אין מאָסקווע איז לעצטנס פֿאָרגעקומען אַ געשלאָסענע ווײַזונג פֿונעם פֿילם „סאָביבאָר‟. דעם פֿילם האָט מען שוין געוויזן דעם רוסישן פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטינען און דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער בנימין נתּניהון, ווי אויך אין פּוילן און אין אַמעריקע. דעם 3טן מײַ וועט פֿאָרקומען די אָפֿיציעלע פּרעמיערע אין מאָסקווע. די שרײַבערין פֿון די שורות, וואָס איז געווען צווישן די בעל־יועצים פֿונעם פֿילם, איז בײַגעווען די געשלאָסענע דעמאָנסטראַציע.
צוויי נאַצישע אָפֿיצירן זיצן און שמועסן. איינעם איז סקוטשנע, דער צווייטער איז אויפֿגערעגט און רעדט וועגן דזשאָן דעם באַפּטיסט: פֿאַר וואָס האָט ער געטויפֿט ייִדן דווקא אין ירדן — אַזאַ קליין און שמוציק טײַכל? נאָר די ייִדן האָבן געקענט אויף דעם מסכּים זײַן. פּלוצעם אַ סירענע — עס קומט אַ נײַע באַן, פֿול מיט ייִדן. די אָפֿיצירן לויפֿן אַרויס זיי „מקבל־פּנים זײַן‟. די טעמע פֿון עוואַנגעליע, אָנגעהויבן מיט אַן עפּיגראַף, וועט זיך נאָך ממשיך זײַן מער ווי איין מאָל.
דאָס רובֿ ייִדן, וואָס קומען אָן מיט דער באַן, וועלן גלײַך אַרײַן אין גאַזקאַמער. איין שיינע באַמאַנטע פֿרוי ציט צו דעם אויפֿמערק פֿון אַ נאַצישן אָפֿיציר פֿון אַ יאָר 50 און ער פֿאָטאָגראַפֿירט זי. אין עטלעכע מינוט אַרום וועלן זיי זיך איבערבליקן, ווען זי וועט שטיין, אַ נאַקעטע און מיט אָפּגעשוירענע האָר, אין גאַזקאַמער, און ער וועט אַרײַנקוקן אין אַ פֿענצטערל, כּדי צו „קאָנטראָלירן‟ די פּראָצעדור. די צוויי ייִנגערע אָפֿיצירן, אונדז באַקאַנט פֿון דער ערשטער סצענע, שמועסן וועגן דעם: צי האָט ער נאָך מענלעכע געפֿילן און אינסטינקטן, צי שוין פֿאַרפֿאַלן?
דער 50־יעריקער דרייט זיך תּמיד אַרום מיט אַ פֿאָטאָ־אַפּאַראַט. זײַן פּלאַן: נאָך דער מלחמה — ווײַל ער ווייסט, אַז אַ מאָל וועט דאָס אַלץ זיך ענדיקן — וועט ער אָרגאַניזירן אַן אויסשטעלונג.
מיט אַן ערך אַ האַלב יאָר צוריק האָט מען צו מיר אָנגעקלונגען און געבעטן, איך זאָל העלפֿן מיטן ייִדיש־לשון אין אַ נײַעם פֿילם, וואָס זאָגט צו צו ווערן אַ וועלטשלאַגער. געווידמעט איז ער דעם אויפֿשטאַנד אין סאָביבאָר. די הויפּטראָלע שפּילט קאָנסטאַנטין כאַבענסקי — דער פּאָפּולערסטער און איינער פֿון די פֿעיִקסטע איצטיקע רוסלענדישע אַקטיאָרן. אינעם פֿילם רעדט מען אויף פֿינעף שפּראַכן, בתוכם ייִדיש. מײַן ראָלע: איבערקוקן די סצענעס, אין וועלכע מע רעדט אויף ייִדיש אָדער דאַוונט אויף לשון־קודש, אויסבעסערן די גרײַזן און העלפֿן רעקאָרדירן די ווערטער אויפֿסנײַ.
זינט דעמאָלט האָט מען צו מיר זיך געוואָנדן נאָך צוויי מאָל מיט ענלעכע בקשות — שוין מיט אַנדערע פֿילמען און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען. די ייִדישע טעמע איז אין רוסלאַנד פּאָפּולער שוין אַ יאָר 25 — אָבער אין די לעצטע יאָרן האָט זיך עפּעס געביטן. איך וואָלט עס באַשריבן אַזוי: דאָס יהדות, די ייִדישע געשיכטע און קולטור, די ייִדישע שפּראַכן זענען שוין ניט מער קיין משפּחה־ענין, קיין ענין פֿון אומפֿאָרמעלן אינטערעס. דער יונגער דור געדענקט שוין גאָר ניט, אַז אַ מאָל איז די ייִדישע טעמע געווען אומאָפֿיציעל, כּמעט אומאָנשטענדיק. איצט קען מען זי אַרומרעדן אי אויף די זײַטן פֿון די סאַמע אָפֿיציעלע צײַטונגען, אי אויף די מלוכישע טעלעוויזיע־קאַנאַלן, אי אין פּאַטריאָטישע רעדעס.
