דער עסטרײַכישער מחבר אױגען העפֿלעך (1891–1965) איז אײנע פֿון די סאַמע אינטערעסאַנטסטע פּערזענלעכקײטן צװישן די פֿאַרגעסענע פֿיגורן אין דער ייִדישער קולטור–געשיכטע. ער געהערט צו דעם דור פֿון דער דײַטשיש–ייִדישער אינטעליגענץ, װאָס האָט אײַנגעפֿורעמט די ייִדישע אינטעלעקטועלע לאַנדשאַפֿט פֿון דעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט, אָבער זײַן אָרט דערין איז געבליבן אױף די סאַמע ראַנדן. העפֿלעך איז אױפֿגעװאַקסן אין װין אין דער משפּחה פֿון אַ דאָקטער, אָבער זײַן װעג אין לעבן און ליטעראַטור איז געװען װײַט ניט קײן טיפּישער פֿאַר אַ פֿאָרשטײער פֿונעם בירגערלעכן ייִדישן מיטלשטאַנד פֿון צענטראַל–אײראָפּע. די איבערקערעניש אין העפֿלעכס װעלטבאַנעם איז פֿאָרגעקומען אין 1917. װי אַן אָפֿיציר אין דער עסטרײַכישער אַרמײ איז ער צוגעשיקט געװאָרן קײן ירושלים כּדי דורכצופֿירן מיליטערישע קאָמוניקאַציעס מיט דער טערקישער אַרמײ, װאָס איז געװען אַליִיִרט מיט עסטרײַך און דײַטשלאַנד אין דער ערשטער װעלט–מלחמה. ארץ–ישׂראל איז געװען בײַ אים אַן איבערראַשונג. ער האָט לגמרי געביטן זײַן קוק אױף דער ציװיליזאַציע. נאָך זײַן אומקערן זיך קײן װין האָט ער זיך גענומען אַנטװיקלען אַן אײגנאַרטיקע פּאָליטישע אידעאָלאָגיע פֿון „פּאַן–אַזיאַטישן ציוניזם‟. אונטער דעם ליטעראַרישן פּען–נאָמען משה יעקבֿ בן־גבֿריאל האָט ער אין 1920 פֿאַרעפֿנטלעכט צװײ ביכער אויף דײַטש, װאָס שטאַמען פֿון זײַן דערפֿאַרונג אין ירושלים: אַ זאַמלונג פּראָזע–סקיצעס „פֿײַער אין מיזרח‟ און אַ פּאָעטישע זאַמלונג, „די רױטע לבֿנה‟. בײדע ביכער װערן הײַיאָר פֿון דאָס נײַ אַרױס אינעם דײַטשישן פֿאַרלאַג „אַרקאָ‟.
סטיליסטיש זײַנען די דאָזיקע װערק נאָענט צו עקספּרעסיאָניזם, װאָס איז דעמאָלט געװען פּאָפּולער אין דער דײַטשישער ליטעראַטור, און בפֿרט צװישן ייִדישע שרײַבער. דער מחבר באַשרײַבט זײַן אַנטדעקונג פֿונעם „מיזרח־לאַנד‟ דורך קורצע אָבער אימפּאָנירנדיקע עפּיזאָדן. ער באַגעגנט זיך מיט די אָרטיקע תּושבֿים, חיות, בערג און מדבר. ער לערנט זיך בײַ אַראַבישע דערװישן, ייִדישע מקובלים, טױטע הינט און װילדע קעמלען, װי אַזױ זיך אָפּצוזאָגן פֿון דער מערבֿדיקער ציװיליזאַציע און זיך צונויפֿשמעלצן מיט די מיזרחדיקע פֿעלקער: „יאָ, מיר װעלן זײַן ברידער. אַראַבער, ייִדן, כינעזער, אינדיער, מיר זײַנען אַלע ברידער … אונדז געהערט די אײביקײט און די ליבע פֿון דער אָנסופֿיקײט… מיר זײַנען ברידער פֿון דער האָפֿענונג, ברידער פֿון דער גרױס–מעכטיקער צוקונפֿט!‟
