דעם הײַנטיקן שבת, וואָס פֿאַלט אויס הײַיאָר דעם ערשטן טאָג פּסח, לייענען מיר אַ טייל פֿון דער פּרשה „בא‟ אינעם חומש „שמות‟. דער באַשעפֿער האָט אָנגעזאָגט די ייִדן, דורך משה רבינו, אָנצושמירן זייערע טירן מיטן בלוט פֿון געשאָכטענע שאָף, כּדי די מכּת־בכורות זאָל זיי „איבערהיפּן‟. כּדי צו געדענקען די יציאת־מצרים, האָט דער רבונו־של־עולם געהייסן זיי עסן יעדעס יאָר דאָס פּסח־לעמעלע — אָדער אַ ציגעלע ווי אַ במקום־וואַריאַנט.
שטעלט זיך אַ קשיא: דער רבונו־של־עולם איז דאָך אַ כּל־יודע; אַלצדינג ווייסט ער, אַרײַנגערעכנט די טיפֿסטע מחשבֿות און געפֿילן פֿון יעדן מענטש. זיכער האָט ער געוווּסט, אָן קיין גשמיותדיקע סימנים, וווּ עס וווינען די ייִדן און צי זיי גלייבן טאַקע ערנסט אין משה רבינוס ווערטער.
רש״י איז מסביר, אַז די מיצרים האָבן געדינט די שאָף ווי אַן עבֿודה־זרה. דעריבער, האָבן ייִדן געמוזט זיך במסירת־נפֿש אָפּזאָגן פֿון די מיצרישע אָפּגעטער. אויב אַזוי, איז דער צוועק פֿונעם אָנזאָג געווען אַ פּסיכאָלאָגיש־גײַסטיקער. אַוודאי האָט דער באַשעפֿער אַליין געוווּסט, וועמען ער קלײַבט זיך צו ראַטעווען. כּדי זיך צוצוגרייטן צו די גרויסע ניסים פֿון יציאת־מצרים, האָבן ייִדן אָבער געדאַרפֿט אַליין מאַכן דעם ערשטן גאולה־טראָט, זיך אָפּרײַסן פֿון „מיצרישקייט‟ אין זייערע הערצער און מיט אַן אָפֿענעם צייכן אויף זייער טירן.
די הײַנטיקע היסטאָריקער האָבן אָנגעוויזן, אַז די מיצרישע קולטור איז נישט געווען אַזוי פּרימיטיוו. די מיצרים האָבן אַליין געגעסן שטוב־בהמות, אַרײַנגערעכנט ציגן און שאָף. דאָס פֿלייש איז אָבער געווען בײַ זיי אַ טײַער אַריסטאָקראַטיש מאכל. דערפֿאַר האָבן זיי געגלייבט, אַז מע דאַרף באַהאַנדלעך די שאָף מיט אַ באַזונדערן דרך־ארץ; איידער מע דערוועגט זיך צו שעכטן אַ בהמה, האָט מען געמוזט, לויט זייער שיטה, באַדאַנקען די געטער פֿאַרן געבן די מענטשן אַזאַ חשובֿן דעליקאַטעס. אויב אַזוי, לייגט זיך רש״יס תּירוץ נאָך מער אויפֿן שׂכל. פֿאַרן אַנטלויפֿן פֿון מצרים, האָבן די שקלאַפֿן אויסגענוצט אַ געצנדינערישן סימבאָל פֿונעם הערשנדיקן פֿאַרשקלאַפֿער־קלאַס — די בהמות — אויף אַ רעוואָלוציאָנערן אופֿן.
ווי באַקאַנט, איז די „זרוע‟ אויף דער סדר־קערה מרמז אויפֿן קרבן־פּסח. ווען דער בית־המיקדש איז געשטאַנען, איז דאָס עסן דעם קרבן־פּסח געווען איינער פֿון די עיקרים אינעם ייִדישן לעבן. נאָך דער טבֿילה, האָט אַ גר געדאַרפֿט וואָס גיכער מקיים זײַן די דאָזיקע מיצווה, כּדי צו באַשטעטיקן, אַז ער איז אַ ייִד. דעריבער, בלײַבט דער קרבן נאָך אַלץ, אין טעאָריע, דער צענטראַלער עלעמענט פֿונעם סדר.
