נײַע לידער מיט אַ שאַגאַלישן, חומשדיקן גײַסט

New Yiddish Poetry With a Chagallesque, Biblical Spirit

Beruriah Wiegand

פֿון שלום בערגער

Published April 19, 2018.

כּלת־בראשית און אַנדערע לידער
פֿון חיקה־ברוריה װיגאַנד
„ה. לײװיק פֿאַרלאַג‟, 2018

חיקה ברוריה װיגאַנד האָט נאָר צום טײל אױפֿגעדעקט איר אמתע אידענטיטעט אין איר לעצט ביכל פּאָעזיע, „צי האָסטו געזען מײַן ציג‟ — אַ זאַמלונג שפּילעװדיקע, פֿאָלקלסטימלעכע לידער, באַלעבט מיט אַ שאַגאַלישן, חומשדיקן גײַסט. דער לײענער איז געװען האַרציק פֿאַרבעטן צו שפּילן מיט דער דיכטערין אין אירע רײַך־פֿאַרפֿלאַנצטע דמיון־פֿעלדער. נאָר געדאַכט האָט זיך מיר, אַז עפּעס בלײַבט הינטערן פּרגוד, הינטערן פֿירהאַנג. זי האָט אױפֿגעדעקט איין טפֿח און צוגעדעקט צװײ; מיט אַנדערע ווערטער — פֿאַרבאָרגן מער ווי אויפֿגעדעקט.

קומט איר נײַ ביכל, „כּלת־בראשית און אַנדערע לידער“ צו װײַזן אַז װיגאַנדס אמתע ראָלע אין דער פּאָעזיע־װעלט איז װי אַ מיסטיקערין, אַ מקובלטע, אַ שמועסער מיט, און צוקוקער פֿון מלאכים. ס׳איז כּדאַי צו פֿרעגן (בײַם אָפּשאַצן איר פֿרישע פּרי) אין װאָס באַשטײט דער מיסטיציזם און װאָס איז די פּאָעטעסע אױסן בײַם עוסק זײַן דערמיט?

אינטערעסאַנט איז, אַז װיגאַנדס פֿאָלקסטימלעכער, צוגענגלעכער, זינגעװדיקער סטיל האָט זיך נישט שטאַרק געביטן זינט איר ערשטן ביכל. זי רעדט נישט װעגן גרױסע װיזיעס, נאָר גיט זיך אָפּ מיט שפּילעװדיקע חלומות, דיאַלאָגן און מאָנאָלאָגן װעגן ליבשאַפֿט, פֿאַרשפּעטיקטע באַנען. כאָטש פֿון פֿאַך איז זי אַ ייִדיש־לעקטאָרשע און פֿאָרשערין פֿון די מיסטישע שרײַבערס באַשעװיס, שטענצל און צײטלין, זײַנען אירע פֿערזן נישט אָנגעלאָדן מיט אַראַמישע שדים און באַװוּסטזיניקע פֿיליסאָפֿישע רמזים. דער לבֿוש איז לײַכט און צעפֿלאָסן אין װינט. װעגן יענע דרײַ מענער־ריזן פֿון אונדזער מאָדערנער ליטעראַטור קען מען זאָגן אַז זײ באַמיִען זיך כּסדר, רײַסן זיך צום רומו־של־עולם, בשעת װיגאַנד האַלט אַן איראָנישע דיסטאַנץ פֿון פּאָעטישער גדלות, אַפֿילו פֿון זיך אַלײן. צי דאָס איז אַ מין „נאָכמאַכער־סינדראָם“ צי חנעװדיקע באַשײדנקײט װײס איך נישט, נאָר אַזאַ עניוות ציט צו און לאָזט אָרט אױף ספּאָנטאַנע און הומאָריסטישע שטראַלן. יעדער מיסטיקער האָט זיך דאָך זײַן סיגנון.

