פֿאַרגעסענע ייִדישע פּיעסע וועט אויפֿגעפֿירט ווערן אויף ענגליש

Forgotten Yiddish Play to be Performed in English

YIVO

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 01, 2018.

כאָטש אַלען לויִס ריקמאַן איז צום בעסטן באַקאַנט דעם ברייטן עולם ווי אַן אַקטיאָר אויף דער ייִדישער און ענגלישער בינע און אויף דער טעלעוויזיע, איז ער אויך אַ געניטער איבערזעצער און אַדאַפּטירער פֿון פּיעסעס. עטלעכע יאָר אַרבעט ריקמאַן שוין אויף אַן איבערזעצונג פֿון אַ פֿאַרגעסענער ייִדישער פּיעסע, וואָס מע האָט לכתּחילה אויפֿגעפֿירט אין 1914 אין אסתּר־רחל קאַמינסקיס טעאַטער. די פּיעסע „איינע פֿון יענע,‟ וועט מען מאָנטיק, דעם 14טן מײַ, פֿאָרשטעלן צום ערשטן מאָל אויף ענגליש (און צום ערשטן מאָל אין לאַנגע יאָרן אויף וואָס פֿאַר אַ שפּראַך עס זאָל ניט זײַן).

„איינע פֿון יענע,‟ פֿון דער דראַמאַטורגין און פּאָעטעסע פּאַולאַ פּרילוצקי, איז אַ פּראָטאָ־פֿעמינסטישע דראַמע, וואָס שילדערט דאָס לעבן פֿון יהודית זאַלצמאַן, אַ 21־יעריק מיידל, וואָס פֿאַרלאָזט די היים נאָך דעם וואָס דער פֿאָטער האָט חתונה באַלד נאָך דער מאַמענס פּטירה.

„ניט געקוקט אויף דעם וואָס די פּיעסע איז פֿון 1912, פֿילט זי זייער מאָדערן,‟ האָט ריקמאַן געזאָגט דעם „ייִוואָ.‟ „עס זענען בכלל ניטאָ קיין העלדן אָדער רשעים… אַלצדינג וועגן דער דאָזיקער פּיעסע — די טעמעס, די דערשטוינענדיקע העלדן, די סובטילקייט פֿון דער עקספּאָזיציע, דער נאַטירלעכער דיאַלאָג — אַלצדינג אַחוץ דער אויטענטישקייט פֿון דער סבֿיבֿה — גיט דעם אײַנדרוק, אַז מע האָט די פּיעסע אָנגעשריבן אַ סך שפּעטער ווי 1912.‟

די פֿאָרשטעלונג, מיט אַ טרופּע פֿון 15 פּראָפֿעסיאָנעלע אַקטיאָרן, הייבט זיך אָן 7 אַ זייגער אין „ייִוואָ.‟.

די בילעטן קאָסטן 10$ פֿאַר „ייִוואָ‟־מיטגלידער און 15$ פֿאַרן ברייטן עולם. נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://www.yivo.org/Yiddish-Play-In-Translation.