בײַ די ספֿרדים שטעלט מען אויף דער קערה אַ געבראָטענעם פֿיסל־ביין פֿון אַ לעמעלע. אַזוי איז אויך דער פֿאַרשפּרייטער מינהג אינעם דרומדיקן טייל פֿונעם אַשכּנזישן ייִדישלאַנד, בפֿרט אין רומעניע. בײַ ס׳רובֿ אַשכּנזישע קהילות נוצט מען אַ העלדזעלע פֿון אַ הינדל, אויך געבראָטן — דווקא כּדי דער דאָזיקער עלעמענט פֿונעם סדר זאָל נישט אויסזען צופֿיל ווי אַן עכטער קרבן, אָבער דינען פֿאָרט ווי אַ רמז דערויף.
מסתּמא, האָט אויפֿן חילוק צווישן די מינהגים משפּיע געווען אַ פּשוטער קולינאַרישער פֿאַקטאָר. אין פֿאַרגלײַך מיט צפֿון־אַפֿריקע און די באַלקאַנען, וווּ די שאָף זענען זייער אַ פּאָפּולערער שפּײַזקוואַל, איז די פֿלייש־דיעטע אין מיזרח־אייראָפּע באַשטאַנען על־פּי רובֿ פֿון הינער; בלויז אויף שׂימחות און לכּבֿוד יום־טובֿ האָט מען געגעסן רינדערן פֿלייש. אין פּוילן און אוקראַיִנע באַטראַכט מען דאָס שעפּסנפֿלייש נאָך אַלץ ווי אַן עקזאָטיש מאכל.
אַ טייל ייִדישע וועגעטאַריאַנער, אַרײַנגערעכנט פֿרומע קירובֿ־אָרגאַניזאַציעס, שטעלן בוריקעס אויף דער קערה ווי אַ „זרוע‟ אָדער האַלטן, לכל־הפּחות, אַז אַזאַ פּראַקטיק קומט נישט אין סתּירה מיט דער הלכה. אין דער גמרא־מסכתּא „פּסחים‟ שטייט געשריבן, אַז רבֿ הונא, איינער פֿון די באַקאַנטסטע אמוראָים, פֿלעגט אַרויסשטעלן בײַם סדר צוויי געקאָכטע מאכלים — רײַז און בוריקעס. בײַ די אַשכּנזים עסט מען פּסח בשום־אופֿן נישט קיין רײַז — ס׳איז דאָך דער ערגסטער סאָרט קטניות, וואָס זעט אויס ממש ווי תּבֿואה — אָבער די בוריקעס זענען אַרײַן אין דער סטאַנדאַרטער פּסחדיקער דיעטע בײַ די סאַמע פֿרימסטע חסידים. דער וועגעטאַרישער וואַריאַנט קאָן אויך קומען צו נוץ, אויב עמעצער מוז פּראַווען פּסח אין אַן אָרט, וווּ ס׳איז שווער צו געפֿינען פֿלייש מיט אַ שטרענגן פּסחדיקן הכשר.
צי מע וועט אינעם צוקונפֿטיקן בית־המיקדש ווידער ברענגען די שעפֿעלעך, צי נישט, איז אויך נישט קיין פּשוטע שאלה. ס׳איז פֿאַראַן אַ רעלאַטיוו קליינע, אָבער באַלערנדיקע גרופּע פּראָ־וועגעטאַרישע רבנים, וואָס ברענגען אַ ריי ראַיות, לויט וועלכע אַפֿילו אין משיחס צײַטן וועט מען מער נישט מקריבֿ זײַן קיין בעלי־חיים. ווײַט נישט אַלע פֿרומע ייִדן זענען אָבער מסכּים מיט אַזעלכע שיטות, אָבער פּילפּולים אויף דער דאָזיקער טעמע טרעפֿן שוין אינעם „ספֿר העיקרים‟ און אַנדערע באַקאַנטע ספֿרים.
