„די װאָס ליגט דאָ אונטער דעם מצבֿה־צײכן
האָט קײן מאָל זיך נישט פֿאַרנומען
מיט פֿאַרביקע זאַכן פֿון לעבן.‟
די דאָזיקע שורות האָט דבֿורה פֿאָגעל (1900 — 1942) אָנגעשריבן אַרום 1930 אין אָנדענק פֿון איר שװעסטערקינד יהודית מאַלץ, אָבער זײ זײַנען פּאַסיק פֿאַרן באַשרײַבן איר אייגן לעבן, חוץ דעם, װאָס קײן מצּבֿה האָט זי ניט באַקומען. פֿאָגעל איז אומגעקומען, מיט איר מאַן און זון, אין לעמבערגער געטאָ אין 1942. בײַם לעבן האָט זי ניט געהאַט קײן צוטרױ צו „פֿאַרביקע זאַכן”. אין אירע לידער האָט זי באַזונגען אױסגעשפּראָכן ניט־פּאָעטישע זאַכן: די מאָנאָטאָנע טאָג־טעגלעכקײט פֿונעם שטאָטישן לעבן, װוּ „ס׳זאָל תּמיד אַלץ זײַן װי ס׳איז”. די גאַסן אין אירע לידער זײַנען גרױ און „װײַס־פּאַפּירענע”, „דאָס גראָ איז לאַנג און קײַליק. מען האָט נישט װוּהין צו גײן, אַזױ גלײַך זײַנען אַלע הײַזער.”
פֿאָגעל האָט זיך ניט צוגעפּאַסט צו דער ייִדישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה פֿון פּױלן. לעמבערג איז ניט געװען צװישן די װיכטיקסטע צענטערס פֿון דער ייִדישער קולטור, און װילנע און װאַרשע זײַנען איר געװען פֿרעמד. זי האָט אונטערגעהאַלטן קאָנטאַקטן מיט אױסלענדישע ייִדישע ליטעראַטן, מלך ראַװיטש אין אױסטראַליע, שלמה ביקעל אין בוקאַרעשט און אַהרן גלאַנץ־לעיעלעס אין ניו־יאָרק. לעיעלעס האָט פֿון מאָל צו מאָל געדרוקט אירע זאַכן אין „אין זיך” אָבער ער האָט זעלטן געענטפֿערט אױף אירע פּרטימדיקע בריװ. זי האָט זיך באַקלאָגט אױפֿן פּרימיטיװן געשמאַק און עם־האָרצות פֿון די פֿירנדיקע ייִדישע קריטיקער אין פּױלן, די „שרעקלעכע לײַט”, װאָס האָבן גאָרניט ניט פֿאַרשטאַנען אין אירע לידער.
אין אונטערשיד צו אַנדערע ייִדישע שרײַבער פֿון יענער צײַט, איז ייִדיש ניט געװען קײן נאַטירלעכע שפּראַך פֿאַר פֿאָגעל. װי אַ סך לעמבערגער ייִדישע אינטעליגענטן, איז זי אױפֿגעהאָדעװעט געװאָרן אױף פּױליש און דײַטשיש, גוט געקענט פֿראַנצױזיש און אױך העברעיִש. איר פֿעטער, מאַרקוס ערענפּרײַז, איז געװען אַ ציוניסטישער טוער אין אײנעם מיט טעאָדאָר הערצל, און שפּעטער איז ער געװאָרן דער הױפּט־רבֿ פֿון שװעדן. פֿאָגעל האָט אױסגעקליבן ייִדיש צוליב עסטעטישע טעמים, װײַל דװקא די דאָזיקע שפּראַך האָט זיך צום בעסטן געפּאַסט פֿאַר איר אײגנאַרטיקער מאָדערניסטישער פּאָעטיק. „הינטער מײַנע לידער שטײט מײַן שװער לעבן… דערפֿאַר שרײַב איך װײניק און געדיכט”. זי האָט געשעפּט שטאָף פֿאַר איר פּאָעזיע אין איר אײגענער „שטאָטישער בענקשאַפֿט” און געזוכט צו פֿאַרקניפּן אירע שטימונגען מיט קאָנקרעטע פּרטים פֿון דער אַרומיקער שטאָטישער לאַנדשאַפֿט.
