קאָנפֿערענץ:„פֿישקע דער קרומער‟ מיט 130 יאָר שפּעטער

Conference Probes Novel "Fishke the Lame" 130 Years Later


פֿון דניאלה מאַוער

Published April 04, 2018.

ס׳איז לעצטנס פֿאָרגעקומען אַ קאָנפֿערענץ אויפֿן העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים לכּבֿוד דער טעמע, „יום יידיש בעברית — פֿישקע דער קרומער מיט 130 יאָר שפּעטער‟.

די אונטערנעמונג מיטוואָך, דעם 14טן מערץ, איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿון פּראָפֿ׳ דוד ראָסקעס. דער פֿאָרזיצער, פּראָפֿ’ אלי לעדערהענדלער האָט וואַרעם באַגריסט דעם עולם ייִדישיסטן, און פּראָפֿ’ דרור וואַהרמאַן, דער דעקאַן פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט, האָט באַטאָנט, אַז אַ דאַנק דעם שותּפֿות צווישן דעם העברעיִשן אוניווערסיטעט און דעם תּל-אַבֿיבֿער אוניווערסיטעט, איז דער מאָרגן פֿון ייִדיש-שטודיעס אין ישׂראל איצט פֿאַרזיכערט.

פּראָפֿ’ אַבֿרהם נאָווערשטערן האָט אָפּגעהאַלטן אַ רעפֿעראַט, „דער אַרויסרוף פֿון די קבצנים: צי איז מעגלעך אַ נײַער אַרײַנבליק אין ‘פֿישקע דער קרומער’?”. ד״ר נאָווערשטערן האָט אַוועקגעשטעלט דעם אינטערעסאַנטן טעזיס, אַז ווען מע פֿאַרגלײַכט דעם ערשטן נוסח פֿון „פֿישקע דער קרומער‟ מיט „די טאַקסע‟ (1869), און מיט אַבראַמאָוויטשעס העברעיִשע ווערק, וואָס זענען אַרויס אין די זעלבע יאָרן, זעט מען ווי בפֿירוש ניט-אידעאָלאָגיש, ווי אידעיִש אָפֿן עס איז דער פּלאַן פֿאַר פֿישקע. צווייטנס, באַווײַזט פּראָפ’ נאָווערשטערן אַז דער צוצי פֿון דער שטאָט גלופּסק איז שטאַרקער ווי פֿישקעס ליבע צו ביילקען: ווײַזט אויס אַז ליבע איז נישט תּמיד גובֿר אַלץ.

יעקבֿ פֿרידלאַנד האָט אונדז געוויזן דרײַ פֿאַרשיידענע סצענעס פֿונעם פֿילם „פֿישקע דער קרומער‟ (1939) און האָט אָנגעוויזן אויף דער השפּעה פֿון טשאַרלי טשאַפּלין און דעם דײַטשישן עקספּרעסיאָניזם אויפֿן „פֿאַרשענערטן און פֿאַרבעסערטן‟ פֿילם-נוסח פֿונעם ראָמאַן.

דער אַקאַדעמישער טייל פֿון פּראָגראַם האָט זיך געענדיקט מיט אַ צווייטן רושמדיקן רעפֿעראַט אד”ט „פֿישקע דער קרומער: דער ערשטער ייִדישער ריידראָמאַן‟ פֿון פּראָפֿ’ דוד ראָסקעס, וואָס ער האָט אָנגעהויבן דורך שטעלן דרײַ פֿראַגעס:

1) ווער שטייט אין צענטער פֿונעם ראָמאַן?

2) וואָס פֿאַר אַ מין ראָמאַן איז דאָס? מיט וואָס קען מען אים פֿאַרגלײַכן?

3) וווּ זוכט מען דעם מעטאָדאָלאָגישן שליסל צום ראָמאַן? אין דער ייִדישער ליטעראַטור-געשיכטע אָדער אין דער פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור?

אין זײַן ענטפֿער האָט זיך פּראָפֿ’ ראָסקעס אָפּגערופֿן אויף צוויי פּרינציפּן פֿונעם רוסישן ליטעראַטור-פֿאָרשער מיכאַיִל באַכטין — דער קראָנאָטאָפּ און דער דיאָלאָג — וואָס ביידע קומען צום אויסדרוק שוין אין ערשטן פּאַראַגראַף פֿונעם ראָמאַן. דער קראָנאָטאָפּ איז באַכטינס אַ חידוש, וואָס עס באַטײַט דער טרעפֿפּונקט פֿון צײַט-און-אָרט. איידער זוכן די שפּורן פֿונעם וועגראָמאַן, ווי עפּעס אַ זעלבשטענדיקער זשאַנער, וואָלט באַכטין געלייגט דעם טראָפּ אויפֿן קראָנאָטאָפּ פֿון וועג, ווײַל באַלד בײַם אָנהייב פֿון „פֿישקע דער קרומער‟ איז ער שוין אוטערוועגנס. צום סוף טענהט פּראָפֿ’ ראָסקעס אַז ווען באַכטין וואָלט געקענט ייִדיש, וואָלט ער אַוודאי געמאַכט אַ שותּפֿות מיט אַבראַמאָוויטשן, ווײַל אין „פֿישקע דער קרומער‟ האָט מענדעלע געעפֿנט טיר און טויער צו דער ייִדישער פֿילשטימיקייט.

דער הויכפּונקט פֿונעם אָוונט איז געווען דער אויפֿטריט פֿון גרשון לייזערזאָן און זײַן קאַפּעליע, Gershon Leizerson & The Yiddish Blues. דער פּובליקום האָט שטאַרק הנאה געהאַט — נישט נאָר ווײַל גרשון איז אַ מיטסטודענט, נאָר אויך ווײַל ער פֿירט אויף אַלטע און נײַע לידער אויף אַ נײַעם, ישׂראלדיקן און פֿאָרט אינטערנאַציאָנאַלן שטײגער. מיט גרשון און זײַנע קלעזמאָרים האָט זיך די קאָנפֿערענץ געשלאָסן אויף גאָר אַ געהויבענען אופֿן.