אין זײַן רעדע פֿון 1944, „וואָס הייסט אַ קלאַסיקער?“, גיט ט. ס. עליאָט די ווײַטערדיקע דעפֿיניציע: „אויב עס עקסיסטירט איין וואָרט וואָס קען דינען ווי אַ יסוד, וואָס דריקט אויס דעם מאַקסימום פֿון דעם וואָס איך פֿאַרשטיי אונטערן באַגריף ‘קלאַסיקער’ — איז עס דאָס וואָרט רײַפֿקייט. […] אַ קלאַסיקער קען זיך באַווײַזן נאָר אין אַ רײַפֿער ציוויליזאַציע ; ווען אַ שפּראַך און אַ ליטעראַטור האָבן דערגרייכט זייער רײַפֿקייט. […] אַן אינדיווידועלער מחבר — למשל, שעקספּיר און ווערגיליוס — קען אויפֿטאָן אַ סך בײַם אַנטוויקלען זײַן שפּראַך ; אָבער ער קען ניט ברענגען די דאָזיקע שפּראַך צו רײַפֿקייט סײַדן די אַרבעט פֿון זײַנע פֿאָרגייער האָט זי צוגעגרייט פֿאַר זײַן לעצטן פּענדזל־שמיר.“
דער אָנהייב פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור, זינט דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט און ביז דער ערשטער וועלט־מלחמה, איז ענג פֿאַרבונדן מיטן לעבן און שאַפֿן פֿון די „דרײַ קלאַסיקער“ : מענדעלע מוכר־ספֿרים (1836–1917), יצחק־לייבוש פּרץ (1852–1915) און שלום־עליכם (1859–1916). אויב מע פּרוּווט אָפּשאַצן ווי פּאַסיק איז עליאָטס דעפֿיניציע אין שײַכות צו די דרײַ קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, וואַרפֿט זיך אין די אויגן די אָנגענומענע דעה אין דער ייִדישיסטישער ליטעראַטור־געשיכטע, אַז מענדעלע, פּרץ און שלום־עליכם זײַנען נישט קיין פּועל־יוצא, נאָר דווקא די אמתע פֿאַראַנטוואָרטלעכע פֿאַר דער רײַפֿקייט פֿון דער מאָדערנער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור.
פֿון וואַנעט אָבער נעמט זיך דאָס וואָרט „קלאַסיקער“ און ווי איז דאָס געקומען אין די ייִדישיסטישע קרײַזן ?
לאָמיך סקיצירן אַ קורצע געשיכטע פֿונעם באַגריף „קלאַסיקער“. אין דער אַלט־רוימישער געזעלשאַפֿט האָט דאָס לאַטײַנישע וואָרט „קלאַסיס“ באַטײַט אַ סאָציאַל־עקאָנאָמיש־מיליטערישער קלאַס: אַ „קלאַסיקוס“ האָט געהערט צום ערשטן, ד״ה העכסטן קלאַס. שוין ציצעראָ (אינעם ערשטן י״ה פֿאַר דער איצטיקער צײַט־רעכענונג) האָט זיך באַניצט מעטאַפֿאָריש מיט אָט דעם באַגריף אין שײַכות צו ליטעראַטור ; און בײַ געליוס (צווייטער י״ה איצטיקער צײַט־רעכענונג) האָט געהייסן אַ „סקריפּטאָר קלאַסיקוס“ אַן אַמאָליקער מחבר וואָס זײַן לאַטײַן דינט פֿאַר אַ מוסטער. די בילדונג־פֿונקציע פֿון די אַלטע גריכישע און לאַטײַנישע „קלאַסישע מחברים“ האָט זיך געצויגן איבער יאָרהונדערטער, און זינט דעם 16טן י״ה האָט מען אָנגעהויבן צו רעדן וועגן „קלאַסיקער“ אויך אין שײַכות צו די נײַע אייראָפּעיִשע ליטעראַטורן אויף די פֿאָלקשפּראַכן. די שפּראַך־מוסטערדיקייט איז געבליבן אַ צענטראַלער עלעמענט, בשעת די צײַטדיסטאַנץ לגבי די קלאַסישע מחברים איז געוואָרן קירצער. אַזוי אַרום האָט באַשריבן אין 1525 דער געלערנטער פּיעטראָ בעמבאָ (1470–1547) זײַנע פֿאָרגייער פּעטראַרקאַ (1304–1374) און באָקאַטשיאָ (1313–1375) ווי מוסטערדיקע „קלאַסיקער“ פֿאַר דער איטאַליענישער שפּראַך — בלויז 150 יאָר נאָך זייער טויט.
