו קראַנק אָדער צו איך ווייס ניט וואָס.” די ערשטע עטלעכע יאָר האָט זי זיך געלערנט אין יצחק ניבאָרסקיס אַ קורס, און דערנאָך בײַ זשיל ראָזיע. איצט לערנט זי זיך אַ וואָך איבער אַ וואָך, איין וואָך פּאָעזיע בײַ דער לערערקע נאַדיע דעהאַן־ראָטשילד — הײַיאָר פֿרויען־פּאָעזיע — און איין וואָך פּראָזע בײַ מאָריס גלאַזמאַן און זשאַן ספּעקטאָר — הײַיאָר באַשעוויסעס ראָמאַן דער קנעכט. אַחוץ דער וועכנטלעכער לעקציע, נעמט זי אויך אָנטייל, מיט דער חבֿרטע אַנדריי צוזאַמען, אין אַ דזשודעזמע־כאָר וואָס טרעפֿט זיך אויך אין ייִדיש־צענטער איין מאָל אַ וואָך.
פֿר’ גאַרבאָווניק איז הײַנט ניט קיין מיטגליד פֿון אַ שול און זי פּראַוועט ניט די יום־טובֿים (וועלכע דערמאָנען איר דער עיקר אין דעם שטיפֿטאַטן וואָס פֿלעגט שרײַען אויף דער וועלטלעכער, בונדיסטישער מאַמען, פֿאַר וואָס זי פֿאַרשעמט אים מיט דעם אַז זי גייט ניט מיט מיט אים אין שול אַרײַן). זי אידענטיפֿיצירט זיך אין אַ געוויסן זינען מיט דער מאַמעס בונדיזם. עס געפֿעלט איר דער געדאַנק פֿון דאָיִקייט. זי איז ניט קיין ציוניסטקע און וואָלט ניט געוואָלט וווינען אין מדינת־ישׂראל. זי באַטראַכט זיך ווי אַ פֿראַנצויזקע („קודם־כּל אַ פֿראַנצויזקע — נו, איך ווייס ניט וועגן ‘קודם־כּל,’ נאָר איך בין אַ טאַקע אַ פֿראַנצויזקע, לכל־הפּחות ביז מע וועט מיך ניט אַרויסוואַרפֿן פֿון דאַנען!”), אַ ייִדישע, און אַ סאָציאַליסטקע. לויט איר מיינונג איז נאָך אַלץ דאָ אַנטיסעמיטיזם אין פֿראַנקרײַך, אָבער ניט אומעטום און ניט בײַ אַלעמען. די אַטענטאַטן (די אַנטיסעמיטישע און די אַלגעמיינע) אין די לעצטע יאָרן האָבן איבערגעלאָזט זייערע שפּורן, סײַ אויף פֿר’ גאַרבאָווניק, סײַ אויף אירע אייניקלעך. זי דערציילט אַז זי וווינט לעבן דעם טעאַטער באַטאַקלאַן, און איז פֿאַרבײַגעגאַנגען דעם טעאַטער אין אָוונט דעם 13 נאָוועמבער 2015 — און ווען זי וואָלט אײַנגעגאַנגען אויף אַ חבֿרטעס פֿאַרבעטונג אויף נאָך איין טיי, וואָלט זי מסתּמא פֿאַרבײַגעגאַנגען דעם טעאַטער פּונקט דעמאָלט ווען דאָס שיסערײַ האָט זיך אָנגעהויבן. איינער פֿון די אייניקלעך דריקט אויס אַ כּסדרדיקע זאָרג וועגן דער זיכערקייט פֿון זײַנע עלטערן צוליב דעם וואָס בשעת איינעם פֿון די אַטענטאַטן האָט מען זיך ניט געקענט שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט זײַן טאַטן.
איינע פֿון די אייניקלעך איז זייער פֿאַראינטערעסירט אין דײַטשלאַנד (זי וויל זיך אַפֿילו איבערציִען קיין בערלין אויב מעגלעך), און אַ צווייטער אינטערעסירט זיך אין דער צווייטער וועלט־מלחמה. פֿר’ גאַרבאָווניק וויל זיי ווײַזן אַ פּאָר חפֿצים פֿון איר קינדהייט: אַ בילד פֿון איר טאַטנס דײַטשער משפּחה, אַ רעקאָרדירונג פֿון איר מאַמעס ייִדיש, און צוויי דאָקומענטן וואָס די פֿראַנצייזישע פּאָליציי האָט געשיקט דעם שטיפֿטאַטן — איינער וואָס עס שטייט דערין אַז זײַן ערשטע פֿרוי האָט זיך נאָך ניט אָפּגעפֿונען, און איינער אַז מע האָט אים נאָך ניט אָפּגעגעבן זײַן ראַדיאָ, וואָס מע האָט בײַ אים פֿריִער אַוועקגענומען צוליב עפּעס אַ סיבה. נאָר דווקא די דאָזיקע חפֿצים — און ניט קיין אַנדערע — זענען פֿאַרלוירן געגאַנגען במשך די יאָרן. „אַ מאָדנער גורל,” זאָגט פֿר’ גאַרבאָווניק.
„איך בין שטענדיק מיט אַ פֿוס אַרײַן און מיט אַ פֿוס אַרויס בנוגע אַלע זאַכן,” זאָגט פֿר’ גאַרבאָווניק בײַם סוף פֿון אונדזער שמועס. „איך בין שוין אַזאַ בריאה. איך בין טייל מאָל אין גאַנצן אין ייִדיש, און טייל מאָל אין גאַנצן אַרויס. ווען איך פֿאָר אַרויס פֿון שטאָט, זעט מיר אויס אַזוי מאָדנע דאָס ייִדיש, אַז איך הייב אָן צו מיינען אַז עס עקסיסטירט אַפֿילו נישט. איז ווען איך פֿאָר אין דאָרף אויף וואַקאַציעס, נעם איך מיט אַן עקזעמפּלאַר פֿונעם ייִדישן טעם־טעם [דער זשורנאַל פֿאַר ייִדיש־לערנערס וואָס דער ייִדיש־צענטער גיט אַרויס] כּדי צו געדענקען אַז דער ייִדיש-צענטער איז ניט בלויז אַ חלום.”
צו הערן אַ ביסל פֿון פֿר׳ גאַרבאָווניקס פּרעכטיקן פּויליש־ייִדיש, גיט אַ קוועטש דאָ:
(אונטערן אוידיאָ געפֿינט זיך אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון אירע רייד)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.