כ׳זע אַ שומרונישן קרבן־פּסח מיט די אייגענע אויגן

Seeing a Samaritan Passover Sacrifice With My Own Eyes

Getty Images

פֿון נפֿתּלי איידלמאַן

Published May 02, 2018.

די וועלט זאָגט אַז פֿֿון די צוועלף שבֿטים פֿֿון דער תּורה, זענען הײַנט געבליבן נאָר צוויי: שבֿט לוי און שבֿט יהודה, פֿֿון וועמען דאָס רובֿ ייִדן שטאַמען. „די צען פֿֿאַרלוירענע שבֿטים‟, זאָגט מען, זענען פֿֿאַרשוווּנדן געוואָרן נאָך אין די צײַטן פֿֿונעם ערשטן בית־המיקדש, צוריק מיט 2,739 יאָר.

ס׳איז אָבער מעגלעך אַז דאָס איז נישט אמת.

טיף אין די שטחים, גלײַך לעבן דער ריזיקער אַראַבישער שטאָט נאַבלוס (שכם), שטייט הר־גריזים, איינער פֿֿון די העכסטע פּונקטן אין ארץ־ישׂראל. אויפֿֿן שפּיץ פֿֿון דעם דאָזיקן באַרג ליגן די חורבֿות פֿֿון אַן אוראַלטן טעמפּל, און איין מאָל אַ יאָר קען מען קומען זען ווי אַ גרופּע מענטשן זענען עולה־רגל צום הייליקן באַרג כּדי צו ברענגען דעם קרבן פּסח, אַזוי ווי זיי טוען שוין די לעצטע 3,000 יאָר.

די מענטשן רופֿֿן זיך שומרונים, און זיי זענען איינע פֿֿון די אינטערעסאַנטסטע מינאָריטעט–גרופּעס אין ארץ־ישׂראל. לויט זייער מסורה, שטאַמען זיי פֿֿון אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ, פּונקט ווי די ייִדן, נאָר זיי זענען קינדער פֿֿון שבֿט אפֿֿרים און שבֿט מנשה (נישט פֿֿון שבֿט יהודה אַזוי ווי די ייִדן). זיי דאַווענען אויף לשון־קודש, היטן אַלע ייִדישע יום–טובֿים אַחוץ חנוכּה און פּורים, און היטן שטרענג אָפּ די הלכות פֿֿון כּשרות און נידה אַזוי ווי זיי ווערן באַשריבן אין חומש.

זיי פֿֿאָלגן אָבער נישט קיין תּורה שבעל־פּה, משנה, גמרא און אפֿֿילו נישט קיין אַנדערע טיילן פֿון תּנ׳׳ך; בלויז חומש מיט ספֿֿר יהושע. לויט זיי, האָט שלמה המלך זיך טועה געווען ווען ער האָט געבויט דעם בית־המיקדש אין ירושלים אויפֿן הר־הבית. די שומרונים גלייבן אַז מע מוז דינען דעם אייבערשטן און אים ברענגען קרבנות נאָר אויפֿן הר־גריזים.

אַמאָל האָבן די שומרונים באַטראָפֿֿן עטלעכע מיליאָן מענטשן. הײַנט זענען פֿֿאַרבליבן נישט מער ווי 800 נפֿֿשות. אַ העלפֿֿט פֿֿון זיי וווינט אין קרית לוזה אויף הר־גריזים און רעדט אַראַביש, און די צווייטע העלפֿֿט וווינט אין חולון און רעדט העברעיִש. אַלע פֿאַרזאַמלען זיך יעדעס יאָר אויפֿן הר־גריזים כּדי צו ברענגען דעם קרבן־פּסח, אַזוי ווי ס׳שטייט געשריבן אין דער תּורה.