ייִדישע טעמעס, געשטאַלטן, מעטאַפֿאָרן קומען פֿאָר זײער זעלטן אין פֿאָגעלס לידער. זי באַנוצט די ייִדישע שפּראַך װי אַ פּרעציזן כּלי אױסצופֿירן איר שעפֿערישן פּלאַן. שטריך נאָך שטריך מאָלט זי גראַפֿישע בילדער פֿון דער אַרומיקער װירקלעכקײט. זי שילדערט גאַסן מיט הײַזער װי „רעכטעקיקע שאַכטעלעך / מיט פֿיגורן, װאָס קרײַזן פֿון מאָרגן ביז אָװנט.” די װעלט פֿון אירע לידער איז סטאַטיש און שטיל. זי האָט ליב „װײַסע װערטער”, װאָס זײַנען אַנאָנים און אַבסטראַקט. זי זוכט צו פּאָעטיזירן „באַנאַלקײט”, אָבער ניט די באַנאַלקײט פֿון „מעכאַנישע באַגריפֿן” נאָר די „באַנאַלקײט פֿון עלעמענטאַרע געשעענישן”. זי זאָגט זיך בכּיװן אָפּ פֿון װאָסער ניט איז ראָמאַנטישקײט און סעטנימענטאַלקײט. להיפּוך, זי באַזינגט דאָס “פּראָסטע לעבן” װי אַ מין „שלעכטער ראָמאַן.”
מערקװירדיק, דער אײנציקער טעקסט אירער, װאָס איז טאַקע יאָ געװידמעט דער ייִדישער טעמע, איז אָנגעשריבן אױף פּױליש, און געדרוקט צום ערשטן מאָל אױף שװעדיש. „דער לעמבערגער ייִדישער קװאַרטאַל” איז אײנע פֿון די בעסטע ליטעראַרישע פּאָרטרעטן פֿון דער ייִדישער געגנט, אַ מין װעגװײַזער איבער לעמבערגער ייִדישע גאַסן מיט שײנע אילוסטראַציעס פֿון יוזעפֿאַ קראַטאָכװילאַ־װידימסקאַ. אין לעמבערג, אַזױ װי אין אַנדערע אַלטע אײראָפּעיִשע שטעט, ליגט דער ייִדישער קװאַרטאַל „אױף יענער זײַט פֿונעם הױפּטװעג פֿונעם לעבן”, שרײַבט פֿאָגעל. אירע סקיצן כאַפּן דעם סאַמע עצם פֿון ייִדישן לעבמערג, װאָס איז אױסגעמעקט געװאָרן אינעם חורבן. פֿאָגעל פֿירט דעם לײענער פֿונעם מיטלעלטערלעכן טײל, װאָס זײַן האַרץ איז די באַרימטע „גאָלדענע רױז”־שיל, צו די מאָדערנע „גאַסן־ממזרים”, װאָס שפּיגלען אָפּ דעם באַגער פֿון ייִדן זיך צו אַסימילירן. אין הסכּם מיט אירע פּאָעטישע פּרינציפּן, באַזינגט פֿאָגעל די „גרױע זאַכלעכקײט” פֿונעם ייִדישן קװאַרטאַל, װאָס שטעלט זיך אַנטקעגן װאָסער ניט איז ראָמאַנטישער עקזאָטיק.
דער אינטערעס צו דבֿורה פֿאָגעלס לעבן און ליטעראַרישער ירושה, װאָס איז צעשפּרײט איבער פֿאַרשידענע צײַטשריפֿטן אין פּױלן, אַמעריקע און רומעניע, האַלט אין אײן װאַקסן, בפֿרט אין פּױלן און דײַטשלאַנד. איר האָט מען לעצטנס געװידמעט אַ גרױסע קונסט–אױסשטעלונג „מאָנטאַזשן”) אינעם לאָדזשער מוזעום פֿון מאָדערנער קונסט. דער דײַטשישער פֿאַרלאַג „אַרקאָ” האָט אַרױסגעגעבן אַ װאָגיקן זאַמלבאַנד מיט פֿאָגעלס לידער, עסײען און בריװ. די לידער װערן געדרוקט פּאַראַלעל אױף ייִדיש (מיט לאַטײַנישע אותיות אין ייִװאָ־טראַנסקריפּציע) און אױף דײַטשיש, אָבער די פּראָזע — בלױז אין דער דײַטשישער איבערזעצונג. עס קומט אַ האַרציקער יישר־כּוח דער רעדאַקטאָרין און איבערזעצערין אַנאַ מאַיאַ מיסיאַק און דעם פֿאַרלאַג „אַרקאָ” פֿאַרן דאָזיקן זײער װיכטיקן אױפֿטו. האָפֿנטלעך װעט דער פֿאַרלאַג ממשיך זײַן מיט דער סעריע פֿון ייִדישע איבערזעצונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.