זינט דעם 18טן י״ה, מיטן אויפֿקום פֿונעם נאַציאָנאַלן געדאַנק אין אייראָפּע, האָט זיך ווײַטער פֿאַרוואַנדלט דער „קלאַסיקער“־באַגריף, וואָס האָט איצט גענומען חל זײַן נישט נאָר אויף אַמאָליקע מחברים, נאָר אויך אויף הײַנטצײַטיקע, און אַפֿילו אויף אויסגעהאָפֿטע קלאַסיקער אין דער צוקונפֿט. אין 1795 האָט יאָהאַן־וואָלפֿגאַנג פֿאָן געטע (1749–1832) געשריבן אַז דײַטשלאַנד האָט נאָך ניט קיין „קלאַסישן נאַציאָנאַלן מחבר“ ווײַל עס פֿעלן דערווײַל די היסטאָרישע פֿאָרבאַדינגען. „ווען און וווּ קומט אויף אַ קלאַסישער נאַציאָנאַלער מחבר ?“, האָט ער געפֿרעגט. און זײַן ענטפֿער: „ווען ער אַנטדעקט אין דער געשיכטע פֿון זײַן נאַציע גרויסע געשעענישן און זייערע פּועל־יוצאס, געאייניקטע אין אַ געראָטענעם און באַדײַטנדיקן אַחדות ; ווען ער געפֿינט גרויסקייט אין די איבערצײַגונגען פֿון זײַנע לאַנדסלײַט, טיפֿקייט אין זייערע געפֿילן און כּוח מיט התמדה אין זייערע טוּונגען ; ווען ער אַליין, אַ דורכגעדרונגענער מיט נאַציאָנאַלן גײַסט, קען שעפּן פֿון זײַן אינעווייניקסט גאונות דעם כּוח מיטצופֿילן אי דעם עבֿר אי דעם איצט ; ווען ער געפֿינט זײַן נאַציע אויף אַ הויכער קולטור־מדרגה, וואָס פֿאַרלײַכטערט אים זײַן אייגענע בילדונג ; ווען ער האָט אָנגעזאַמלט אַ סך מאַטעריאַל, ווען ער זעט פֿאַר זיך פֿולשטענדיקע צי אומפֿולשטענדיקע פּרוּוון פֿון זײַנע פֿאָרגייער, און ווען אַזוי פֿיל אויסנווייניקסטע און אינעווייניקסטע באַדינגען קומען זיך צונויף, אַז ער דאַרף ניט באַצאָלן קיין טײַער רבי־געלט, אַז ער זאָל זײַן בכּוח — אין די בעסטע יאָרן פֿון זײַן לעבן — משׂיג צו זײַן, אויסצושטעלן און אויסצופֿירן מיט אַן איינהייטלעכן זינען אַ גרויס ווערק.“
אַ „קלאַסיקער“, לויט דער אינטערפּרעטאַציע וואָס אַנטוויקלט זיך דעמאָלט אין דײַטשלאַנד, האָט דאָס שליחות אויסצודריקן דעם נאַציאָנאַלן גײַסט, צו שאַפֿן אַ נאַציאָנאַלע אידענטיטעט, און גלײַכצײַטיק אָפּצושפּיגלען דעם אוניווערסאַלן הומאַניסטישן מענטשן־אידעאַל.
