ליבער ד״ר בערגער,
איך האָב געהערט װעגן אַ שטודיע װאָס זאָל האָבן געװיזן, אַז װײַסע מענער װאָס מאַכן געניטונגען אין קורצע, אינטענסיװע סעסיעס האָבן אַ העכערע ריזיקע פֿון אַנטװיקלען „אָפּזעצן‟ (plaque) פֿון כאָלעסטעראָל אין די אַרטעריעס. װי מיינסטו?
דובֿ קלײַנער, נ״י
טײַערער פֿרײַנד קלײַנער,
דאַכט זיך אַז איר זײַט אַן איבערגעגעבענער נאָכפֿאָלגער פֿון די לעצטע װיסנשאַפֿטלעכע נײַעס! איר זײַט גערעכט, נאָר אויב מע באַטראַכט עס גוט, קען מען זען אַז די רעזולטאַטן זײַנען גאָר נישט אַזױ קלאָר.
שױן יאָרן װי עס גײט אָן אַ קאָנטראָװערסיע אין דער װעלט פֿון געניטונג־װיסנשאַפֿט. יעדער װײסט אַז רעגולערע געניטונגען זײַנען געזונט. זיי גיבן צו אַריכות־ימים און פֿאַרהיטן אַ קרענק. װאָס איז אָבער דער בעסטער טיפ געניטונג? אַ ביסל יעדן טאָג? אַ סך, אײן מאָל אַ װאָך? אָדער עפּעס אין מיטן?
אַ גרופּע װיסנשאַפֿטלער האָבן זיך אונטערגענומען אױסצופֿאָרשן, צי די „בעסטע געניטונג־מאַכער“ װעלן אפֿשר האָבן אַ קלענערע ריזיקע געזונט־קראַנקײט אין דער צוקונפֿט. ניצנדיק אַ גרופּע אײַנװױנער פֿון עטלעכע אַמעריקאַנער שטעט, האָט מען זײ אױסגעפֿרעגט װיפֿל געניטונג זיי האָבן געמאַכט אין די לעצטע עטלעכע יאָר, און דערנאָך דורכגעפֿירט קעט־סקענס פֿון די הערצער בײַ די באַטײליקטע. (אײן קאָמפּליקאַציע: מע דאַרף זיך איבערצײַגן, אַז אַ מענטש איז בכּוח צו געדענקען, װיפֿל געניטונג מע האָט געהאַט געמאַכט אין דער פֿאַרגאַנגענהײט. אַ מאָל איז שװער זיך צו דערמאָנען װאָס מע האָט געגעסן אױף פֿרישטיק דעם זעלבן טאָג!)
לאָזט זיך אױס, אַז װײַסע מענער (מע האָט פֿאַרצײכנט צװײ מינים און צװײ ראַסעס), מיט די מערסטע געניטונגען, האָבן דװקא געהאַט אַ העכערע ריזיקע פֿון אָפּזעצן פֿון כאָלעסטעראָל אין די אַרטעריעס. האָט מען דאָס צעפּױקט אין דער פּרעסע. איז טאַקע אמת אַז געניטונגען דערפֿירן צו מער פֿאַרשטאָפּונגען אין די בלוט־געפֿעסלעך?!
שאַ, דער הימל איז נאָך נישט בײַ דער ערד. מע דאַרף האַלטן אין זינען עטלעכע פֿאַקטן.
ערשטנס, אַז מע לײענט פֿאָרזיכטיק איבער די שטודיע, װערט קלאָר אַז טײל פֿון די אַנאַליזן, דאָס הײסט די פֿאַרגלײַכן פֿון פֿאַרשײדענע גרופּעס פּאַציענטן, האָט מען אױספּלאַנירט פֿון פֿריִער, בשעת טײל האָט מען אַדורכגעפֿירט ערשט שפּעטער, װען מען האָט געהאַלטן בײַ פֿאַרשרײַבן די רעזולטאַטן, כּדי צו זען צי מע קען עפּעס טשיקאַװעס אױסגעפֿינען. דאָס איז װיכטיק צו באַמערקן, װײַל דאָס מאַכן אַזעלכע פֿאַרגלײַכונגען „פּאָסט פֿאַקטאָ“ (אַחר־למעשׂה) קען גרינג דערפֿירן צו אַ פּנײה. אָפֿט מאָל געפֿינט מען אױס דאָס, װאָס מע װיל געפֿינען. אַז מע דעפֿינירט די פֿאַרגלײַך־קאַטעגאָריעס פֿון פֿריִער, איז שװערער פֿאַרפֿירט צו װערן. קומט אױס, אַז מע האָט פֿאַרגליכן די ראַסע־גרופּעס אין דער צװײטער רונדע אַנאַליזן. ס׳איז באמת שװער צו פֿאַרשטײן לכתּחילה, צוליב װאָסער סיבה מע האָט אַדורכגעיפֿירט אַזאַ פֿאַרגלײַך, סײַדן ס׳איז געװען „גלאַט אַזױ אױסצועפֿינען אַ טשיקאַװעס“.
צװײטנס, גײט דאָ אַ רײד װעגן רעלאַטיװ װײניק מענטשן — 60 אין אײן גרופּע, 30 אין אַ צװײטער. קען גרײַלעך געמאָלט זײַן, אַז דאָס איז נישט מער נישט װײניקער װי אַ סטאַטיסישע מזל־זאַך װאָס װעט נישט רעפּראָדוצירט װערן בײַ אַ צװײטער שטודיע.
און אַחרון אַחרון, פֿאַרשטײען מיר הײַנט אַז די ראַסע איז נישט קיין ביאָלאָגישע קאַטעגאָריע װאָס עקזיסטירט לכתּחילה, נאָר אַ סאָציאַלע גרופּע װאָס דעקט זיך נאָר טײלווײַז מיט גענעטישע פֿאַקטאָרן. אַז מע צעטײלט אַ שטודיע לױט „ראַסע“ אָן צו זאָגן פֿאַר װאָס מע טוט דאָס, דאַרף מען שטעלן אַ סך האַרבע שאלות, דער עיקר, פֿאַר װאָס האָט מען דאָס געטאָן, און נישט — צום בײַשפּיל — צעטײלט לױטן עקאָנאָמישן צושטאַנד, אָדער וויפֿל געלעגנהייטן דער מענטש האָט צו מאַכן געניטונגען?
אַ כּלל, טוט אײַערע געניטונגען געזונטערהײט. איך האָב אַ חשד, אַז עס גײט גיכער אין דעם צי מע מאַכט געניטונגען בכלל, נישט אין דעם מין געניטונגען װאָס מע מאַכט. נאָר די שטודיעס גײען װײַטער אָן, און ס׳קען זײַן אַז מע װעט נאָך קענען קומען צו אַ טאָלק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.