באַקומט זיך, אַז פֿונעם בוכשטעבלעכן קרבן־פּסח זענען הײַנט געבליבן בלויז רמזים. אַפֿילו אויף אַ סימבאָלישן אופֿן מוז מען בכלל נישט עסן קיין פֿלייש במשך פֿון די פּסחדיקע טעג. פֿון דער צווייטער זײַט, בלײַבט דער איצטיקער יום־טובֿ פֿול מיט „פֿליישיקע‟ סימבאָלן, וואָס דינען ווי דער דער לייטמאָטיוו פֿונעם סדר און פֿונעם הײַנטיקן תּורה־לייענען.
ווי געזאָגט, שטעקט אינעם פּשט פֿונעם פּירוש־רש״י אַ וויכטיקער פּסיכאָלאָגיש־גײַסטיקער מאָמענט. דער באַשעפֿער אַליין נייטיקט זיך נישט אין קיין קרבנות; זיי דינען ווי אַ מיטל, וואָס העלפֿט אונדז אַנטפּלעקן אין זיך דאָס געטלעכע ליכט. בײַם שעכטן די לעמעלעך, האָבן ייִדן אַליין מוסר געווען זייערע נשמות אינעם אייבערשטנס הענט. צוליב די פּסחדיקע טירחות, באַזונדערע מאכלים, דעם זיצן בײַם סדר ביז שפּעט בײַנאַכט און דער גאַנצער אַטמאָספֿער פֿונעם יום־טובֿ, שאַפֿט זיך אין אונדזער לעבן אַן אַנדער „דימענסיע‟, אָפּגעריסן פֿון דער טאָג־טעגלעכער וועלט.
דער בעל־שם־טובֿ באַטאָנט, אַז ווען מיר פֿאַרגעסן אינעם אייבערשטן אַפֿילו אויף איין רגע, דינען מיר שוין שטילערהייט אַן עבֿודה־זרה. הײַנט בוקט זיך נישט די וועלט צו שאָף אָדער ציגן; די הײַנטיקע עבֿודה־זרות זענען די יאָגענישן נאָך געלט, כּבֿוד, מאַכט, גשמיותדיקע פֿאַרגעניגנס. אין פֿאַרגלײַך מיט אַלע אַנדערע ייִדישע יום־טובֿים, איז פּסח דער סאַמע שווערער און טירחותדיקער, אָנגעלאָדן מיט די זאָרגן נישט אָנצורירן, חלילה, עפּעס חמצדיקס. אונדזער אייגן בלוט — דהײַנו, די פֿיזישע באַמיִונגען און נערוון — ווערן אַזוי אַרום אַ קרבן־פּסח.
אויב אַפֿילו מיר מעגן באַזײַטיקן די „זרוע‟ מיט בוריקעס און חלומען פֿון אַ וועגעטאַרישער משיחישער צוקונפֿט, מוזן מיר דאָך שאַרן אַלע ווינקלעך אין שטוב, אָפּווישן דאָס מעבל, כּשרן די כּלים, קאָכן…
נישט זעלטן ברענגען די פּסחדיקע טירחות און הוצאות, צום באַדויערן, צו משפּחה־קריגערײַען, לענגערע און איבעריקע אַרבעטטעג, חובֿות און אַנדערע אומגעוווּנטשענע בײַ־עפֿעקטן. וואָס מער חומרות און ספּעציפֿישע מינהגים זענען אָנגענומען אין אַ משפּחה, וואָס מער כּוחות און צײַט „הרגענען‟ מיר אַוועק לכּבֿוד יום־טובֿ, אַלץ גרינגער איז צו פֿאַרשטיין, אַז נישט צופֿעליק לייענען מיר הײַנט אין דער תּורה וועגן די קרבנות. ווען עס קומט, סוף־כּל־סוף, דער סדר, פֿילט מען זיך שוין אַליין, נעבעך, ווי אַ געשאָכטענע בהמה. ערנסט געזאָגט, בלײַבט דער יום־טובֿ אין דעם זין טאַקע דער סאַמע „פֿליישיקסטער‟ אינעם גאַנצן יאָר – אָבער אויך דער סאַמער זיסער, אויב אונדזער מי איז געווענדט לשם־שמים און ברענגט צום געוווּנטשענעם רעזולטאַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.