אין דער שטאָט מעקסיקע האָט מען דעם 7טן מאַרץ געפּראַװעט אַן אונטערנעמונג אױף ייִדיש און שפּאַניש לכּבֿוד 120 יאָר זינט דרײַ היסטאָרישע געשעענישן: די פּובליקאַציע פֿונעם ערשטן נומער „פֿאָרװערטס‟; דער ערשטער ציוניסטישער קאָנגרעס, און די גרינדונג פֿונעם „ייִדישן אַרבעטער בונד.‟ די אונטערנעמונג, װאָס איז באַשטאַנען פֿון רעדעס און אַן אַרטיסטישער פּראָגראַם איז געװען אָרגאַניזירט דורך דער „ייִדיש װינקל‟ פֿון דער אַשכּנזישער קהילה, װאָס איז אין די לעצטע יאָר געװאָרן אײנער פֿון די װיכטיקסטע פֿאָרשטייער פֿון ייִדיש אין מעקסיקע.
דאָס איז נישט געװען קײן געװײנטלעכע אונטערנעמונג צוליב פֿאַרשײדענע סיבות. ערשטנס, איז שװער צו באַטראַכטן דעם „פֿאָרװערטס,‟ ציוניזם און בונדיזם מיט איין מאָל צוליב זייערע גאָר אַנדערע אינטעלעקטועלע און פּאָליטישע קאָנטעקסטן; זיי זענען אַפֿילו נישט פֿון דער זעלבער קולטורעלער סבֿיבֿה. אין מעקסיקע איז אָבער אַנדערש: סײַ ציוניסטן סײַ בונדיסטן האָבן געלייגט דעם גרונט פֿון ייִדישער דערציִונג דורך ׳צישאָ׳ [די צענטראַלע ייִדישע שול־אָרגאַניזאַציע] און אַנדערע מיזרח־אײראָפּעיִשע מאָדעלן, ווי אויך פֿון אינסטיטוציאָנעלן ייִדיש לעבן. ס׳רובֿ פֿונעם ציבור האָט געלערנט אין די דרײַ פֿאַרשײדענע טאָגשולן װאָס פֿלעגן לערנען ייִדיש און העברעיִש.
צװײטנס, איז ייִדיש דװקא געװען דאָס װאָס האָט פֿאַראײניקט די דרײַ טעמעס. און דריטנס, זענען כּמעט אַלע אָרגאַניזאַטאָרן און אָנטײלנעמער פֿון דער פּראָגראַם געװען ייִנגער װי 30 יאָר אַלט.
דער ציל איז געװען צו געדענקען נישט די אידעאָלאָגישע אונטערשײדן, נאָר די ענלעכקײטן צװישן זײ, דורך דעם באַנוץ פֿון דער ייִדישער שפּראַך סײַ אין אײראָפּע, סײַ אין מעקסיקע.
די אונטערנעמונג האָט זיך אָנגעהױבן מיט אַן אַרײַנפֿיר פֿון דער יונגער ייִדישיסטקע טאַמאַראַ גליסאָן פֿרידבערג װעגן דעם „פֿאָרװערטס‟ װי אַ װיכטיקער כּלי צו אַנטװיקלען אַ סעקולערערע ייִדישע אידענטיטעט. דערנאָך האָט אַלאַן גראַבינסקי, אַ יונגער זשורנאַליסט װאָס שרײַבט פֿאַרן ענגלישן „פֿאָרװערטס‟ און פֿאַר עטלעכע מעקסיקאַנער און ישׂראלדיקע צײַטונגען, געגעבן אַ „בליץ־רעפֿעראַט‟ אױף שפּאַניש מיטן טיטל „דער פֿאָרװערטס: די מאַכט פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין דער נײַער װעלט.‟ צװישן אַנדערע זאַכן האָט גראַבינסקי גערעדט װעגן דער ראָלע פֿון דער צײַטונג בײַם העלפֿן ייִדישע אינמיגראַנטן זיך אינטעגרירן אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט.
