ווען מע לייענט די ביאָגראַפֿיעס פֿון ייִדישע און העברעיִשע שרײַבער פֿונעם נײַנצעטן און צוואָנציקסטן יאָרהונדערט, דערוויסט מען זיך, אַז אַ סך פֿון זיי האָבן געלערנט אין ישיבֿה. חיים גראַדע איז, למשל, געווען אַ תּלמיד אין דער נאַוואַרעדקער מוסר־ישיבֿה און חיים־נחמן ביאַליק — אין דער וואָלאָזשינער.
כאָטש די שרײַבער זענען שפּעטער אַוועק פֿון דער ישיבֿה־וועלט איז נישטאָ קיין ספֿק אַז די ישיבֿה האָט געהאַט אַ טיפֿע השפּעה אויף זייער וועלטבאַנעם. און דאָך האָט די וויסנשאַפֿט אונדז ביז לעצטנס געגעבן אַ קנאַפּ בילד וועגן דעם טאָג־טעגלעכן לעבן פֿונעם ישיבֿה־בחור. לעצטנס האָב איך אָבער אַנטדעקט גאָר אַן אינטערעסאַנט בוך וואָס באַשרײַבט פּרטימדיק אַלע אַספּעקטן פֿון דער טעמע. „די ליטווישע ישיבֿות פֿונעם נײַנצעטן יאָרהונדערט‟ פֿון שאָול שטאַמפּפֿער (פֿריִער אַרויס אויף העברעיִש און איצט אויף ענגליש) באַשרײַבט דאָס לעבן אין די וואָלאָזשינער, מירער, סלאָבאָדקער און טעלזער ישיבֿות, אויפֿן סמך פֿון די זכרונות און בריוו פֿון די אַמאָליקע תּלמידים און רבנים ווי אויך אָפֿיעציעלע מלוכישע דאָקומענטן פֿון יענער תּקופֿה.
דאָס בוך האָט, ערשטנס, אויסגעבעסערט אַ השערה מײַנע. מיר האָט זיך תּמיד געדאַכט אַז די ליטווישע ישיבֿות זענען אויפֿגעקומען ווי אַ רעאַקציע אויף דער פּאָפּולערער חסידישער באַוועגונג. שטאַמפּפֿער גיט אָבער אָן ראַיות אַז די „מתנגדישע‟ רבנים פֿון די ישיבֿות זענען, צום גרעסטן טייל, געווען אין גוטע באַציִונגען מיט די חסידישע רביים, און אַז דער אמתער ציל פֿון די גרויסע ישיבֿות איז געווען צו באַקעמפֿן דעם קריזיס פֿון אַסימילאַציע.
דעם גרעסטן קאַפּיטל גיט שטאַמפּפֿער אָפּ דער וואָלאָזשינער ישיבֿה ווײַל זי איז נישט בלויז געווען די ערשטע (געגרינדעט אין 1803) נאָר אויך ווײַל זי האָט עקסיסטירט לענגער ווי אַלע אַנדערע — בערך 90 יאָר, אין פֿאַרגלײַך מיט סלאָבאָדקע און טעלז וואָס האָבן עקסיסטירט בלויז 30 יאָר. צווייטנס, האָט וואָלאָזשין, ווי די ערשטע מאָדערנע ישיבֿה, געדינט ווי אַ מוסטער פֿאַר די אַנדערע. און דריטנס, האָבן די אַמאָליקע תּלמידים אין וואָלאָזשין געשריבן אַ סך מער וועגן זייערע יאָרן אין דער ישיבֿה; די טעלזער האָבן געשריבן ווייניקער און די סלאָבאָדקער — כּמעט אין גאַנצן נישט.
לייענענדיק די זכרונות פֿון די וואָלאָזשינער „גראַדואַנטן‟, דערוויסט מען זיך, למשל, אַז סײַ דער גרינדער און ערשטער ראָש־ישיבֿה, ר׳ חיים, סײַ זײַן זון, ר׳ יצחק, וואָס האָט איבערגענומען נאָכן טאַטנס פּטירה אין 1821, האָבן זיך געזאָרגט וועגן דעם געזונט פֿון זייערע תּלמידים און פֿלעגן גיין אויף לענגערע שפּאַצירן מיט זיי אין דרויסן — ערשטנס, כּדי זיי זאָלן געניסן פֿון דער פֿרישער לופֿט און צווייטנס, כּדי אָנצוקניפּן פּערזענלעכע באַציִונגען מיט זיי. דער איינציקער חילוק צווישן די צוויי רבנים איז געווען אַז ר׳ חיים האָט זיי געלאָזט לערנען אין דער ישיבֿה ביז שפּעט אין דער נאַכט בעת ר׳ יצחק פֿלעג זיי הייסן גיין שלאָפֿן, כּדי אויפֿצוהאַלטן דאָס געזונט.