און איצט: ווען האָט מען באַשלאָסן ווער זאָלן זײַן די קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור? די הײַנט אָנגענומענע דעה אַז דאָס זײַנען מענדעלע, פּרץ און שלום־עליכם איז נישט געבוירן געוואָרן אין איין טאָג, נאָר האָט זיך אַנטוויקלט במשך פֿון עטלעכע יאָר. שוין אין 1902 האָט דער ליטעראַטור־קריטיקער בעל־מחשבֿות זיי באַטראַכט ווי די ערשטע גרופּע שרײַבער אין זײַן עסיי „די זשאַרגאָנישע ליטעראַטור און אירע בעסטע שרײַבער“ (אַרויסגעגעבן אין דער קראָקעווער „ייִדישער פֿאַמיליע“). אין דער דאָזיקער אָפּהאַנדלונג האָט בעל־מחשבות קודם־כּל געהאַט צו טאָן „מיט דרײַ פֿון די גרעסטע : מיט אַבראַמאָוויטשן [מענדעלען], וועלכער האָט ווי דורך אַ מיקראָסקאָפּ באַטראַכט און געפֿאָרשט די פֿאַרבאָרגנסטע לעבנס־קערנדלעך פֿון ייִדישן פֿאָלק; מיט פּרצן, וואָס האָט מיט אַ בייזער פֿלינקער האַנט אַרויסגעריסן שטיקער פֿונעם ייִדישן לעבן און זיי אונדז געוואָרפֿן אין פּנים אַרײַן מיט עקל און מיט אַ ביטער בייז געפֿיל; מיט שלום־עליכמען, וואָס האָט געשפּעט און געלאַכט פֿון אונדז, וואָס האָט אונדז געוויזן דעם נאַר און אַתּה־בחרתּנוניק, דעם שוטה און דעם ייִדישן שפּיציק־חריפֿישן קעפּל.“
דאָס וואָרט „קלאַסיקער“ פֿעלט נאָך אין בעל־מחשבותעס באַשרײַבונג פֿון 1902, אָבער זײַנע דרײַ קורצע סקיצירטע כאַראַקטעריזירונגען פֿון מענדעלע, פּרץ און שלום־עליכם וועלן זײַן אַ טיפּישער מוסטער פֿאַר די שפּעטערדיקע ליטעראַטור־קריטישע פֿאַרסך־הכּלונגען פֿון די דרײַ קלאַסיקער אין דער צוקונפֿט. נאָר דערווײַל, אין די ערשטע יאָרן פֿון 20סטן יאָרהונדערט, האָט זיך נאָך נישט געפֿונען אַן אַלגעמיינע הסכּמה לגבי וואָסערע ייִדישע שרײַבער פֿאַרדינען דעם טיטל „קלאַסיקער“. אין 1907, למשל, האָט יעקבֿ מילך געשריבן (1866–1945) אַז „מען האָט געהאַלטן געוויינלעך מענדעלע מוכר־ספֿרים פֿאַר דעם טיפּישן ייִדישן קלאַסיקער, פֿאַר דעם גרעסטן אין אונדזער ליטעראַטור“, אָבער „דיזע קרוין געהערט אויף דעם קאָפּ פֿון י. ל. פּרץ“. שלום־עליכם אַליין האָט פּראָקלאַמירט אין 1908 אַז מענדעלע איז „דער איינציקער ייִדישער קלאַסיקער“, און לויטן פּאָעט און תּנך־איבערזעצער יהואש (1871–1927) זײַנען דווקא פּרץ און שלום־עליכם געווען „ביידע זײַלן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור“.
