דער װעלט־באַרימטער ייִדישער טעאַטער, װאָס איז אַרײַן אין דער געשיכטע װי „די װילנער טרופּע,‟ איז געבױרן געװאָרן אונטער מערקװירדיקע אומשטאַנדן. פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה האָט װילנע פֿאַרמאָגט אַ גוטן רוסישן טעאַטער, און זײַן עולם איז געװען לרובֿ אַ ייִדישער, װײַל די פּױלישע אינטעליגענץ האָט בױקאָטירט די רוסישע קולטור. ערבֿ דער דײַטשישער אָקופּאַציע אין 1915 זײַנען די רוסן און אַ היפּשע צאָל פֿאַרמעגלעכע, רוסיש־אַקולטורירטע ייִדן אַנטלאָפֿן פֿון דער שטאָט אין אײנעם מיט דער רוסישער אַרמײ. אױף זײער אָרט זײַנען געקומען אָרעמע, ייִדיש־רעדנדיקע פּליטים פֿון ליטװישע שטעטלעך. די נײַע דײַטשישע בעלי־בתּים האָבן פֿאַרװערט דעם באַנוץ פֿון רוסיש אין די שולן און אינעם עפֿנטלעכן לעבן, אָבער זײ האָבן יאָ דערלױבט ייִדיש.
אַזױ אַרום האָבן זיך געשאַפֿן גינסטיקע באַדינגונגען צו אַנטװיקלען ייִדישע קולטור, און בפֿרט דעם ייִדישן טעאַטער. װי עס שרײַבט ד”ר יעקבֿ װיגאָדסקי אין זײַנע זכרונות, איז די ערשטע רעאַקציע אױף זײַן בקשה מצד דער דײַטישער מיליטערישער אַדמיניסטראַציע געװען אַ נעגאַטיװע. „איך בין אָבער בײַ מיר נישט שטאַרק אַראָפּגעפֿאַלן און האָב די פֿאָדערונג װעגן ייִדישן טעאַטער בײַ איטלעכער געלעגנהײט אַלץ װײַטער און װײַטער אַרױסגעשטעלט, ביז איך האָב אין אַ פּאָר חדשים אַרום באַקומען אַ דערלױבעניש פֿאַרן ייִדישן טעאַטער, פֿון װעלכן די דײַטשן זײַנען אַזױ שטאַרק נתפּעל געװאָרן.‟
דער ציל פֿונעם ייִדישן טעאַטער איז געװען אַ טאָפּלטער: ערשטנס, צו אַנטװיקלען די מאָדערנע װעלטלעכע ייִדישע קולטור און דערמוטיקן די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין דער צײַט פֿון צרות, און צװײטנס, צו דערװײַזן די דײַטשן, אַז ייִדיש פֿאַרמאָגט אַ „הױכע‟ אײראָפּעיִשע קולטור. און אַזױ האָט זיך טאַקע באַקומען, ניט נאָר אין די ערשטע פּאָר יאָר אין װילנע, אָבער אױך שפּעטער, װען די טרופּע האָט פֿאַרלאָזט איר הײמשטאָט און זיך געלאָזט פּראַװען גלות אין דער גרױסער װעלט. מיט דער צײַט האָט זיך „די װילנער טרופּע‟ צעשפּאָלטן אױף עטלעכע טרופּעס, װאָס האָבן גאַסטראָלירט איבער אײראָפּע און אַמעריקע. די דאָזיקע פֿאַרכאַפּנדיקע געשיכטע װערט פּרטימדיק רעקאָנסטרויִרט אינעם נײַעם בוך פֿון דבֿורה קאַפּלאַן, „ייִדיש–אימפּעריע: די װילנער טרופּע, דער ייִדישער טעאַטער, און די קונסט פֿון װאַנדערשאַפֿט.‟
קאַפּלאַן הײבט אָן איר געשיכטע פֿון דרײַ ניט־געלונגענע פּרוּװן אױפֿצובױען אַ מאָדערנעם ייִדישן טעאַטער פֿאַר דער ערשטער װעלט–מלחמה. עס איז אַ מין פּאַראַדאָקס, װאָס דװקא בעת דער מלחמה האָט מען טאַקע יאָ געשאַפֿן אַן עכטן מאָדערנעם ייִדישן טעאַטער. נאָך מער, דער דאָזיקער טעאַטער האָט געהאַט אַ דערפֿאָלג און אַריכות־ימים אין דער גאַנצער װעלט. „די װילנער טרופּע‟ איז געװאָרן אַ מין פֿירמע־צײכן, װאָס מען האָט דערקענט אין פֿאַרשידענע לענדער.