אין די 1860ער און 1870ער איז פּורים געווען אַ גרויס געשעעניש אין וואָלאָזשין, ווײַל דעמאָלט האָט מען געקרוינט איינעם פֿון די בחורים ווי דער „פּורים־רבֿ‟. אין מיטל־עלטער איז דאָס געווען אַ פֿאַרשפּרייטער מינהג אָבער ס׳איז שוין דעמאָלט געהאַט אַרויס פֿון דער מאָדע. דווקא ר׳ חיים האָט אויפֿגעלעבט די טראַדיציע, אַ פּנים צוליב פּעדאַגאָגישע סיבות. ווי עס שרײַבט אַ געוועזענער תּלמיד פֿון וואָלאָזשין:
„ער האָט געוואָלט וויסן די חסרונות פֿון זײַן פֿירערשאַפֿט אָבער ער האָט גוט געוווּסט אַז קיין תּלמיד וועט זיך נישט דערוועגן אים צו זאָגן דעם אמת, האָט ער באַשטימט איין טאָג פֿון יאָר, פּורים, ווען אַלע נישט־געוווּנטשענע מעשׂים פֿונעם ׳רבֿ פֿון אַ גאַנץ יאָר׳ וועלן פֿאַר אים אַנטפּלעקט ווערן און ער וועט וויסן ווי צו פֿאַרריכטן די בלויזן און נישט איבערחזרן יענע טעותן.‟
די באַציִונגען צווישן די רבנים און די תּלמידים זענען געווען גאַנץ וואַרעמע, ווײַל בײַ אַ סך פֿון די בחורים איז דאָס געווען צום ערשטן מאָל וואָס זיי זענען אַזוי ווײַט פֿון דער היים; האָט דער רבֿ, נאַטירלעך, געדינט ווי אַ מין טאַטע־פֿיגור. אָבער אָנהייבנדיק פֿון דער צווייטער העלפֿט פֿונעם נײַנצעטן יאָרהונדערט, אונטער דער השפּעה פֿון די געזעלשאַפֿטלעכע ברויזונגען אין דער דרויסנדיקער וועלט, האָט זיך אָנגעהויבן צו בײַטן די שטימונג אין ישיבֿה — בפֿרט אין סלאָבאָדקע.
צום גרעסטן טייל האָבן די אומרוען אין דער סלאָבאָדקער ישיבֿה געהאַט צו טאָן מיטן לערנען מוסר, אַ הויפּטציל פֿונעם גרינדער און ראָש־ישיבֿה, ר׳ נתן־צבֿי פֿינקל. הגם דער ציל פֿון מוסר האָט געקלונגען שיין און פֿײַן — אויפֿבויען דעם כאַראַקטער פֿונעם בחור — האָבן ס׳רובֿ פֿון די סלאָבאָדקער בחורים געהאַלטן, אַזוי ווי די וואָלאָזשינער, אַז מוסר איז נישט נייטיק; דאָס לערנען גמרא לשמה איז גענוג און דעריבער איז דאָס מוסר־לערנען ממש ביטול־תּורה.
אַ צווייטע סיבה פֿאַר וואָס די בחורים האָבן זיך אַנטקעגנגעשטעלט דער מוסר־שיטה איז וואָס די רבנים פֿלעגן זיי נאָכגיין און נאָכקוקן, טאָמער באַגייען זיי עפּעס אַן „עבֿירה‟. אויב דער ראָש־ישיבֿה אָדער משגיח האָט, למשל, חושד געווען אַ בחור אין לייענען סעקולערע ביכער האָט ער בשתּיקה אַראַנזשירט אַז אַ צווייטער תּלמיד זאָל שלאָפֿן אינעם זעלבן צימער כּדי צו „האַלטן אַן אויג‟. דאָס האָט אַ טייל פֿון די בחורים שטאַרק אויפֿגעבראַכט און דערפֿירט צו אַן אַנטימוסר־קאַמפּאַניע. די בחורים האָבן דעמאָנסטראַטיוו אַרויסגעטראָגן די מוסר־ספֿרים פֿונעם בית־מדרש און בכּיוון געשטערט הרבֿ פֿינקלס שיעורים, דורכן לערנען גמרא הויך אויף אַ קול בעת ער האָט געפּרוּווט רעדן — אַ זאַך וואָס האָט גורם געווען זייערע קעגנער, די מוסרניקעס, זיי גוט אָנצושלאָגן. צום סוף האָבן ביידע צדדים געבראַכט זייערע טענות צום הויפּט־רבֿ פֿון קאָוונע.
