לויט אַן אַנומלטיקער אַנקעטע האָבן אַרום אַ פֿינפֿטל פֿונעם ייִנגערן דור אַמעריקאַנער, די אַזוי־גערופֿענע „מילעניאַלס,‟ קיינמאָל ניט געהערט וועגן דעם חורבן, אָדער ווייסן ניט וואָס עס איז געווען גענוי.
די אַנקעטע, דורכגעפֿירט דורך דער „תּבֿיעת־קאָנפֿערענץ,‟ ווײַזט אַז אַ סך אַמעריקאַנער האָבן אַ קנאַפּן פֿאַרשטאַנד פֿונעם חורבן.
מע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט די רעזולטאַטן אום יום־השואה. 1,350 אַמעריקאַנער האָבן אָנטייל גענומען אין דער אַנקעטע.
31% פֿון אַלע אויסגעפֿרעגטע האָבן, למשל, געהאַלטן, אַז ווייניקער ווי צוויי מיליאָן ייִדן זענען דערהרגעט געוואָרן אינעם חורבן. בײַ די „מילעניאַלס,‟ די וואָס זענען הײַנט אין עלטער פֿון 18 ביז 34 יאָר, איז אָט דער ציפֿער געווען 41%.
45% פֿון די אויסגעפֿרעגטע האָבן ניט געקענט געבן דעם נאָמען פֿון אַ געטאָ אָדער קאָנצענטראַציע־לאַגער, און 41% פֿון זיי האָבן ניט דערקענט דעם נאָמען „אוישוויץ.‟
ניט געקוקט אויף דעם אומוויסן וועגן דעם חורבן האַלטן 93% פֿון די אויסגעפֿרעגטע, אַז מע דאַרף אין די אַמעריקאַנער שולן לערנען קינדער וועגן דעם חורבן, און 80% האַלטן די חורבן־דערציִונג פֿאַר וויכטיק, מחמת מע זאָל אויסמײַדן, אַז אַן ענלעכע געשעעניש זאָל ווידער פֿאָרקומען.
יוליוס בערמאַן, דער פּרעזידענט פֿון דער „תּבֿיעת־קאָנפֿערענץ‟ האָט אויסגעדריקט זײַן זאָרג וועגן דעם פֿאַקט, וואָס די יונגע אַמעריקאַנער ווייסן אַזוי ווייניק וועגן דעם חורבן.
„מיר זענען שטאַרק באַזאָרגט, וואָס עס פֿעלט דעם ייִנגערן דור אַ סך ידיעות וועגן די דאָזיקע אַכזריות־אַקטן,‟ האָט בערמאַן געזאָגט אין אַ פּרעסע־קאָמוניקאַט.
גרעג שנײַדער, דער וויצע־פּרעזידענט פֿון דער אָרגאַניזאַציע, האָט אונטערגעשראָכן, אַז די אַנקעטע ווײַזט די וויכטיקייט פֿון דער חורבן־דערציִונג.
„אַז מענטשן ווייסן אַזוי ווייניק וועגן דעם חורבן, אַפֿילו ווען עס לעבן נאָך אַלץ ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה; שטעלט זיך נאָר פֿאָר וואָס וועט זײַן ווען זיי וועלן ניט זײַן מער?‟ האָט שנײַדער געזאָגט. „מיר דאַרפֿן שטרעבן צו פֿאַרזיכערן, אַז די גרוילן פֿונעם חורבן און די ליידן פֿון די מענטשן בשעת דעם חורבן, זאָלן ניט פֿאַרגעסן ווערן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.