נאָר אין 1916, נאָך שלום־עליכמס פּטירה, האָט מ. אָלגין (1878–1939) געשריבן: „עס ווערט אָפּגעשלאָסן די קלאַסישע עפּאָכע פֿון דער נײַ־ייִדישער ליטעראַרישער אַנטוויקלונג. דרײַ גרויסע נעמען שײַנען, ווי שטערן, אויף אונדזער קלאַסישן האָריזאָנט : מענדעלע מוכר־ספֿרים, פּרץ, שלום־עליכם“.
פֿאַרשיידענע מיינונגען לגבי מענדעלען, פּרצן און שלום־עליכמען עקסיסטירן ביזן הײַנטיקן טאָג, נאָר דער געדאַנק אַז אַלע דרײַ — און נאָר זיי — שטעלן מיט זיך פֿאָר צוזאַמען „די קלאַסיקער פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור“ איז שוין אַ פֿאַרפֿיקסירטער און פֿאַרשפּרייטער קאָנצענזוס אין דער וועלטלעכער ייִדישער ליטעראַטור־טראַדיציע. דאָס שאַפֿן דעם אָ באַגריף האָט געהאַט אַ פֿונדאַמענטאַלע ראָלע אין דער אַליין־אָפּשאַצונג, טעאָרעטיזירונג און ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. עס האָט איר צוגעגעבן חשיבֿות אין דער צײַט ווען זי האָט נאָך געקעמפֿט פֿאַר אָנערקענונג צווישן די אַנדערע אייראָפּעיִשע ליטעראַטורן.
די נײַע ייִדישע ליטעראַטור־טראַדיציע האָט געירנשט נישט ווייניק עלעמענטן פֿונעם אַלגעמיינעם אייראָפּעיִשן „קלאַסיקער“־באַגריף, ווי למשל דעם געדאַנק אַז די ווערק פֿון אַ קלאַסישן מחבר דינען פֿאַר אַ שפּראַכמוסטער, אָדער אַז אַ קלאַסיקער טראָגט אַ נאַציאָנאַלן כאַראַקטער : „די טראַדיציע פֿון דער קלאַסישער ייִדישער ליטעראַטור“, שרײַבט מ. אָלגין אין 1937, „איז פֿאַרקערפּערט אין די ווערק פֿון מענדעלע, שלום־עליכם און פּרץ“, און זיי, טענהט ער, „זײַנען געשטאַנען אינעם ענגסטן, אינטימסטן קאָנטאַקט מיט די ייִדישע מאַסן, מיטן פֿאָלק. זיי האָבן אין זיך אַרײַנגענומען דאָס פֿאָלק, די דערפֿאַרונגען פֿונעם גאַנצן פֿאָלקישן קאָלעקטיוו, און זיי האָבן דעריבער געקאָנט זאָגן : ‘דאָס פֿאָלק — דאָס בין איך’“.
די ייִדישע ליטעראַטור־טראַדיציע גיט אָבער צו צום „קלאַסיקער“־באַגריף אירע אייגענע קאָלירן. די דרײַ קלאַסיקער ווערן אָפֿט אָנגערופֿן „די דרײַ אָבֿות“, לויטן מוסטער פֿון די תּנכישע אָבֿות און אין הסכּם מיטן ליטעראַרישן משפּחה־מעטאַפֿאָר פֿון אַ זיידן (מענדעלע), אַ פֿאָטער (פּרץ) און אַן אייניקל (שלום־עליכם). אַן אַנדער באַזונדערער שטריך איז דער אַרכיטעקטאָנישער מעטאַפֿאָר, וואָס באַטראַכט די ייִדישע ליטעראַטור ווי אַ „בנין“ און די „קלאַסיקער“ ווי זײַנע „בויער“, „גרונטלייגער“ אָדער „זײַלן“. בשעת געטע און ט. ס. עליאָט (1888–1965) באַטראַכטן דעם קלאַסיקער ווי אַ דערשײַנונג וואָס קען אויפֿקומען נאָר נאָך דעם ווי אַ שפּראַך און אַ ליטעראַרישע קולטור האָבן דערגרייכט אַ געוויסע מדרגה, ווערן די קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, ווי געזאָגט, פֿאַרשטאַנען ווי די שאַפֿערס פֿון אָט דער ליטעראַטור. אַזוי אַרום שרײַבט אין 1936 דער קריטיקער שמואל ניגער (1883–1955) אַז יעדער פֿון די דרײַ קלאַסיקער „האָט דעם ייִדישן ליטעראַטור־בנין געהאָלפֿן וואַקסן — אָדער אין דער טיף (מענדעלע), אָדער אין דער ברייט (שלום־עליכם) אָדער אין דער הייך (פּרץ)“.
