נאָך דעם וואָס די „ייִדיש־ליגע‟ האָט דעם פֿאַרגאַנגענעם דעצעמבער באַקומען גוטע אָפּרופֿן אויף אַבֿרהם נאָווערשטערנס ייִדיש־שפּראַכיקן טאָג־סעמינאַר וועגן מענדעלע מוכר־ספֿרים, האָט מען באַשלאָסן אײַנצואָרדענען נאָך אַזאַ פּראָגראַם.
זונטיק, דעם 22סטן אַפּריל, פֿון 9:00 אין דער פֿרי ביז 6:30 אין אָוונט, וועט ד״ר דוד פֿישמאַן רעדן אין מאַנהעטן אויף דער טעמע „עיר הספֿר: די ווילנער ייִדישע קולטור־אוצרות און זייער דראַמאַטישע הצלה בעת און נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה.‟
כאָטש די וועלט איז איצט בעסער באַקאַנט מיט דער געשיכטע פֿון דער „פּאַפּירענער בריגאַדע‟ אַ דאַנק פֿישמאַנס בוך אויף דער טעמע, וועט זײַן רעפֿעראַט אַרײַננעמען איין וויכטיקן קאָמפּאָנענט וואָס ס׳רובֿ לייענער פֿון זײַן בוך קענען ניט געניסן דערפֿון: אַ געלעגנהייט צו לייענען צוזאַמען די מקורים אויף וועלכע ער האָט באַזירט זײַן פֿאָרשונג. די דאָזיקע מאַטעריאַלן, וואָס מע וועט פֿאָרלייענען צוזאַמען אויף ייִדיש, נעמען אַרײַן הערמאַן קרוקס טאָגבוך און די ביכער זכרונות פֿון אַבֿרהם סוקצעווער און שמערקע קאַטשערגינסקי.
אַחוץ דער מער־באַקאַנטער „פּאַפּירענער בריגאַדע‟ וואָס איז געווען אַקטיוו בשעת דער מלחמה, וועט ד׳׳ר פֿישמאַן אויך אַרומרעדן די אויפֿטוען פֿון אירע לעבן־געבליבענע מיטגלידער, בראָש פֿון סוצקעווער און קאַטשערגינסקי, וואָס האָבן געדאַרפֿט ווידער באַהאַלטן און אַרויסשמוגלען די ביכער, דאָס מאָל כּדי זיי צו באַשיצן פֿון די סאָוועטן. אינעם מוזיקאַלישן טייל פֿון פּראָגראַם וועט דזשאַש וואַלעצקי אויפֿטרעטן מיט אַ קראַנץ לידער פֿון ווילנע און ווילנער געטאָ.
דער טאָג־סעמינאַר וועט פֿאָרקומען אין דער שיל „אַנשי חסד‟ אויפֿן „אָפּער־וועסט־סײַד‟ פֿון 9 אַ זייגער אין דער פֿרי ביז 6:30 אין אָוונט. דער שׂכר־לימוד איז $30 פֿאַר סטודענטן, $45 פֿאַר מיטגלידער פֿון דער „ייִדיש־ליגע‟ און $70 פֿאַרן ברייטן עולם. מע דאַרף זיך פֿאַרשריבן פֿאַרן 10טן אַפּריל.
נאָך אינפֿאָרמאַציע שרײַבט: info@leagueforyiddish.org.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.