צום צווייטן מאָל אין זײַן לעבן, איז דזשעפֿרי גאָטליב, אַ געוועזענער ניו־יאָרקער געשיכטע־לערער, נישט־ווילנדיק געוואָרן אַ צענטער פֿון אויפֿמערק אין דער מעדיאַ.
ווי דער מיטגרינדער פֿון דער קליינער אָרגאַניזאַציע, „דער פּויליש־ייִדישער דיאַלאָג־קאָמיטעט‟, האָט ער די וואָך געענטפֿערט אויף פֿראַגעס פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און נײַעסקוואַלן, וועגן די סיבות פֿאַר וואָס זײַן גרופּע האָט באַשלאָסן צו געבן די יערלעכע „הומאַניטאַרן־פּרעמיע אויפֿן נאָמען פֿון יאַן קאַרסקי‟ צו עוואַ קורעק, אַ פּוילישע אַקאַדעמיקערין וואָס האָט נישט איין מאָל געשריבן וועגן „ייִדן וואָס זאָגן ליגנס‟, און וואָס „באַשולדיקן פּאָלאַקן פֿון פֿאַרראַטן זיי בעת דעם חורבן‟. די צערעמאָניע אויסצוטיילן די פּרעמיע האָט געזאָלט פֿאָרקומען דעם 18טן אַפּריל אָבער נאָך אַ ריי פּראָטעסטן אין דער סאָציאַלער מעדיאַ, ווי אויך פֿונעם „שמעון וויזנטאַל־צענטער‟, האָט גאָטליב צוריקגעצויגן די באַערונג פֿון קורעקן. ווי אַ רעזולטאַט האָט דער פּוילישער קאָנסולאַט, וואָס האָט מסכּים געווען צו לאָזן די אונטערנעמונג פֿאָרקומען אין זײַנעם אַ זאַל, דינסטיק אַרויסגעשיקט אַ מעלדונג אַז זי איז אַנולירט געוואָרן.
דאָס פֿריִערדיקע מאָל וואָס גאָטליב איז אומגעריכט געוואָרן אַ צענטער פֿון אויפֿמערק איז געווען אין אַפּריל 2012, ווען ער איז גערודפֿט געוואָרן ווי אַ קאַנדידאַט אין די קאָנגרעס־וואַלן פֿונעם זעקסטן ראַיאָן אין קווינס, ניו־יאָרק. לויט אַ באַריכט אין דער „ניו־יאָרק פּאָסט‟ האָט די דעמאָקראַטישע פּאַרטיי אין קווינס דעמאָלט געשטיצט די אַדוואָקאַטין גרייס מענג און כּלומרשט אויסגעניצט גאָטליב ווי אַ מיטל אָפּצוציִען שטימען פֿון אַ צווייטן ייִדישן קאַנדידאַט, דערבײַ צעשפּאָלטנדיק די ייִדישע שטימען און אַזוי אַרום פֿאַרזיכערט מענגס נצחון. בעת דער וואַל־קאַמפּאַניע האָט מען צעפּויקט דעם פֿאַקט אַז גאָטליב איז באַשולדיקט געוואָרן אין האָבן אונטערגעצונדן זײַן אייגענע דירה אין 1971. די אַנטדעקונג האָט שוין געבראַכט אַ סוף צו גאָטליבס פּאָליטישע אַמביציעס.
„ער האָט זיך אַליין באַגראָבן,‟ האָט אַ וואָרטזאָגער פֿון יענער קאַמפּאַניע געזאָגט וועגן גאָטליבס צרות.
גאָטליבס באַערן קורעק מיט אַ פּרעמיע אויפֿן נאָמען פֿונעם פּוילישן אַנטי־נאַצי קעמפֿער, יאַן קאַרסקי, האָט אים אויך „באַגראָבן‟. יאַן קאַרסקי איז הײַנט פֿאַררעכנט ווי איינער פֿון די חסידי אומות העולם צוליב זײַנע באַמיִונגען צו ראַטעווען די ייִדן פֿון די נאַציס.
גאָטליב איז מסכּים אַז דער פּראָצעס צו געפֿינען אַ מענטש וואָס זאָל באַקומען די „יאַן־קאַרסקי פּרעמיע‟ איז נישט געווען גוט אויספּלאַנירט. „צוויי מענטשן פֿון אונדזער קאָמיטעט וואָס האָבן געלייענט אירע ביכער און געהערט אירע רעדעס, האָבן זי רעקאָמענדירט,‟ האָט גאָטליב געזאָגט דעם פֿאָרווערטס. „מיר האָבן נישט געוווּסט אַז אַנדערע מענטשן וואָס האָבן זי טיפֿער אויסגעפֿאָרשט האָבן געהאַט געזאָגט אַז זי קאָן גאָר שאַטן די באַציִונגען צווישן פּאָלאַקן און ייִדן.‟
אויף דער אינטערנעץ קען מען זען ווי קורעק זאָגט אַז „דאָס ליגן־זאָגן בײַ ייִדן‟ איז אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער תּורה און קהילה־סטרוקטור. „די ייִדן פֿירן זיך ווי אַ סטאַדע לייבן בעת זיי פֿילן זיך באַדראָט,‟ זאָגט קורעק אין אַ יו־טוב ווידעאָ
„מע זאָגט אַז לייבן הרגענען די שוואַכסטע פֿון זייערע אייגענע, כּדי צו ראַטעווען די אַנדערע פֿון זייער גרופּע. און דאָס איז דער כּלל בײַ ייִדן. מיר קריסטן, פֿון אָנהייב אָן, האָבן געהאַט איין פּרינציפּ: בעת אַ סכּנה, וועלן די שטאַרקע באַשיצן די שוואַכערע. אויב עמעצער זאָגט אײַך אַ מאָל וועגן אַ יודעאָ־קריסטלעכער ציוויליזאַציע, זאָלט איר וויסן אַז ס׳איז נישטאָ אַזאַ זאַך ווײַל דאָס [ייִדישע געזעץ] נעמט נישט אָן אונדזער ציוויליזאַציע.‟
קורעק טענהט, אַז ייִדן ווי עמנואל רינגלבלום, וועלכער האָט פּרטימדיק באַשריבן דאָס טאָגטעגלעכע לעבן אין וואַרשעווער געטאָ, און די פּאָליטישע טעאָרעטיקערין חנה אַרענדט, וואָס האָט אויסגעטראַכט די קאָנטראָווערסאַלע אידעע, „די באַנאַלקייט פֿון שלעכטס‟, זענען בײַשפּילן פֿון איר טעאָריע אַז די ייִדן זענען „דערמאָרדעט געוואָרן פֿון די דײַטשן‟ צוליב דער „הסכּמה, קאָלאַבאָראַציע און באַטייליקונג פֿון די ייִדן, דער ייִדישער פּאָליציי און דעם יודענראַט‟.