להיפּוך צו ס׳רובֿ פֿון די אײראָפּעיִשע ציוניסטן, האָט העפֿלעך אױפֿגענומען די בריטישע דעראָבערונג פֿון ארץ־ישׂראל און די באַלפֿור־דעקלאַראַציע װי אַן אבֿדה, „דער טױט פֿון אַ ליבע‟. ער האָט ניט געגלױבט אינעם „נצחון פֿן געװער‟. זײַן ציוניסטישער חלום איז געװען דאָס אוטאָפּישע אַחדות צװישן אַלע מיזרחדיקע פֿעלקער, פֿון נאָענטן ביזן װײַטן מיזרח. דער אױסקום פֿון דער ערשטער װעלט–מלחמה האָט באַפֿעסטיקט זײַן איבערצײַגטקײט, אַז די מערבֿדיקע ציװיליזאַציע איז געקומען צו אַ סוף. „דער פֿײַער אין מיזרח‟ ענדיקט זיך מיט אַ תּחית־המיתימדיקן „אױפֿרוף צו די טױטן פֿון מינסק‟, װאָס װענדט זיך צו צו די קרבנות פֿון די פּאָגראָמען אין רוסלאַנד: „יעדער אײנער, װאָס איז אומגעקומען אױף קידוש־השם, זאָל זײַן גרײט, אַרױסצוטרעטן און געבן אַ שבֿועה פֿאַר דער אײביקײט אױף דער פֿאָן פֿון דער גאולה.‟
הײַנט קלינגט העפֿלעכס מליצה באָמבאַסטיש און זײַנע פּאָליטישע מיינונגען נאַיִװ, אָבער מיט אַ הונדערט יאָר צוריק איז ער געװען אַ חשובֿע פֿיגור אין דער װינער ייִדישער סבֿיבֿה. ער האָט געשטיצט ייִדיש, װאָס ער האָט געהאַלטן פֿאַר אַ טײל פֿון דער מיזרחדיקער קולטור. אין אײנעם מיט זײַן פֿרױ, דער אַקטריסע מרים שנאַבעל, האָבן זײ געהאָלפֿן אָרגאַניזירן די גאַסטראָלעס פֿון דער „װילנער טרופּע‟ אין װין. העפֿלעך איז אױך געװען אַ פֿרײַנד מיט מאיר װינער, װאָס איז שפּעטער געװאָרן דער פֿירנדיקער סאָװעטישער פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. אָבער העפֿלעכס עיקרדיקער פּאָליטישער ציל איז געװען צו שאַפֿן אַ בונד פֿון אַלע מיזרחדיקע פֿעלקער קעגן דעם מערבֿדיקן אימפּעריאַליזם. ער האָט געשעפּט זײַן אידעיִשע יניקה פֿון די װערק פֿון אינדישע, כינעזישע און יאַפּאַנישע דענקער, װאָס ער האָט געהאַלטן פֿאַר אַ מוסטער פֿאַר זײַן אײגנאַרטיקן נוסח פֿון ציוניזם. אָבער אין דער געשפּאַנטער אַטמאָספֿער פֿון די 1930ער יאָרן, בפֿרט װען יאַפּאַן האָט געשלאָסן אַ יד־אחת מיט היטלערס דײַטשלאַנד, האָט דער דאָזיקער חלום מער ניט געהאַט קײן שום ממשות.
אין 1927 האָט העפֿלעך עולה געווען און זיך באַזעצט אין ירושלים. צוליב זײַנע ראַדיקאַלע מיינונגען האָט ער ניט געפֿונען קײן אָרט פֿאַר זיך אין די פּאָליטישע הױכע פֿענצטער פֿונעם ציוניסטישן ייִשובֿ. ער האָט אונטערגעהאַלטן לעבעדיקע קאָנטאַקטן אין דער דײַשטיש–ייִדישער סבֿיבֿה און געצױגן פּרנסה פֿון שרײַבן געשפּאַנטע ראָמאַנען און דערצײלונגען װעגן דעם לעבן אין מיטל־מיזרח, װאָס ער האָט געדרוקט אין דײַטשלאַנד. דער אױפֿבלי פֿון אינטערעס צו העפֿלעכס ליטעראַרישער ירושה אין דײַטשלאַנד לעצטנס לאָזט בעסער פֿאַרשטײן די אינטעלעקטועלע און קינסטלערישע אַטמאָספֿער פֿון דער תּקופֿה נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה, װען מען האָט געזוכט נײַע װעגן אַרויס פֿון די חורבֿות פֿון דער אַלטער אײראָפּע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.