מערסטע יאָרן, פּראַווען די שומרונים זייערע יום־טובֿים אין דער זעלבער צײַט ווי די ייִדן, אַזוי אַז געוויינטלעך זענען די ייִדן צו פֿֿאַרנומען מיטן יום־טובֿ צו פֿֿאָרן זען ווי די שומרונים ברענגען דעם קרבן־פּסח. וויבאַלד הײַיאָר איז בײַ די שומרונים אַן עיבעריאָר אָבער בײַ די ייִדן — נישט, איז פּסח אויסגעפֿֿאַלן דעם פֿֿאַרגאַנגענעם זונטיק, אַ חודש שפּעטער ווי דער ייִדישער פּסח. דערפֿֿאַר זענען הײַיאָר געקומען אַ סך ייִדן צום הר־גריזים צו זען ווי די שומרונים פֿירן דורך דעם אור־אַלטן מינהג ־ שעכטן דעם קרבן־פּסח. איך בין אויך געפֿאָרן, אין איינעם מיט 200 אַנדערע טוריסטן, צו דער צערעמאָניע. איך מוז זאָגן, כ׳בין שטאַרק גערירט געוואָרן פֿֿון דער איבערלעבונג.

אַרום צוויי אַ זייגער זענען מיר אָנגעקומען אין קרית לוזה. מע האָט גלײַך דערקענט ווער ס׳געהערט צו די שומרונים און ווער — נישט. די שומרונים האָבן אַלע געטראָגן ווײַסע קליידער; די ווײַבער — ענגע ווײַסע קליאָשעווע הויזן מיט הויכע אָפּצאַסן, און עלעגאַנטע פֿֿרילינגדיקע בלוזקעס מיט אַנטבלויזטע אַקסלען. אַ טייל פֿֿון די מענער האָבן געטראָגן ווײַסע הויזן מיט ווײַסע העמדער, און די כּהנים — לאַנגע קאָלירטע ראָקן מיט ווײַסע און רויטע טורבאַנען אויף די קעפּ. אַלע האָבן זיך וואַרעם באַגריסט מיט באַקאַנטע און פֿֿאָטאָגראַפֿֿירט איינער דעם צווייטן. די אַטמאָספֿֿערע איז געווען שׂשׂון ושׂימחה.

אין געוויסע אַספּעקטן, איז פּסח בײַ די שומרונים ענלעך צום ייִדישן פּסח. פֿֿאַר יום טובֿ מוזן זיי פּטור ווערן פֿֿון יעדן ברעקל חמץ; מע רייניקט גוט אויס די הײַזער און מע קומט זיך צונויף מיט דער משפּחה. אַנדערע מינהגים זעען אָבער אויס סוררעאַליסטיש. אַזוי ווי עס שטייט געשריבן אין דער תּורה מוז יעדע משפּחה ערבֿ־פּסח אויסקלײַבן אַן איין–יאָריקן ווידער, אים צובינדן צו דער שטוב און אים שעכטן צוזאַמען מיט די שאָף פֿון אַלע שומרונים.

אַז מיר זענען אָנגעקומען אין קרית לוזה, האָבן מיר טאַקע געזען ווי מע פֿֿירט די שאָף דורך די גאַסן צו אַ גרויסן פֿֿלאַכן ברוקירטן הויף. אויף איין זײַט פֿֿונעם הויף איז געווען אַ לאַנגע גרוב וואָס פֿֿירט צו אַ לאָך אין דער ערד. מע האָט אונדז געגעבן צו פֿֿאַרשטיין אַז די קרבנות שעכט מען בײַ דער גרוב און דאָס בלוט פֿֿליסט אַרײַן אינעם לאָך. אויף דער צווייטער זײַט האָט מען געזען טיפֿֿע לעכער פֿֿול מיט ברענענדיק האָלץ. אויף אַלע זײַטן זענען געשטאַנען פּאַרענטשעס פֿאַר די צוקוקערס. איידער מע האָט אָנגעהויבן אַרײַנלאָזן דעם עולם, האָט מען שוין די שײַטלעך האָלץ אָנגעצונדן, עס זאָל זײַן גוט הייס.

