ווען די ייִדישע אַקטיוויסטקע שולה וואַבניק, מײַנע אַ חבֿרטע וואָס איז אויך אַ געבוירענע אין בוענאָס־אײַרעס, האָט מיט יאָרן צוריק עולה געווען צוזאַמען מיט איר שוועסטער, זענען זייערע עלטערן געווען אַזעלכע פֿאַרברענטע ציוניסטן, אַז זיי האָבן פּערזענלעך געדעקט די הוצאָות פֿאַר די רײַזעקאַרטלעך קיין „ציון‟ — פֿאַרשטענדלעך, בלויז אין איין ריכטונג. דער טאַטע האָט בשום־אופֿן נישט געוואָלט אַז די ייִדישע אַגענץ זאָל דעקן די הוצאָות, ווי עס האָט זיך געוויינטלעך געפֿירט פֿאַר נײַע עולים.
אָבער ווען שולה איז אָנגעקומען אין ריזיקן סוכנות־בנין אויף דער קאַפּלאַן־גאַס אין תּל־אָבֿיבֿ און בײַם באַאַמטן געפֿרעגט: „האָט שולה וואַבניק שוין עולה געווען?‟ האָט דער באַאַמטער אַרײַנגעקוקט אין די רשימות און געענטפֿערט: „סליחה, אַנטשולדיקט. נישטאָ אין לאַנד אַזאַ עולה חדשה וואָס הייסט שולה וואַבניק.‟
„איך בין דאָך שולה וואַבניק!‟ האָט זי אים געענטפֿערט. דער סוכנות־באַאַמטער איז געבליבן אָן לשון.
ווײַזט זיך אַרויס, אַז היות ווי זי איז אָנגעקומען אין לאַנד ניט דורך די אָפֿיציעלע סוכנות־אײַנאָרדענונגען איז איר נאָמען ניט געווען אין די סוכנות־רשימות.
די טעג, ווען מען פֿײַערט 70 יאָר מדינת־ישׂראל, האָב איך געשמועסט מיט די מענטשן וועלכע האָבן צוזאַמען מיט מיר עולה געווען פֿון אַרגענטינע, צי האָבן זייערע געפֿילן צו דער ייִדישער מדינה זיך בכלל געביטן זינט דעמאָלט. האָב איך געקראָגן פֿאַרשידענע ענטפֿערס. גוגאַ קאָגאַן, וועלכער וווינט אין קיבוץ להבות הבשן, האָט געזאָגט אַז „ארץ־ישׂראל איז הײַנט ניט דאָס לאַנד אין וועלכן כ’האָב געחלומט.‟
צבֿי אַבראָמאָוויטש, פֿון קיבוץ דביר, האָט אָבער געזאָגט: „ניט געקוקט אויף אַלע חסרונות, פֿעלן ניט קיין סיבות זיך צו פֿילן שטאָלץ אַלס ישׂראלים, און צו יום־טובֿן אין דעם יובֿל.‟
מײַן באַשערטע, חנה נאמן, האָט מיט אַ נאַטירלעכן שטאָלץ מיר געוויזן אירס אַ פֿאָטאָ, וווּ זי שטייט אויף אַן אַוויאָנדל, מעגלעך אַ „פּײַפּער‟, נאָך פֿון דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה פֿון 1948. געבוירן איז זי אין תּל־אָבֿיבֿ, אַ יאָר פֿאַר דער אַנטשטייונג פֿון אונדזער מדינה. אין יענע ערשטע יאָרן איז די ישׂראלדיקע באַפֿעלקערונג געווען פֿול מיט שטאָלץ און באַוווּנדערונג פֿאַר צה”ל וואָס מע האָט געקענט גרינג זען בעת די עפֿנטלעכע מיליטערישע אויסשטעלונגען וואָס משפּחות און סתּם בירגער האָבן באַזוכט און אַזוי אַרום זיך באַקענט מיט כּל־מיני צה”ל־געווער.
אויף דער פֿאָטאָגראַפֿיע זעט מען ווי די גליקלעכע חנה’לע קלעטערט אַרויף — ניט אויף קיין שפּילעכל, נאָר אויף אַן אמתן אַוויאָנדל. אויף מיר, וואָס כ’האָב עולה געווען פֿון „גלות‟, האָט עס געמאַכט אַ ריזיקן אײַנדרוק.
דער ים פֿון אָבֿלות און ווייטאָג צוליב די געפֿאַלענע אין קאַמף לטובֿת דעם קיום פֿון דער מדינה ווייסט ניט קיין גרענעץ. דאָס יאָר האָבן די צײַטונגען און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען געבראַכט פֿילצאָליקע געשיכטעס פֿון משפּחות, פֿון אַלע ייִשובֿים אין לאַנד, וואָס האָבן זייערע טײַערסטע זין און טעכטער מקריבֿ געווען פֿאַר אונדזער אומאָפּהענגיקייט. איך האָב געשריבן “זין און טעכטער”, נאָר מען מוז אויך דערמאָנען די טאַטעס און מאַמעס, זיידעס און אייניקלעך, וועלכע זענען אומגעקומען.
