רות רובינס קלאַנג־אַרכיוו שוין אַקטיוו

Ruth Rubin's Online Sound Archive Now Live

YIVO

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published April 05, 2018.

דאָנערשטיק, דעם 4טן אַפּריל, האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אַ גרופּע ייִדישע זינגער, עטנאָמוזיקאָלאָגן און אָנהענגער פֿונעם ייִדישן ליד, צוזאַמען מיט אַ פּאָר רעפּאָרטערס, אויף אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ אינעם „צענטער פֿאַר דער ייִדישער געשיכטע‟, אין וועלכער מע האָט אָפֿיציעל לאַנצירט די אינטערנעץ־אויסשטעלונג פֿון רות רובינס לידער. אויף דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ האָט דער עטנאָמוזיקאָלאָג ד׳׳ר מאַרק סלאָבין באַשריבן די קאָלעקציע פֿון איבער 1,500 לידער ווי „די סאַמע וויכטיקסטע זאַמלונג פֿון רעקאָרדירטע ייִדישע פֿאָלקסלידער און דער גרונטשטיין פֿון אַלע פֿאָרשונגען אויף דער טעמע.‟

לאָרין סקלאַמבערג, דער „קלאַנג־אַרכיוויסט‟ בײַם „ייִוואָ‟ און עלינאָר ביזונסקי, אַ מיטאַרבעטערין אינעם אָרטיקן „קלאַנגאַרכיוו,‟ האָבן געשילדערט דעם לאַנגן פּראָצעס פֿון צונויפֿזאַמלען די רעקאָרדירונגען, זיי אײַנסדרן, דיגיטאַליזירן, און פֿאַרעפֿנטלעכן אויף אַזאַ אופֿן, אַז זיי זאָלן זײַן צוטריטלעך פֿאַרן ברייטן עולם. ביידע האָבן באַטאָנט, אַז די אַרבעט האָט זיך ווײַט ניט פֿאַרענדיקט — מע וויל אַרויסלאָזן נאָך רעקאָרדירונגען און אַז דער ברייטער עולם זאָל דערבײַ צוהעלפֿן דורכן אַרויפֿשטעלן די ווערטער צו די לידער, ווי אויך שאַפֿן איבערזעצונגען און אַנדערע באַמערקונגען.

נאָכן שפּילן פֿאַרן עולם אַ פּאָר רעקאָרדירונגען פֿון דער זאַמלונג — זיי זענען ממש דערשטוינדיקע; סײַ וואָס שייך די קוואַליטעט פֿון די זינגער, סײַ וואָס שייך דער צושטאַנד פֿון די רעקאָרדירונגען — האָט מען געשפּילט עטלעכע אויסצוגן פֿון אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן רובינס לעבן, וואָס מע קען איצט זען אויף „ייִוואָס‟ וועבזײַט. אינטערעסאַנט איז געווען דער פֿאַקט, וואָס עטלעכע פֿון די טראַדיציאָנעלע פֿאָלקסזינגער אינעם פֿילם, וואָס מע האָט געמאַכט אין די 1980ער יאָרן, זענען אויך צווישן די, וואָס זינגען אין די רעקאָרדירונגען פֿון די 1940ער און 1950ער יאָרן. עטלעכע פֿון די עטנאָמוזיקאָלאָגן וואָס זענען געקומען אויף דער פּרעסע־קאָנפֿערענץ ווי דזשאַשואַ וואַלעצקי און עטל ריים, האָבן זיך אַליין אויסגעלערנט לידער פֿון די זעלביקע פֿאָלקסזינגער. אַזוי אַרום קען מען איצט הערן ווי די דאָזיקע אינפֿאָרמאַטן האָבן פֿאָרגעשטעלט די לידער ווען זיי זענען געווען אַ סך ייִנגער ווי אין די רעקאָרדירונגען פֿון די 1970ער און 1980ער יאָרן, וואָס מע האָט שוין פֿון לאַנג געקענט הערן אויף „יוטוב‟ און אויפֿן בלאָג דאָס ייִדישע ליד פֿון דער וואָך.

סײַ סקלאַמבערג, סײַ ביזונסקי האָבן אונטערגעשטראָכן די וויכטיקייט פֿון די רעקאָרדירונגען פֿאַר די הײַנטיקע ייִדישע זינגער, וואָס קענען זיך מער ניט אויסלערנען אַ ייִדיש פֿאָלקסליד פֿון אַן אינפֿאָרמאַנט, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אינעם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. כּדי צו ווײַזן די המשכדיקייט פֿון רובינס ווערק, ווײַזט מען אויף דער וועבזײַט אַ ריי אַלבאָמען, וואָס באַנוצן זיך מיט לידער, וועלכע רובין האָט לכתּחילה רעקאָרדירט.

„שטעלט זיך פֿאָר,‟ האָט ביזונסקי געזאָגט דעם עולם, „אַז מע האָט געמאַכט אַלע אַלבאָמען איידער ס׳איז געווען גרינג צו הערן די פֿעלד־רעקאָרדירונגען. איצט, וואָס מע האָט אַ גרינגן צוטריט דערצו, וועלן זיכער קומען נאָך מער פּראָיעקטן אַזעלכע.‟