וואַרטנדיק אויף דער צערעמאָניע, זענען מיר אַרײַנגעגאַנגען אינעם „מוזיאון השומרונים‟ (מוזיי פֿֿון די שומרונים). דאָרט האָבן מיר געזען שומרונישע סיפֿֿרי־תּורה, סידורים און מזוזות, וואָס זענען אַלע געשריבן אין כּתבֿ עבֿרי, די אַלטע העברעיִשע שריפֿֿט וואָס מע האָט גענוצט אין די צײַטן פֿֿון ערשטן בית־המיקדש.

Naftali Ejdelman

אַ שומרוני כּהן, דווקא אַ ברודער פֿֿונעם הײַנטיקן כּהן־גדול, האָט אונדז דערציילט וועגן זייערע מינהגים און זייער געשיכטע. ער האָט ספּעציעל אונטערגעשטראָכן ווי גוט עס איז צו זײַן אַ שומרונישע טאָכטער. ווען אַ פֿרוי האָט די צײַט (מענסטרויִרט) האָט זי זיבן טעג לאַנג נישט קיין שום אחריות. זי קען גיין טאַנצן, שלאָפֿֿן שפּעט און טון וואָס דאָס האַרץ גלוסט בשעת זייערע מאַנען פּאַסן אויף אויף דער שטוב מיט די קינדער. נישט אומזיסט האָט ער געשטעלט דעם טראָפּ אויפֿן גרינגן ווײַבערישע לעבן: אַ פּנים געפֿינען זיך הײַנט בײַ די שומרונים אַ סך מער זכרים ווי נקבֿות, און זיי ווילן שטאַרק אַז ישׂראלישע פֿֿרויען זאָלן חתונה האָבן מיט די שומרונישע מענער כּדי צו פֿֿאַרגרעסערן די באַפֿעלקערונג (בײַ זיי גייט די רעליגיע לויטן טאַטן, אַזוי ווי אין די צײַטן פֿֿון חומש). בײַם סוף פֿֿון זײַן לעקציע האָט ער געבעטן דעם עולם, אַז טאָמער קען מען פֿֿרויען וואָס זענען פֿֿאַראינטערעסירט אינעם שומרונישן לעבנשטייגער, זאָל מען זיי שיקן רעדן מיט אים.


אַז די זון האָט געהאַלטן בײַם אונטערגיין האָבן זיך אַלע פֿאַרזאַמלט אַרום דעם ברוקירטן הויף: טוריסטן פֿֿון איבער דער וועלט, אַראַבער פֿֿון שכם, און כּל־המינים ייִדן – חרדים, קאָלאָניסטן, סעקולערע. די אַראַבישע פֿֿײַער־לעשער פֿֿון נאַבלוס, צוזאַמען מיט דער ישׂראלדיקער פּאָליציי, האָבן זיך צוגעקוקט ווי מע גרייט זיך פֿֿאַרן קרבן, און ס׳האָט געהערשט אַ זעלטענע אַטמאָספֿֿערע פֿֿון שלום, דווקא אין איינע פֿֿון די אָנגעצויגנסטע ערטער פֿונעם מערב–ברעג. מע האָט געפֿֿילט ווי די שומרונים, וואָס רעדן סײַ העברעיִש סײַ אַראַביש און האָבן אַלע דרײַ פּאַספּאָרטן (פּאַלעסטינער, ישׂראליש און יאָרדאַניש) וואָלטן געקענט שפּילן אַ וויכטיקע ראָלע אין ברענגען שלום צווישן די ייִדן און די אַראַבער. 