פּלוצלינג האָבן די לאָמפּן זיך אויסגעלאָשן און אַ יונגע פֿרױ פֿאַרשטעלט װי אַ ׳יאַכנע׳ איז אַרױף אין דער בימה און געלײענט און דראַמאַטיזירט אױף ייִדיש (מיט אונטערקעפּלעך אױף שפּאַניש װאָס מע האָט פּראָיעקטירט אױפֿן עקראַן) איינעם פֿון די „בינטל בריװ‟ אין װעלכן אַן „אומרויִקע מוטער‟ בעט אַן עצה ווי איבערצוצײַגן איר זון, אַ פֿאַרברענטער סאָציאַליסט, חתונה צו האָבן מיט זײַן כּלה. דער עולם האָט שטאַרק אַפּלאָדירט און מע האָט דעם עולם דערקלערט װאָס ס׳איז דער „בינטל בריװ‟ פֿונעם „פֿאָרװערטס‟ און די װיכטיקײט פֿאַר ייִדן אין זײער אינטעגראַציע צו אַמעריקאַנע געזעלשאַפֿטן. מען האָט אױך דערקלערט אַז דער ייִדישער „פֿאָרװערטס‟ איז הײַנט־צו־טאָג אַ מאָדערנע צײַטונג אַרױסגעגעבן אין דיגיטאַלע און געדרוקטע פֿאָרמאַטן. מען האָט געשפּילט אַ װידעאָ אױף ייִדיש מיט אונטערקעפּלעך אױף שפּאַניש אין װעלכן שׂרה־רחל שעכטער און דזשאָרדין קוציק האָבן גערעדט װעגן דעם הײַנטיקן „פֿאָרװערטס‟ און פֿאָרגעלייגט די צוקוקער װי זיי קענען אַליין שטיצן די װיכטיקע אַרבעט. מען האָט אויך געװיזן זייער אַ פּאָפּולערן „פֿאָרווערטס‟־ווידעאָ: ווי דער מוזיקער דניאל קאַהן זינגט זײַן ייִדישע איבערזעצונג פֿון לענאַרד כּהנס ליד „הללויה‟, װאָס איז במשך פֿון 2017 געװאָרן אַ גרויסער שלאַגער אױף דער אינטערנעץ. דער עולם איז געװען שטאַרק אַנטציקט.
דער צװײטער טײל פֿון דער אונטערנעמונג האָט געהאַנדלט װעגן דעם „ייִדישן אַרבעטער בונד.‟ טאַמאַרע גליסאָן, אַ פֿאָרשערין פֿון ייִדיש־מעקסיקאַנער געשיכטע, האָט גערעדט װעגן דער גרינדונג פֿונעם „בונד‟ אין װילנע; װי די ייִדישע שפּראַך און קולטור זײַנען בײַ זײ געװאָרן די װיכטיקסטע עלעמענטן פֿון דער ייִדישער אידענטיטעט און װעגן זײער אײַנפֿלוס אין דער ייִדישער קהילה אין מעקסיקע. אַ „קול‟ האָט דערנאָך דערקלערט אַז שלום אַנ־סקי איז געװען אַ פּרעכטיקער שרײַבער און אַ בונדיסט. מען האָט אײַנגעלאַדן טלי מאַרגאָליס, אַ יונגע ייִדישע אַקטיװיסטקע, אױף דער בימה, צו לײענען דאָס ליד „אין זאַלציקן ים‟ און מען האָט דערנאָך געהערט די בונדישע הימנע ׳די שבֿועה׳ אױף ייִדיש — בײדע מיט אונטערקעפּלעך אױף שפּאַניש.
דער דריטער און לעצטער טײל האָט זיך באַשעפֿטיקט מיט ציוניזם. דער „קול‟ האָט געגעבן אַן אַרײַנפֿיר װעגן דער ייִדישער שפּראַך ווי אײנע פֿון די װיכטיקסטע געצײַגן צו צעשפּרײטן זײער פּראָגראַם. די פֿאָרשערין אַדעלאַ סמעקע, אַ סיריש־ייִדישע פֿרוי און די פֿאָרזיצערין פֿון דער „פֿעדעראַציע פֿון יונגע ייִדן אין לאַטײַן־אַמעריקע‟ אין מעקסיקע, האָט דערקלערט וועגן פֿאַרשײדענע ציוניסטישע אידעאָלאָגן, פּאַרטײען און צײַטונגען װאָס האָבן געהאַלטן אַז ייִדיש איז אַ שפּראַך פֿונעם פֿאָלק און דערפֿאַר מוז זי זיך װײַטער אַנטװיקלען אין דעם נײַער ייִדישער מדינה. זי האָט אױך גערעדט װעגן די באַציִונגען צװישן ציוניסטן און ייִדישיסטן, װאָס פֿאָלגן נישט דעם נעגאַטיוון סטערעאָטיפּ אַז ייִדיש איז אַ גלות־שפּראַך און דערפֿאַר מוז מען זי אָפּמעקן פֿון דער ייִדישער אידענטיטעט.
סילװיאַ ביאַליק, גרינדערין פֿונעם באַרימטן מעקסיקאַנער „ייִדישן אײַדאָל,‟ האָט דראַמאַטיזירט פֿאַרן עולם זינאַ ראַבינאָװיצעס דערציילונג, „די רױטע בלום‟ אױף ייִדיש מיט אונטערקעפּלעך אױף שפּאַניש און אַבֿרהם ניצקין, דער געװעזענער געװינער פֿונעם ׳ייִדישן אײַדאָל׳ און מישעל שטריגלער, אַ געװעזענע מדריכה אין „השומר הצעיִר‟ און תּלמידה פֿון דער ייִדישער שול אין מעקסיקע, האָבן געזונגען „װוּ ביסטו געװען?‟ — אַ קאָמישער דיאַלאָג צװישן אַ טאָכטער װאָס קומט צוריק פֿון קיבוץ מיט איר מאַמען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.