אין דער זעלבער צײַט האָבן 150 תּלמידים אַרײַנגעשיקט אַ בריוו אין דער רעדאַקציע פֿון דער משׂכּילישער צײַטונג „המליץ‟, טענהנדיק אַז ס׳רובֿ פֿון די פֿאָנדן וואָס מע האָט געשאָנקען דער ישיבֿה אויף סטיפּענדיעס פֿאַר די 250 תּלמידים (אַלע גרויסע ישיבֿות האָבן זיך אויפֿגעהאַלטן אַ דאַנק די בײַשטײַערס פֿון גרויסע מנדבֿים און סתּם ייִדן) האָט מען אויסגעטיילט בלויז צו די 40־50 בעסטע מוסר־תּלמידים און 8־10 אַנדערע געוויינטלעכע גמרא־לערנער, אָבער אַלע אַנדערע האָט מען געגעבן „פֿאַרשימלט ברויט און פּוסטע רייד פֿונעם ראָש־ישיבֿה‟.
אין דער טעלזער ישיבֿה, נאָך דעם ווי אַ נײַער משגיח האָט געפּרוּווט אײַנפֿירן אַ שטרענגן „מוסר־קוריקולום‟, זענען די בחורים אַזוי אין כּעס געוואָרן (בפֿרט אַז דער משגיח איז געווען אַ פֿאַרברענטער אַנטיציוניסט, ווען די בחורים זענען געווען ציוניסטן), אַז די בחורים האָבן איין אָוונט, ווינטער 1897, פּשוט אויפֿגעהערט לערנען און אָנגעהויבן זיך קריגן צווישן זיך וועגן דער פֿראַגע צי דאָס לערנען מוסר שוואַכט אָפּ דאָס לערנען תּורה. מע האָט זיך אַזוי צעשריגן אַז ווען דער משגיח איז אַרײַנגעקומען און אָנגעהויבן סטראַשען די יונגע־לײַט פֿאַר זייער ביטול־תּורה האָט קיינער זיך אַפֿילו נישט אומגעקוקט אויף אים.
כאָטש די ישיבֿות זענען געגרינדעט געוואָרן זיך קעגנצושטעלן דעם שטראָם פֿון אַסימילאַציע איז עס, אין לעצטן סך־הכּל, געווען אוממעגלעך ווײַל אַזוי פֿיל פֿון דער ייִדישער יוגנט — אַרײַנגערעכנט די נאָענטע קרובֿים פֿון די ישיבֿה־בחורים — האָבן זיך אַריבערגעצויגן פֿון די שטעטלעך אין די גרויסע שטעט און דאָרט אײַנגעזאַפּט די נײַע ווערטן. פֿריִער, למשל, ווען אַ ייִדישער נגיד האָט געזוכט אַ שידוך פֿאַר זײַן טאָכטער האָט ער אויסגעקליבן אַ תּלמיד־חכם. איצט האָבן די רײַכע טאַטעס שוין גיכער געזוכט אוניווערסיטעט־סטודענטן פֿאַר זייערע טעכטער, אַזוי אַז די מאָטיווירונג בײַ די בחורים צו ווערן תּלמידי־חכמים איז ממשותדיק אָפּגעשוואַכט געוואָרן. און אויב יאָ לערנען אין ישיבֿה איז עס שוין מער נישט געווען לשמה, אָדער צו געפֿינען אַ גוטן שידוך, נאָר פֿאַר מער פּראַקטישע סיבות: באַקומען אַן אָפֿיציעלן פּאָסטן ווי אַ ראַבינער אָדער שטאָט־רבֿ.
שטאַמפּפֿערס בוך האָט יאָ איין חסרון: די לאַטײַנישע טראַנסקריפּציע פֿון די לשון־קודשדיקע ווערטער שרײַבט ער לויט דער ספֿרדישער הבֿרה, אַנשטאָט דער אַשכּנזישער. הייסט עס, אַז בית־מדרש שרײַבט ער ווי bet midrash אַנשטאָט beys-medresh — אַ לינגוויסטישער אַנאַכראָניזם, וואָס שוואַכט אָפּ די אויטענטישקייט פֿונעם טעקסט. מילא, דאָס איז גיכער אַ טענה צום פֿאַרלאַג, „די ליטמאַן־ביבליאָטעק‟, און צו דער איבערזעצערין, לינדזי טיילאָר־גוטהאַרץ, איידער צו שטאַמפּפֿערן אַליין.
נישט געקוקט אויף דעם חסרון איז דאָס בוך פֿאָרט זייער גוט אויסגעפֿאָרשט און ווײַזט אונדז ווי אַזוי דאָס לעבן האָט טאַקע אויסגעזען אין די גרויסע ליטווישע ישיבֿות פֿון יענער תּקופֿה: די באַציִונגען צווישן די בחורים און זייערע רביים, צווישן די בחורים אַליין, די פֿריידן און די ליידן — אַ זאַך וואָס מע וועט אין קיין ענציקלאָפּעדיע נישט געפֿינען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.