אין שײַכות דערמיט איז אין דער צײַטונג „ידיעות אחרונות‟ דערשינען אַ האַרצרײַסנדיקער אַרטיקל אונטערן קעפּל „פּלוצעם קלאַפּט מען ווידער אין אונדזער טיר‟. מ’גיט דאָרט איבער וועגן צענדליקער משפּחות וואָס האָבן איבערגעלעבט טאָפּלטע טראַגעדיעס: צוויי ברידער וועלכע זענען געפֿאַלן; פֿאָטערס און זין, אָדער מוטערס וועלכע האָבן פֿאַרלוירן אַ ברודער אין איין מלחמה און אַ זון אין אַ צווייטער. גאָטעניו, ווי נעמט מען כּוח אויסצוהאַלטן אַזעלכע טראַגעדיעס?
פֿאַראַן אויך עולים וועלכע זענען געקומען אין לאַנד ווי פֿאַרברענטע ציוניסטן און זענען שטאַרק אַנטוישט געוואָרן. אָפֿט מאָל וועט איר זיי געפֿינען צווישן מער לינק־געשטימטע בירגער, אָבער מע זעט עס אויך בײַ די וואָס שטימען פֿאַר רעכט־געשטימטע פּאַרטייען וועלכע געפֿינען זיך הײַנט בײַ דער מאַכט. מען איז „פּערזענלעך אין כּעס‟ אויף דער מדינה צוליב אַ גאַנצער ריי סיבות. כ’מוז זיך מתוודה זײַן, אַז איך אַליין האָב דורכגעמאַכט סיטואַציעס, ווען כ׳בין אַנטוישט געוואָרן פֿון דער מדינה, פֿון דער געזעלשאַפֿט, פֿון דער גאַנצער וועלט… דאָס ציט זיך דערפֿון וואָס ישׂראלים פֿילן אַז די מדינה „געהערט‟ צו זיי און ווען עפּעס קלאַפּט נישט, האָבן זיי פֿולע רעכט צו פֿאַרלאַנגען זייערס. און ווען דאָס העלפֿט נישט, דריקן זיי עפֿנטלעך אויס זייערע אַנטוישונגען.
אין זײַן בוך „געשטויגן און געפֿלויגן‟ האָט דער גלענצנדיקער הומאָריסט אַבֿרהם גאָפֿלאַט באַשריבן, דורך הומאָרעסקעס, דעם מצבֿ פֿון דער יונגער מדינה אין די פֿופֿציקער יאָרן. אין איינער פֿון זיי שרײַבט ער: „דאָ וואָלט דאָך געקאָנט זײַן, ווי אין פּסוק שטייט: “ארץ זבת חלב ודבש” (אַ לאַנד פֿון מילך און האָניק). האָבן מיר, אַנשטאָט דעם, אַ ירקון מיט מאָסקיטן וואָס שטעכן, בײַסן און לאָזן קיין אויג נישט צוטאָן…‟
אין „דער מיליטערישער פּאַראַד‟, שרײַבט ער: „הימל, ערד און מענטשן. אַ ים פֿון מענטשן. ווי מוראַשקעס האָבן זיי באַלייגט די גאַסן דורך וועלכע דער פּאַראַד האָט געדאַרפֿט אַדורכגיין… קעפּ אויף קעפּ. קעפּ מיט לאַנגע האָר און קורצע, מיט רויטע און בלאָנדע, שוואַרצע און גרויע, קעפּ אין גאַנצן אָן האָר, פּליכן וואָס שײַנען העל, ווי די זון אַליין…‟
אויף דער טעלעוויזיע האָט מען לעצטנס געוויזן אַ פּרעכטיקן דאָקומענטאַר וועגן דעם דור סאַברעס געבוירענע אין 1948. מען האָט דאָרט געוויזן די שׂמחה וגדולה ווען זיי זענען געבוירן געוואָרן, מיט די אייגנאַרטיקע נעמען וואָס מע האָט זיי דעמאָלט געגעבן, ווי “חירות” (פֿרײַהייט) און ציונה, און אויב אַ צווילינג — האָט מען זיי גערופֿן “מדינה” און “ישׂראלה”. לכּבֿוד דער פֿײַערונג פֿון 10 און 20 יאָר מדינת־ישׂראל האָט מען יענע מיט די טשיקאַווע ישׂראלישע נעמען פֿאַרבעטן זיך צו טרעפֿן מיטן מדינה־פּרעזידענט. און דאָס זעלבע אויך הײַיאָר, ווען זיי האָבן שוין, ברוך השם, אַליין דערוואַקסענע קינדער און אייניקלעך… ממש זיי מקנא צו זײַן! ס’גאַנצע לאַנד האָט זיי געטראָגן אויף די הענט. אַ קלייניקייט! דאָס געבורט פֿון דער נײַער מדינה ווערט באַגלייט פֿון נײַ־געבוירענע סאַברעס. אַ טאָפּלטן נס. אין אַלגעמיין זעען די 70־יעריקע אויס זייער גוט און אַפֿילו יונג פֿאַר זייער עלטער (כאָטש ס׳איז זייער מעגלעך אַז די אַנדערע האָט די טעלעוויזיע פּשוט ניט געוואָלט ווײַזן). בקיצור, ווי מײַן מומע העלאַ פֿלעגט זאָגן: „לאָמיר יום־טובֿן ווען נאָר ס’מאַכט זיך. צרות וועלן סײַ ווי פֿון זיך אַליין קומען…‟
לאָמיר אויפֿהייבן אונדזער גלאָז און ווינטשן לחיים! כּבוד לייִדיש! לתפארת מדינת ישראל, פֿאַר דער פּראַכט פֿון מדינת־ישׂראל!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.