כּל־זמן די טרופּע איז פֿאַרבליבן אין װילנע, האָט זי נאָכגעמאַכט דעם רעאַליסטישן סטיל פֿונעם מאָסקװער רוסישן קונסט־טעאַטער פֿון קאָנסטאַנטין סטאַניסלאַװסקי. ניט געקוקט אױף דעם, װאָס די רוסישע שפּראַך איז געװען פֿאַרװערט אונטער דער דײַטשישער שליטה, האָט די רוסישע קולטור געהאַט אַ הױכן פּרעסטיזש אין די אױגן פֿון דער װילנער ייִדישער אינטעליגענץ. און ערשט אין 1920, שרײַבט קאַפּלאַן, איז פֿאָרגעקומען אַ ראַדיקאַלער איבערקער אין דעם סטיל פֿון דער „װילנער טרופּע‟: „מען האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון די רוסישע געצן און געװענדעט צו דעם נײַעם טעאַטראַלישן עקספּערימענט, װאָס װעט מאַכן די װילנער טרופּע פֿאַר אַ מוסטער פֿאַר אַנדערע ייִדישע טעאַטערס.‟
דער איבערקער האָט צו טאָן מיט דער אױפֿפֿירונג פֿון ש. אַנ־סקיס „דער דיבוק,‟ װאָס איז געװאָרן אַ גרױסער דערפֿאָלג סײַ בײַם ייִדישן עולם און סײַ בײַ די אומות־העולם אין װין און בערלין. דער דאָזיקער אַװאַנגאַרדישער ספּעקטאַקל האָט אױך שטאַרק משפּיע געװען אױף אַנדערע אױפֿפֿירונגען פֿון דער פּיעסע אױף ייִדיש און אױף העברעיִש. דער רום פֿון דער „װילנער טרופּע‟ איז געװען אַזױ הילכיק אױך צוליב דעם, װאָס אונטערן דאָזיקן נאָמען האָבן גאַסטראָלירט צװײ פֿאַרשידענע קאָמפּאַניעס. יעדע אײנע האָט זיך געהאַלטן פֿאַר דער עכטער און אײנציקער „װילנער טרופּע‟ און האָט בשום־אופֿן ניט געװאָלט אָנערקענען די אַנדערע. מיט דער צײַט האָט זיך „די װילנער טרופּע‟ פֿאַרמערט נאָך װײַטער: „אָנהײב 1930ער יאָרן איז די װילנער טרופּע געװען גרעסער און מער באַרימט אײדער פֿריִער. אַ קאָמפּאַניע פֿון פֿופֿצן אַקטיאָרן איז אױפֿגעבלאָזן געװאָרן אין זיבן ׳װילנער טרופּעס׳ מיט הונדערטער אַקטיאָרן.‟
אָבער דאָס איז אױך געװען דער אָנהײב פֿון דער ירידה. זײער סטיל האָט מער ניט געפּאַסט פֿאַרן געשמאַק פֿונעם ייִנגערן און מער אַסימילירטן דור פֿון ייִדישע טעאַטער־צושױער. אין אַמעריקע האָבן באַגאַבטע יונגע ייִדישע אַקטיאָרן געמאַכט זײערע קאַריערעס אױף דער ענגליש־שפּראַכיקער בינע. אַפֿילו די אױפֿלעבונג פֿונעם באַרימטן „דיבוק‟ אין 1936 אין ניו־יאָרק האָט ניט געהאָלפֿן. דער ספּעקטאַקל האָט זיך פֿאַרמאַכט נאָך זעקס פֿאָרשטעלונגען. און דער מצבֿ אין אײראָפּע איז געװאָרן אַלץ ערגער. עס איז געװאָרן אַלץ שװערער פֿאַר אַ ייִדישן טעאַטער אַרומצופֿאָרן איבער די לענדער, און דער ניט־ייִדישער עולם האָט מער ניט געהאַט קײן אינטערעס צום ייִדישן טעאַטער.
װי אַ צוגאָב פֿאַרן בוך האָט קאַפּלאַן געשאַפֿן אַ ניצלעכן דיגיטאַלן מכשיר vilnatroupe.com. דאָ קאָן מען נאָכפֿאָלגן די פֿאַרבינדונגען צװישן הונדערטער פֿיגורן, װאָס זײַנען אַזױ אָדער אַנדערש געװען פֿאַרבונדן מיט דער “װילנער טרופּע” איבער דער צײַט. דאָס איז ממש אַ נאָװאַטאָרישער שעפֿערישער באַנוץ פֿון דער נײַער עלעקטראָנישער טעכנאָלאָגיע, װאָס עפֿנט נײַע מעגלעכקײטן פֿאַר ייִדישע פֿאָרשונגען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.