דאָס מײנט אָבער נישט אַז דער חומר איז נישט װיכטיק און װאָגיק. אירע לידער פֿאַרנעמען זיך מיט די עיקר־קשיות פֿון קולטורעלן קיום (דער ייִדיש־פּאָעט קען זיך נישט אַרױסדרײען פֿון דער פֿראַגע ״פֿאַר װאָס שרײַבן אױף אַזאַ שפּראַך?״), פֿון זוכן ליבשאַפֿט אין אַ האַרטער װעלט.

גײ דיר אַװעק פֿון דײַן לאַנד
און לעב אַ ייִדיש לעבן אין דער פֿרעמד!
׳הנני.׳

און דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן. פּונקט װי די בעלי־קבלה האָבן אַװעקגעשטעלט אַן אַלטערנאַטיװע אַלװעלט פֿון ספֿירות און געטלעכע פּערזענלעכקײטן, װוּהין מע קען אַנטלױפֿן כּדי צו דערגײן אַ טאָלק אין אונדזער זינדיקער, אַכזריותדיקער װעלט, איז װיגאַנדס פּאָעזיע אַ ליבעליד צו אַ יענװעלטיקער תּורה. „אַ חלום פֿון גאַנצקײט“ רופֿט זי דאָס. אַ ייִדישלעכע שטרעבונג, אַזאַ שלמות.

ס׳איז אָבער נישט אַ שלמות צו װאָס אַבי יעדער קען דערגײן.

מײַנע חלומות
זײַנען די שפּראַך
פֿונעם אייבערשטן,
די שפּראַך
פֿון סודות.

דאָרט שטײט װיגאַנד, בײַם שײדװעג פֿון מיסטישע סודות און אוניװערסאַלער ליבשאַפֿט, מלאכים און סתּם פֿאַרחלומטע. אין אײן ליד װיצלט זי זיך, „זאָג קײנעם נישט אױס / װען עס חלומט זיך דיר פֿון אַ שיף!“ מיט אײן װאָרט, מע קען פֿאַנטאַזירן װאָס מע װיל, נאָר מײן נישט אַז די װעלט װעט דיך פֿאַרשטײן. אַדרבא, װעסט דאַרפֿן צאָלן דעם זעלבן פּרײַז װאָס אַלע פּאָעטן – שפּאָט, פֿאַרגעסנקײט און מאַרגינאַלקײט.

מילא, מיר דאַכט זיך, אַז חיקה ברוריה איז מוכן ומזומן זיך אַלײן צו שאַפֿן אַ װעלט װוּ, אין אײנעם מיט אירע חבֿרים און שטיצערס, זי װעט פּאָעטעװען מיט חלומות און מלאכים, שיפֿן און פֿונקען און פֿײַער. מע קען זיך לאָזן װױלגײן און אַהינציִען צו פֿאַרברענגען מיט דער מאָדנער צעשמײכלטער כאַליאַסטרע, אָדער מע קען זיצן און לײענען פֿון דער װײַטנס. בײדע קוקװינקלען זײַנען כּדאַי.

און מיט אַזעלכע מעגלעכקײטן װערט צעשמעטערט די אַלטמאָדישע שלאַכט צװישן רעאַלע און אידעאַלע פֿערזן, פּאָליטיק און ליריק, סוצקעװער און לײװיק. מע קען זײַן בײדע, שאַפֿן אַ דיכטערישע װעלט װאָס שמעקט מיט שלום און קולטור, אומרעאַלע געדאַנקען װאָס בױען זיך אױף דער גלײַכקײט און אײדלקײט פֿון ייִדן אין אַ װעלט פֿון פֿאַרשידן־מיניקע פֿעלקער, יעדעס מיט זײַנע אייגענע מלאכים און פֿאַנטאַזיעס.

אַ דאַנק, חײַקה ברוריה, פֿאַר דײַן אײדעלן פֿלאַם־פֿײַער, און זאָלן זײַנע חלומות קלוג־שפּאַסיק באַלײַכטן די האָלעװעשקעס פֿון דער אױפֿגײענדיקער נײַער װעלט.