רעמינגטאָן באַנקראָטירט — געווען דער גרעסטער פּראָדוצירער פֿון ייִדישע שרײַבמאַשינען

Remington Goes Bankrupt - Once the Largest Producer of Yiddish Typewriters


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published March 30, 2018.

די פֿירמע „רעמינגטאָן‟ איז הײַנט באַרימט (און בײַ געוויסע מענטשן טרויעריק־באַרימט) ווי איינע פֿון די עלטסטע פֿאַבריצירער פֿון ביקסן אויף דער וועלט. די ערשטע „רעמינגטאָן‟־ביקסן האָט פּראָדוצירט עליפֿאַלעט רעמינגטאָן אין אַ פֿאַרוואָרפֿן ווינקל פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק. ער און זײַנע זין און אייניקלעך האָבן ווײַטער אָנגעפֿירט מיט דער פֿירמע „רעמינגטאָן און זין — וואָפֿנס‟ במשך פֿון לאַנגע יאָרן, פֿאַרקויפֿנדיק ניט בלויז עטלעכע פֿון די פּאָפּולערסטע מאָדעלן פֿון ביקסן און פּיסטוילן אין דער געשיכטע, נאָר אויך צוגעשטעלט געווער דער אַמעריקאַנער אַרמיי בשעת דער אַמעריקאַנער בירגער־קריג און ביידע וועלט־מלחמות.

כאָטש די „רעמינגטאָן‟־ביקסן און פּיסטוילן זענען נאָך אַלץ פּאָפּולער בײַ די אָנהענגער פֿון אַלטע ביקסן, איז דער איצטיקער גילגול פֿון דער פֿירמע שוין לאַנג אויף צרות. לעצטנס האָט זי באַנקראָטירט און עס בלײַבט אומקלאָר, צי זי וועט ווײַטער קענען אָנגיין.

פֿאַר וואָס דערמאָן איך דאָס אינעם „פֿאָרווערטס‟? ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, איז „רעמינגטאָן‟ ניט בלויז געווען אַ וואָפֿן־מאַכער, נאָר אויך צווישן די וויכטיקסטע פּראָדוצירער פֿון שרײַבמאַשינען און דווקא צווישן די ערשטע פֿירמעס, וואָס האָט זיי געמאַכט אויף ייִדיש.

אין אַ באַלערנדיקן בלאָגפּאָסט גיט איבער ד׳׳ר נחמיה בלאָך, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש און דײַטשיש באַקאַנט אויף „טוויטער‟ פֿאַר זײַנע באַמערקונגען וועגן ייִדישע ווערטער און איבערזעצונג־פֿראַגעס, אַ פּרטימדיקער געשיכטע פֿון די שרײַבמאַשינען אויף ייִדיש און העברעיִש. בלאָך דערקלערט אַז די ייִדישע „רעמינגטאָן‟־שרײַבמאַשין, וואָס מע האָט לכתּחילה אַרויסגעלאָזט אין 1903, זענען אין גיכן געוואָרן אַזוי פּאָפּולער, אַז ניט מער און ניט ווייניקער ווי י. ל. פּרץ האָט אין 1907 ספּעציעל געבעטן איינע פֿון זיי.

כאָטש די ערשטע שרײַבמאַשין וואָס האָט געניצט דעם אַלף־בית איז געווען פֿאַר העברעיִש, איז עס געווען אַ קאָמערציעלער דורכפֿאַל. דעם סדר פֿון די אותיות וואָס איז הײַנט באַקאַנט אויף די קאָמפּיוטער־קלאַוויאַטורן אין ישׂראל האָט מען לכתּחילה געמאַכט פֿאַר דער ייִדישער שרײַבמאַשין. דעם סדר האָט מען שפּעטער צוגעפּאַסט צו העברעיִש, בײַטנדיק בלויז די קנעפּלעך מיט „וו‟, „יי‟ און „אָ‟ פֿאַר „,‟, „ט‟ און „ע.‟ אַזוי ווי אויף ענגליש, האָט מען געשאַפֿן אַ קלאַוויאַטור וווּ פֿון די אותיות וואָס מע נוצט אָפֿטער זאָלן ניט אַלע זײַן איינער לעבן דעם אַנדערן. אַזוי אַרום בלײַבן די קלאַווישן נישט שטעקן. כאָטש מע וואָלט טעאָרעטיש געהאַט געקענט שאַפֿן אַ סדר וואָס איז מער פּאַסיק פֿאַר העברעיִש, האָט מען אים קיינמאָל ניט געביטן.

דער אָפּטייל פֿון „רעמינגטאָן‟ וואָס האָט געמאַכט שרײַבמאַשינען האָט זיך אין די 1920ער יאָרן צעשיידט פֿון דער פֿירמע וואָס מאַכט הײַנט ביקסן. כאָטש די פֿירמע האָט פּרובירט זיך צוצופּאַסן צו די נײַע ווירקלעכקייטן און מאַכן קאָמפּיוטערס, איז זי לסוף פֿאַרקויפֿט געוואָרן צו אַן אַנדער פֿירמע. הײַנט איז פֿאַרבליבן פֿאַרשפּרייט בלויז איין פּראָדוקט פֿון דער אַמאָליקער שרײַבמאַשין־פֿירמע: דער „רעמינגטאָן‟־ראַזירער.