ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published March 27, 2018.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

אַ יונגע פֿרוי האָט לעצטנס געעפֿנט אַ פּאָסט־אַגענטור אינעם בנין וווּ עס געפֿינט זיך דער פֿאַרבאַנד פֿון די ייִדן אין פּוילן. איין מאָל גייט דער סעקרעטאַר פֿונעם „ייִדישן וואָרט‟, דער חודשניק פֿונעם „פֿאַרבאַנד פֿון די ייִדן אין פּוילן‟, שיקן אַ בריוו אין דער נײַער פּאָסט־אַגענטור. איך דאַרף צוגעבן אַז דער סעקרעטאַר האָט אַ שיין קליין בערדל.

„איך האָב באַלד דערקענט אַז איר זענט אַ ייִד,‟ זאָגט אים די באַלעבאָסטע פֿון דער פּאָסט. „דאָס זעט מען לויט אײַער באָרד. ייִדן האָבן נישט קיין דרך-ארץ פֿאַר פֿרויען. נישט שיין.‟

די איראָניע איז, אַז דער סעקרעטאַר איז בכלל נישט קיין ייִד. אין פּוילן איז איצט אַ מאָדע פֿאַר בערד וואָס האָט מיט אונדז ייִדן גאָר נישט צו טאָן, אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.

הכּלל, איך האָב שוין געהערט טענות אַז די ייִדן זענען קאָמוניסטן אָדער פֿאַרקערט — קאַפּיטאַליסטן, קאָסמאָפּאָליטן אָדער ווידער פֿאַרקערט — נאַציאָנאַליסטן, אָבער דאָס וואָס מיר ייִדן האָבן פֿיינט פֿרויען, דאָס הער איך צום ערשטן מאָל.

„בכלל — האָט די פּאָסטמאַדאַם ווײַטער דערקלערט — צו וואָס דאַרפֿן די ייִדן בלײַבן דאָ אין פּוילן? סע וואָלט געווען בעסער ווען זיי טראָגן זיך אַוועק פֿון דאַנען אין די וואַרעמע לענדער.‟

לויט איר איז דער קאַלטער פּוילישער קלימאַט נישט קיין גוטער פֿאַר אונדז סעמיטן.

זײַט וויסן אַז דער דאָזיקער געדאַנק איז דווקא נישט קיין נײַער. פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה האָבן פּוילישע פֿאַשיסטן געפֿאָדערט אַ קאָלאָניע פֿאַר זייער לאַנד, אין מאַדאַגאַסקאַר. דאָס וואָלט געווען אַ טאָפּל געווינס. פּוילן וואָלט געהאַט אַ קאָלאָניע און אין דער זעלבער צײַט פּטור געוואָרן פון די ייִדן אין פּוילן גופֿא.

אַ ייִדישער קאַבאַרעטיסט מיטן נאָמען מיעטשעסלאַוו מיקסנע האָט רעאַגירט מיט חן און הומאָר אויף דעם דאָזיקן פֿאָרשלאָג און געשריבן אַ שלאַגער וואָס אַלע זינגען און טאַנצן אין פּוילן ביזן הײַנטיקן טאָג. זײַן ליד אינעם פֿאָקסטראָט ריטעם הייסט טאַקע „מאַדאַגאַסקאַר‟. פֿונעם גאַנצן ליד וועל איך דאָ איבערגעבן בלויז פֿיר שורות אין מײַן פֿרײַער איבערזעצונג:

דאָרט אַ מיקווה וועל איך בויען

אַ שוויצבאָד דערצו.

דאָ האָב איך פֿאַר יעדן מורא,

דאָרט לאָזט מען מיך צו רו.

אַגבֿ, די ייִדן וואָס האָבן עמיגרירט אין די סקאַנדינאַווישע לענדער בימים ההם בזמן הזה, דאָס הייסט אין מאַרץ 1968, האָבן געלויבט זייערע גאַסטגעבערס פֿאַר זייער פֿילאָסעמיטיזם. שטילערהייט האָט מען אָבער געזאָגט יענע ייִדן אַז זיי טרײַבן אַ ביסל איבער.

„בײַ אונדז פֿעלן נישט קיין אַנטיסעמיטן — האָט מען זיי געזאָגט — נאָר וואָס זשע, די סקאַנדינאַווער זענען זייער העפֿלעך. וואָס זיי טראַכטן באמת האַלטן זיי בסוד.‟

הייסט עס אַז מיט די פּאָליאַקן, סײַ די אַנטיסעמיטן סײַ די פֿילאָסעמיטן, ווייסט מען גענוי אויף וואָסערער וועלט מען שטייט. גם זו לטובֿה.

אַגבֿ, מיעטשיסלאַוו מיקסנע, וואָס האָט געשריבן זײַן ליד אין 1938, האָט נישט זוכה געווען צו בויען אַ מקווה אין מאַדאַגאַסקאַר. די דײַטשן זענען אַרײַן אין פּוילן אַ יאָר שפּעטער און ער איז שוין נישט אַרויס אַ לעבעדיקער פֿון זייערע הענט.