יעדן מײַ גייט ישׂראל, צוזאַמען מיט די אייראָפּעיִשע לענדער, אַ ביסל אַראָפּ פֿון די כּלים. פֿאַר וואָס? מיט איין וואָרט: אייראָוויזיע. אָט דער זינג־קאָנקורס, וואָס מע באַמערקט כּמעט ניט בײַ אונדז אין אַמעריקע, איז אַ ריזיקע סענסאַציע אין דער ייִדישער מדינה און זייער אַ סך מענטשן האַלטן נאָך די צוגרייטונגען צום פֿאַרמעסט במשך פֿון אַ גאַננצן חודש און האָפֿן, אַז דער ישׂראלדיקער זינגער צי זינגערין וועט אָט־אָט באַזיגן זײַנע אָדער אירע אייראָפּעיִשע קאָנקורענטן.
הײַיאָר האַלט מען, אַז ישׂראל האָט זייער אַ גוטן שאַנס צו געווינען די „אייראָוויזיע‟, מחמת דאָס ליד פֿון דער ישׂראלדיקער זינגערין נטע ברזילי, Toy, (שפּילעכל) איז ווילד פּאָפּולער. ווי מײַן קאָלעגע קאָבי ווײַצנער האָט ליב צו זאָגן, האָף איך אַז ג־ט וועט מיך ניט שטראָפֿן פֿאַר די רייד, אָבער מוזיקאַליש גערעדט האָט די ייִדישע מדינה גאָרניט מיט וואָס צו שטאָלצירן דערמיט, וואָס ברזיליס ליד איז אַזוי פּאָפּולער — עס קלינגט פּשוט ווי אַ שלעכטע פּאַראָדיע פֿון אַן אַמעריקאַנער פּאָפּליד. צווישן דעם טעקסט פֿונעם ליד וואָס האָט בכלל ניט קיין זין אַחוץ אַ פּאָר נאַרישע כּמו־פֿעמיניסטישע לאָזונגען און אַ ריי אויסטערלישע קלאַנגען וואָס ברזילי מאַכט וואָס קלינגען ווי עפּעס געשאַפֿן פֿון אַ שיכּורן האָן, וואַרפֿט זי אַרײַן, ווי אַ דרך־אַגבֿ, דרײַ ווערטער אויף העברעיִש: „אני לא בובא‟ (איך בין ניט קיין ליאַלקע).
פֿאַר וואָס בלויז דרײַ ווערטער אויף העברעיִש? פֿאַר 1998, וואָס איז אויך געווען דאָס לעצטע יאָר וואָס ישׂראל האָט געוווּנען דעם קאָנקורס, האָבן די זינגער געדאַרפֿט פֿאָרשטעלן ס׳רובֿ פֿון זייער ליד אויף דער נאַציאָנאַלער שפּראַך פֿון זייער לאַנד, אָבער זינט דעמאָלט קען מען שוין פֿאָרשטעלן דאָס ליד אויף וואָס פֿאַר אַ שפּראַך מע וויל און ס׳רובֿ זינגער קלײַבן טאַקע אויס ענגליש. באַקומט זיך, אַז די אַלע אייראָפּעיִשע און ישׂראלישע זינגער וואָס טרעטן אויף אין „אייראָוויזיע‟ קלינגען ווי שלעכטע נאָכמאַכונגען פֿון אַמעריקאַנער זינגער און מע וואָלט געמיינט, אַז גאַנץ אייראָפּע מיט ישׂראל האָבן ניט זייערע אייגענע שפּראַכן און מוזיקאַלישע טראַדיציעס. אָבער ניט דאָס בין איך אויסן.
פֿאַר וואָס דערמאָן איך דאָס אַלץ אויב איך האָב בלויז טענות צו „אייראָוויזיע?‟ ווײַל דאָס נאַרישע ליד Toy האָט, אומדערוואַרטערהייט, אינספּירירט אַ געוואַלדיקע פּאַראָדיע ליד אויף מאַמע־לשון. דאָס פּאַראָדיע־ליד, „גוי,‟ האָט געשאַפֿן און אַרויסגעלאָזט די זינגערין און אַקטריסע יעל יקל, וואָס שפּילט אָפֿט אויף דער ייִדישער בינע אין ישׂראל. דעם מוזיק־ווידעאָ האָט מען שוין געקוקט מער ווי 250,000 מאָל אויף „פֿייסבוק‟ און מער ווי 50,000 מאָל אויף „יוטוב.‟
יקל, וואָס האָט זיך אויסגעלערנט ייִדיש בײַם „תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט‟ נאָך דעם וואָס זי האָט אָנגעהויבן שפּילן אין „ייִדישפּיל,‟ האָט אָנגעשריבן די פּאַראָדיע־ליד צוזאַמען מיטן ייִדיש־פּראָפֿעסאָר ד׳׳ר יניבֿ גאָלדבערג (בר־אילן־אוניווערסיטעט). דאָס ליד שילדערט ווי אַ ישׂראלדיקע פֿרוי פֿאַרליבט זיך אין אַ גוי און פֿאַנטאַזירט וועגן מאַכן פֿאַר אים אַ ברית. דאָס ליד איז, פֿאַרשטייט זיך, אַזוי ווי Toy, אַבסורדיש אָבער סײַ וואָס שייך די ווערטער, סײַ וואָס שייך דער מוזיק, איז עס אַ סך מער אינטערעסאַנט ווי דאָס אָריגענעלע.
כאָטש זי האָט געמאַכט אַ פּאַראָדיע דערפֿון, האַלט יקל דווקא שטאַרק פֿון ברזיליס Toy, ווי זי האָט דערקלערט אין אַן אינטערוויו מיט „ידיעות אַחרונות‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.