„קורעק איז מער סובטיל ווי [דער חורבן־לייקענער] דייוויד אירווינג,‟ האָט דער חורבן־אַקאַדעמיקער בערל לאַנג געזאָגט דעם פֿאָרווערטס. „זי לייקנט נישט דעם גענאָציד, נאָר זי טענהט אַז די ייִדן האָבן מיטגעאַרבעט מיט די נאַציס צו אָרגאַניזירן די געטאָס בעת דער מלחמה.‟
אין איר בוך, „דײַן לעבן האָט פּונקט אַזאַ ווערט ווי מײַנס: ווי אַזוי פּוילישע מאָנאַשקעס האָבן געראַטעוועט הונדערטער ייִדישע קינדער‟, שרײַבט קורעק אַז „ייִדישע געטאָס האָבן עקסיסטירט אין פּוילן לאַנג פֿאַר דער דײַטשער אָקופּאַציע. נישט די פּאָלאַקן האָבן געשאַפֿן די געטאָס, נאָר די ייִדן אַליין… [זייער] לשון, רעליגיע, קליידער, ריטואַלן, טראַדיציעס און אומאָפּהענגיק פּראָפֿעסיאָנעל לעבן האָט זיי קולטורעל אָפּגעזונדערט אין אַ פֿאַרמאַכטן קרײַז.‟
קורעק שרײַבט אַז די ייִדן זענען אַליין געווען שולדיק אין האָבן געווען אויסגעשלאָסן פֿון דער פּויליש־קאַטוילישער געזעלשאַפֿט. אויב זיי וואָלטן זיך געהאַט אַסימילירט אין דער הערשנדיקער קולטור, אַזוי ווי די מערבֿ־אייראָפּעיִשע ייִדן, וואָלט אפֿשר געווען „גרינגער זיי צו ראַטעווען פֿונעם חורבן‟.
ביז דער פֿאָרווערטס איז געגאַנגען צום דרוק האָט קורעק נישט געענטפֿערט אויף אַ בליצבריוו, פֿרעגנדיק וואָס איז איר אָפּרוף אויף דעם באַשלוס פֿונעם קאָמיטעט צוריקצוציִען די פּרעמיע פֿאַר איר.
גאָטליב זאָגט אַז ער האָט טאַקע חרטה וואָס דער קאָמיטעט — וואָס האָט בכלל נישט קיין שײַכות מיטן פּוילישן קאָנסולאַט — האָט נישט גענוג טיף אויסגעפֿאָרשט קורעקס עסייען. ער טענהט אָבער אַז ער האָט אַנולירט די צערעמאָניע ווײַל דער פּוילישער גענעראַל־קאָנסול, וואָס האָט אויך געדאַרפֿט באַקומען אַ פּרעמיע, האָט געהאַט אַ קאָנפֿליקט אין זײַן צײַטפּלאַן און נישט געקענט בײַזײַן. דער דרוק פֿונעם וויזנטאַל־צענטער, וואָס האָט געהאַט בדעה אַרויסצולאָזן אַ פּרעסע־קאָמוניקאַט פֿאַרדאַמענדיק דעם „פּויליש־ייִדישן דיאַלאָג־קאָמיטעט‟, האָט איבערגעצײַגט גאָטליב צו אַנולירן די אונטערנעמונג אין גאַנצן.
אויף פֿייסבוק, האָט קאַיאַ מירעצקאַ פּלאָס, דער דורכפֿירער פֿון יאַן קאַרסקיס אינטעלעקטועלן עזבֿון, האָט אויסגעדריקט איר „טיפֿן פֿאַרדראָס‟ וועגן דעם באַשלוס פֿונעם „פּויליש־ייִדישן דיאַלאָג־קאָמיטעט‟ צו פֿאַרבינדן קורעקס נאָמען מיט קאַרסקיס.
אַ בעל־יועץ פֿונעם פּוילישן פּרעמיער האָט געזאָגט דער „איי־פּי‟ דעם 11טן אַפּריל אַז די פּרעמיע „איז בכלל נישט געווען קיין רעגירונג־איניציאַטיוו אָבער די אינסטאַנצן האָבן סײַ־ווי געהייסן אָפּשאַפֿן די אונטערנעמונג ווײַל אויב נישט, וואָלט זי זיכער אַרויסגערופֿן אַ מחלוקת.‟
„מיר האָבן אַנולירט דעם אָוונט ווײַל אונדזער ציל איז נישט צו ברענגען מלחמות, נאָר צו ברענגען שלום,‟ האָט גאָטליב געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.