אַ מעשׂה שהיה: אין די יונגע יאָרן האָב איך געוווינט עטלעכע יאָר אין איסט־ניו־יאָרק, וואָס איז אין יענער צײַט געווען אַ געמישטע געגנט מיט אײַנוווינערס פֿון כּלערליי ראַסעס און קאָלירן. האָב איך געהאַט אַ חבֿרטע אין בייסײַד, קווינס, וואָס איז געווען באַוווינט ס׳רובֿ פֿון קאַטוילן מיט אַ צאָל ייִדן, אָבער קיין „טונקעלע“ זענען דאָרטן נישט געווען אויף אַ רפֿואה. קומט זי אַ מאָל צו מיר צו גאַסט אין דער מיטלשול, באַקען איך זי מיט מײַנעם אַ לערער וואָס ר׳האָט געהאַט אַ שאַרפֿע צונג. דערוווּסט זיך וווּ זי וווינט, זאָגט ער איר: „יאָ, בייסײַד, ווײַס שבווײַס. ברוך־הבאָ, דאָ בײַ אונדז זעסטו ווי די וועלט זעט אויס אין דער אמתן…“
אַקעגן וואָס איז דאָס געקומען צו רייד? אַקעגן דעם, וואָס מיט צענדליקער יאָרן שפּעטער ווערט אונדזער וועלט אַלץ מער געמישט, נאָר פֿאַראַן אַ סך וואָס קענען דערמיט נישט שלום מאַכן.
וואָס שייך דעם שרײַבער פֿון די שורות, װערט מיר יעדן טאָג קלאָרער װי ס׳איז אמת „מכּל מלמדי השׂכּלתּי״, אַז פֿון אַלעמען און פֿון אַלצדינג קען מען זיך עפּעס אויס־ אָדער צולערנען.
הײַיאָר אַרבעט איך בײַם צוגרייטן שטײַער־דעקלאַראַציעס פֿאַר אַ נישט־פּראָפֿיטישער אָרגאַניזאַציע װאָס העלפֿט אָרעמע־לײַט. ס׳רובֿ קליענטן זענען אימיגראַנטן פֿון מעקסיקע אָדער צענטראַל־אַמעריקע. באַקען איך זיך מיט אַ סבֿיבֿה װאָס איז מיר ביז איצט געװען אין גאַנצן פֿרעמד, און װאָס מיר איז אַפֿילו נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז זי איז מיר פֿרעמד.
צום טייל איז דאָס די ניו־יאָרקער חוצפּה: מע קען זיך גרינג אײַנרעדן, אַז אויב מע װאַקסט אויף אין דער שטאָט, צװישן אָפּשטאַמיקע פֿון אומעטום, קען מען שױן די גאַנצע װעלט. נאָר ס׳הייבט זיך נישט אָן. נאָך מער: ס׳איז גרינג, ווײַזט זיך אַרויס, זיך נישט אַרײַנצוטראַכטן אין דעם וואָס ס׳טוט זיך אַרום אונדז. אין רעסטאָראַנען, אין קרעמלעך, בײַ בויאַרבעט, אומעטום זעט מען אימיגראַנטישע אַרבעטערס. ווער רעדט נאָך די קליינע קרעמלעך וווּ זיי קויפֿן עסנוואַרג וואָס זיי קענען פֿון דער היים.
צי ס׳איז „גוט פֿאַר ייִדן“ וואָס מע אימפּאָרטירט אויסלענדישע אַרבעטערס איז שוין אַ באַזונדערע מעשׂה. דאָ ווילט זיך אָפּשטעלן אויף דעם וואָס מע דערוויסט זיך פֿון די אימיגראַנטישע שטײַער־דעקלאַראַציעס.
אויב מע אַרבעט בײַ יענעם, צאָלט מען אַ ביסל איבער זעקס פּראָצענט סאָצפֿאַרזיכער; אַנדערע זעקס פּראָצענט צאָלט דער באַלעבאָס. אויב מע אַרבעט פֿאַר זיך, צאָלט מען איינער אַליין די גאַנצע איבער צוועלעף פּראָצענט. וואָס דאַרפֿט איר מער? אויב מע קומט אַרײַן אַהער אין לאַנד „אומלעגאַלערהייט“, דהײַנו, אָן די נייטיקע דאָקומענטן, דאַרף מען לאַנג וואַרטן איידער מע קריגט זיי; טייל אימיגראַנטן קריגן זיי קיין מאָל נישט. אָן אָט די דאָקומענטן, אַפֿילו ווען מע אַרבעט בײַ יענעם, מוז מען צאָלן די צוועלעף פּראָצענט. האָסט עטלעכע קינדער און פֿאַרדינסט זייער ווינציק, צאָלסטו נישט קיין הכנסה־שטײַער; אָבער פֿון צאָלן סאָצפֿאַרזיכער קען מען זיך בשום־אופֿן נישט באַפֿרײַען. ניין, מע קען זיך יאָ באַפֿרײַען, אויב מע קריגט באַצאָלט אויף בלאַט; אָבער אויף אַזאַ מין אופֿן קען מען זײַן זיכער, אַז מע וועט קיין מאָל נישט קריגן קיין רשות צו אַרבעטן לעגאַל. מוז מען אויספֿילן אַ שטײַער־דעקלאַראַציע און זייער טײַער צאָלן. אײַ, דו טיילסט זיך מיט אַ דירה אין דער גרויסער שטאָט, וווינסט קאָפּ אויף קאָפּ און צאָלסט משוגע הויך דירה־געלט? אַרט דאָס נישט די מלוכה: באַצאָל!
חוץ דעם איז באַקאַנט, אַז אין אָרעמע געגנטן קאָסט עסנוואַרג טײַערער, סײַדן מע עסט יעדן טאָג אין מאַקדאָנאַלדס, און נישט פֿון קיין גוטער קוואַליטעט.
אויספֿיר: די הי־געבוירענע וואָס רעדן זיך אײַן, אַז אימיגראַנטן לעבן פֿון קיצבֿה אויף „אונדזער“ חשבון האָבן במחילה אַ טעות: גיכער לעבן מיר אויף זייער חשבון, ווײַל מיר צאָלן פּראָפּאָרציאָנעל קלענערע שטײַערן, וווינען אין בעסערע תּנאָים, קענען זיך פֿאַרגינען בעסערע שפּײַז. אונדזער מזל, וואָס אונדזערע זיידעס און באָבעס זענען דאָך געקומען אַהער איידער מע האָט געדאַרפֿט קריגן אַ וויזע, און וואָס זיי האָבן שוין געפּאָקט און געמאָזלט כּדי זייערע קינדער און אייניקלעך זאָלן זיך לעבן בעסער ווי זיי. דאַרף מען האָבן דרך־ארץ אָדער כאָטש מיטגעפֿיל פֿאַר די הײַנטיקע אימיגראַנטן, פּונקט ווי די אַמאָליקע, וואָס זיי זענען גרייט אײַנצולייגן וועלטן פֿאַר זייערע קינדערס וועגן און זיך לאָזן קאָסטן וויפֿל זיי דאַרפֿן. װי שטייט אין ספֿר ויקרא (לויט יהואשן): זאָלסט דעם פֿרעמדן ליב האָבן אַזוי װי זיך אַליין, װאָרעם פֿרעמדע זײַט איר געװען אין לאַנד מצרים — אָדער לויטן פּראָסט־ייִדישן װערטל: די שװיגער טאָר נישט פֿאַרגעסן אַז זי איז אַ מאָל אַליין געװען אַ שנור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.