מע האָט אָנגעהויבן צוצופֿֿירן די שאָף צו די מזבחות. איינער האָט זיך באַפֿֿרײַט און האָט ווילד געגעבן אַ וואָרף און אַ שפּרונג, גלײַך עס וואָלט געוווּסט וואָס פֿֿאַר אַ גורל איז אים באַשערט. אַ גרופּע ייִנגלעך איז אים נאָכגעלאָפֿֿן, אַרומגערינגלט און צוגעפֿירט צום מזבח. דערווײַל האָבן די כּהנים אָנגעהויבן זינגען תּפֿֿילות מיט אַ פֿֿאַרצײַטישן ניגון. כאָטש איך האָב ווייניק פֿֿאַרשטאַנען פֿֿון זייערע תּפֿֿילות (מע האָט יאָ געקענט הערן די נעמען פֿֿון אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ) האָב איך געזען אַז זיי דאַווענען מיט אַ סך כּוונה. די באַבערדלטע כּהנים האָבן זיך געוואָרפֿֿן און געשאָקלט אַזוי ווי פֿֿאַרברענטע חסידים, און די ייִנגערע דורות זענען געשטאַנען הינטער זיי, אַמאָל מיטזינגענדיק, אַמאָל שמועסנדיק צווישן זיך. די קליינע האָבן נישט געקענט אײַנזיצן, האָבן זיי זיך געשפּילט און אַרומגעלאָפֿֿן. 

די שחיטה אַליין איז געווען זייער גיך – איך האָב קוים באַמערקט אַז מע שעכט אפֿֿילו. מיט אַ מאָל האָב איך דערזען אַז אַלע שומרונים — מאַן, פֿֿרוי און קינד — האָבן געהאַט געשמירט אַ קאַפּעלע בלוט אויפֿן שטערן. איינציקווײַז, זענען אַלע געגאַנגען ווינטשן דעם כּהן־גדול אַ גוט יום־טובֿ, און אים געקושט די האַנט. מע האָט גיך אָפּגעשינדן די הויט פֿֿון די קרבנות, און די פּעלצן אַרײַנגעוואָרפֿֿן אין פֿֿײַער. די אינגעוויידן האָט מען פֿֿאַרברענט און דאָס פֿֿלייש דורכגעשפּיזט מיט לאַנגע הילצערנע סלופּעס. דער עולם האָט געפּרוּווט זיך צו דערנעענטערן. ס׳האָבן זיך אויסגעמישט די ריחות פֿֿון פֿֿלייש, ברענענדיקן וואָל, און שווייס. דערווײַל האָבן די אויטאָבוס־שאָפֿערן שוין געוואָלט אַהיימפֿֿאָרן, האָט מען זיך געלאָזט אין וועג אַרײַן.


Getty Images

די גאַנצע איבערלעבונג האָט געווירקט אויף אַלעמען. בעת דער צערעמאָניע האָט אַן אַמעריקאַנער טוריסטקע זיך שטילערהייט צעוויינט. אויף דער פֿראַגע צי זי וויינט צוליב רחמנות פֿֿאַר די שעפֿֿעלעך האָט זי געגעבן אַן אומגעריכטן ענטפֿער. „ניין, איך באַוויין דאָס וואָס נאָכן חורבן בית־המיקדש האָבן מיר ייִדן פֿֿאַרלוירן אַזעלכע רירנדיקע מנהגים‟.

די שומרונים האָבן טאַקע אַ סך דרך־ארץ און הכּרת־הטובֿ פאַר די אַמעריקאַנער ייִדן. איינער פון די כּהנים האָט אונדז דערציילט אַז צוריק מיט הונדערט יאָר, זענען פֿאַרבליבן אַזוי ווייניק שומרונים אַז מע האָט מורא געהאַט אַז זיי וועלן אין גאַנצן אויסשטאַרבן. די קהילה האָט געשריבן צום „דזשוינט‟, וואָס האָט זיי טאַקע געשיקט פֿינאַנציעלע שטיצע און איצט הייבט זייער ייִשובֿ אָן ווידער צו וואַקסן.

„ווען נישט די אַמעריקאַנער ייִדן — האָט דער ברודער פֿונעם כּהן־גדול געזאָגט — וואָלטן מיר שוין מסתּמא אונטערגעגאַנגען.‟