אינטענסיווער סעמינאַר פֿאַר ייִדיש־לערער בײַם „ביכער־צענטער“

Intensive Seminar for Yiddish Teachers at the Yiddish Book Center


פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 23, 2018.

דער „ייִדישער ביכער־צענטער“ האָט געלאָזט וויסן, אַז ער וועט צום ערשטן מאָל דורכפֿירן אַן אינטענסיוון סעמינאַר פֿאַר ייִדיש־לערער, וואָס וועט זיך טרעפֿן במשך פֿון דרײַ סוף־וואָכן. די פּראָגראַם איז בחינם און די אָנטיילנעמער וועלן זײַן צווישן די סאַמע ערשטע זיך צו באַנוצן מיט אַ נײַעם לערן־מעטאָד „אין איינעם.“ דער „ביכער־צענטער“ וויל הערן ווי אַזוי די לערער רופֿן זיך אָפּ אויפֿן נײַעם לערנבוך. פֿאַרן העלפֿן צו טעסטירן די לערן־פּראָגראַם מיט זייערע אייגענע סטודענטן וועלן זיי באַקומען $500 און אַ הנחה בײַם קויפֿן דעם לערנבוך.

אינעם סעמינאַר גופֿא, וואָס וועט פֿאָרקומען דעם 12־13טן אויגוסט, דעם 6־7טן אָקטאָבער און דעם 6־7טן יאַנואַר, וועט מען לערנען ווי אַזוי צו באַנוצן „אין איינעם“ און ווײַזן ווי אַזוי צו שאַפֿן לעקציעס און אַקטיוויטעטן אויפֿן סמך פֿונעם בוך. דער „ייִדישער ביכער־צענטער“ וועט דעקן אַלע פֿאָר־הוצאות פֿון די אָנטיילנעמער און זיי פֿאַרזאָרגן מיט קעסט און מיט אַ שלאָפֿצימער. די פּראָגראַם וועט דורכגעפֿירט ווערן אויף ייִדיש און ענגליש.

שוין העכער פֿינף יאָר אַרבעט דער „ייִדישער ביכער־צענטער“ אויפֿן אַמביציעזן פּראָיעקט „אין איינעם‟, וואָס עטלעכע ייִדישיסטן הייבן אָן צו רופֿן דעם „מאַנהעטענער פּראָיעקט פֿון ייִדיש.“ מיט אַ בודזשעט פֿון הונדערטער טויזנטער דאָלאַר שאַפֿט מען אַ נײַ מולטימעדיע־לערנבוך פֿאַר ייִדיש, וואָס מע האָפֿט וועט זײַן ניט בלויז דער סאַמע בעסטער מעטאָד זיך אויסצולערנען מאַמע־לשון, נאָר דווקא אויך איינע פֿון די סאָפֿיסטיצירסטע לערנביכער פֿאַר וואָס פֿאַר אַ שפּראַך עס זאָל ניט זײַן.

כאָטש די פּרטים בלײַבן נאָך אַלץ בסוד, ווייסט מען יאָ, אַז דער מולטימעדיע־קורס וועט אַרײַננעמען פֿילמען און קלאַנג־רעקאָרדירונגען פֿון מענטשן וואָס רעדן אין באַזונדערע ייִדישע דיאַלעקטן און שטאַמען פֿון פֿאַרשידנאַרטיקע געזעלשאַפֿטלעכע סבֿיבֿות. דערצו וועט ער קומען אין איינעם מיט אַ קורס אויף דער שטאַרק פּאָפּולערער וועבזײַט פֿאַרן לערנען זיך שפּראַכן — DuoLingo. דערצו וועט מען קענען צופּאַסן דאָס לערנבוך צו אַלע מינים סטודענטן — קינדער, עלטערע־לײַט, אוניווערסיטעט־סטודענטן און אַזוי ווײַטער.

כּדי אָנצוגעבן אויפֿן סעמינאַר פֿאַר ייִדיש־לערער שיקט אַרײַן אַן אַפּליקאַציע פֿאַרן 15טן אַפּריל. נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://www.yiddishbookcenter.org/educational-programs/educators/yiddish-educators/about-yiddish-pedagogy-program.