די סימעטריע אין שמואל ניגערס באַשרײַבונג, וואָס דערמאָנט בעל־מחשבותעס ציטאַט פֿון 1902, איז אַ בײַשפּיל פֿון זײַן מיינונג אַז די דרײַ קלאַסיקער זײַנען אַ מין חוט־המשולש, אַ דרײַיִקער פֿאָדעם פֿון פֿאַרשיידענע עלעמענטן וואָס דערגאַנצן זיך האַרמאָניש איינס דאָס אַנדערע. אינעם זעלבן טעקסט פֿון 1936 האָט ער געשריבן, למשל, אַז „מענדעלע האָט פֿאַר דעם ייִדיש־העברעיִשן וואָרט געעפֿנט דעם קוואַל פֿון אָפּגעפֿרישטער קולטור־טראַדיציע ; שלום־עליכם האָט געפֿונען דעם פֿאָלקסקוואַל ; פּרץ — דעם מקור פֿון דער פּערזענלעכקייט […]. מענדעלע האָט געלערנט די ייִדישע ליטעראַטור צונויפֿגעוואָקסן צו ווערן מיט אונדזער געשיכטע, בעת שלום־עליכם האָט זי באַהעפֿט מיט אונדזער קעגנוואַרט און פּרץ האָט געוועקט אין איר בענקשאַפֿט נאָך דער צוקונפֿט“ און אַזוי ווײַטער.
אַן ענלעכן טעזיס האָט פֿאַרטראָטן חיים זשיטלאָווסקי, וואָס האָט געשריבן אין 1940: „לייענט איר די ווערק פֿון אונדזערע גרויסע קלאַסיקער, פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים, שלום־עליכם און י. ל. פּרץ, און פֿרעגט איר זיך, וועלכן גרונטטאָן אין געפֿיל ברענגען זיי אַרויס מיט זייערע בילדער פֿונעם ייִדישן לעבן, — אַזוי דוכט אײַך אויס, אַקוראַט ווי זיי דרײַ וואָלטן זיך צונויפֿגערעדט אין איינעם און נאָך אַ גוט אויסגעאַרבעטן פּלאַן פֿאַרטיילט די אַרבעט צווישן זיך : ‘דו, מענדעלע, באַווײַז זיי אָקאָרשט, וווּ מיר האַלטן אין דער וועלט, אין וואָס פֿאַר אַ שיינער מערכה עס געפֿינט זיך אונדזער פֿאָלק. […] און דו, שלום־עליכם, באַווײַז זיי דעם פּשוטן בשׂר־ודם, דעם טאָג־טעגלעכן מענטשעלע אונדזערן, ווי ער שטייט און גייט, מיט אַלע זײַנע העװיות און תּנועות, מיט אַלע זײַנע חסרונות און מעלות. […] און דו, פּרץ, הייב אַ ביסל אויף דעם פּרוכת, וואָס פֿאַרשטעלט פֿאַר זיי דאָס גײַסטיקע לעבן פֿון אונדזער פֿאָלק. באַווײַז זיי, וואָס פֿאַר וווּנדערלעכע קרעפֿטן עס ברויזן אין אים, אָדער האָבן ערשט נישט לאַנג אויפֿגעהערט צו ברויזן.’“
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.