ס’איז אינטערעסאַנט, אַז אין די איצטיקע פֿילמען רעדן די העלדן ייִדיש — און דווקא לשם עטנאָגראַפֿישער פּינקטלעכקייט; ניט חלילה כּדי צו שאַפֿן אַ „ייִדישן‟ (דאָס הייסט — קליינשטעטלדיקן) עולם. ייִדיש קלינגט ניט קליינשטעטלדיק. עס קלינגט דאָקומענטאַר.
די געשיכטע פֿונעם אויפֿשטאַנד אין סאָביבאָר איז פּונקט ווי צוגעטראָפֿן דער איצטיקער רוסלענדישער מלוכה. איינער פֿון די, וואָס האָבן איניציִיִרט דאָס פּראָדוצירן דעם פֿילם, איז דער קולטור־מיניסטער וולאַדימיר מעדינסקי — איינער פֿון די צום מערסטן פֿאַרהאַסטע רוסלענדישע טשינאָווניקעס, אַ „פּאַטריאָט‟ און אַ סטאַליניסט.
די געשיכטע פֿון סאָביבאָר איז גאָר ניט שווער צוצופּאַסן צו דער איצטיקער פּראָפּאַגאַנדע אין רוסלאַנד — גאָר אַן אַגרעסיווער. די פּראָפּאַגאַנדע קאָנצענטרירט זיך אויף דער העלדישער ראָלע פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד אינעם זיג אין דער צווייטער וועלט־מלחמה. זי טענהט, אַז אין רוסלאַנד — אין דעם לאַנד, וואָס האָט באַזיגט נאַציזם און פֿאַשיזם, — קען קיין מאָל קיין פֿאַשיזם ניט אַנטשטיין. דערפֿאַר האָט זי אַלע רעכט צו באַשולדיקן אירע אָפּאָנענטן דווקא אין פֿאַשיזם.
איצט איז פּוילן געוואָרן איינער פֿון רוסלאַנדס אייראָפּעיִשע שׂונאים — און שוין: די געשיכטע פֿונעם אויפֿשטאַנד אין סאָביבאָר איז אַ געשיכטע פֿון העלדישקייט — און פֿון פֿאַרראַטונג. די סאָוועטישע ייִדן האָבן אָרגאַניזירט דעם אויפֿשטאַנד, די ייִדן האָבן געמאַכט אַ פּליטה פֿונעם לאַגער — און די פּוילישע פּויערים האָבן זיי אויסגעגעבן צו די דײַטשן. רוסלאַנד איז די פֿעסטונג פֿון קאַמף קעגן פֿאַשיזם, פּאָליאַקעס זענען קאָלאַבאָראַנטן, בעת די סאָוועטישע לײַט — פּאַרטיי־מיטגלידער און קאָמוניסטן — זענען העלדן. באַזונדערס גוט איז, אַז דער ערשטער העלד איז אַ ייִד: אין דער סאָוועטישער צונויפֿגעשמידטער משפּחה פֿון פֿעלקער זענען ייִדן ניט קיין שטיפֿקינדער, נאָר די באַליבטע זין, גלײַך מיט אַלעמען. אין רוסלאַנד איז אויך ניטאָ קיין אַנטיסעמיטיזם (וואָס איז, אַגבֿ, דווקא כּמעט אמת).
אָבער, ווי תּמיד, האָט זיך די געשיכטע אַנטוויקלט אַנדערש. דער פֿילם איז ניט קיין אַגיטאַציע־מאַטעריאַל. ער איר אַ סך ברייטער, ווי די אַגיטאַציע־ראַמען. ער איז אינטערעסאַנט, טאַלאַנטפֿול און טיף. ער מאַכט אַ שטאַרקן רושם.
די ייִדן גייען אַראָפּ פֿון דער באַן. די דײַטשן מיט נאַגײַקעס ציילן זיי און פֿירן אין אַ הויף אַרײַן. צו אַ שיינער פֿרוי, וואָס איז געקומען אַליין, גייט צו אַ ייִד — אַ קאַצעטניק — און זאָגט, זי זאָל מסכּים זײַן אויף וואָסער ניט איז אַרבעט — אַבי לעבן צו בלײַבן. ער הייסט חיים, זי — סעלמע. זיי וועלן אַרבעטן צוזאַמען אין אַ וואַרשטאַט — און, פֿאַרשטייט זיך, אַוועקלויפֿן פֿונעם לאַגער צוזאַמען. פֿאַר דעם וועט מען אים שמײַסן כּמעט ביזן טויט, זי זאָל דאָס זען.
מענער און פֿרויען, פּאָרלעך און משפּחות צעשיידן זיך רויִק. אַ יונגער בעל־מלאכה, שלמה, זאָגט צו זײַן שוועסטערל צו מאַכן איר שיינע אויערלעך מיט רויטע שטיינדעלעך. אין אַ פּאָר וואָכן אַרום וועט ער הערן די שרעקלעכע ווערטער פֿון אַן אַנדער גאָלדשמיד, וואָס זײַן פֿרוי האָט פֿאָטאָגראַפֿירט אַ נאַצישן אָפֿיציר: יענער וועט פֿאַרשטיין, וואָס האָט געטראָפֿן מיט זײַן פֿרוי און מיט אַנדערע פֿרויען און קינדער, וועט וועגן דעם שרײַען בײַ נאַכט אין באַראַק — און וועט משוגע ווערן. ער וועט פֿרעגן דעם יונגן נאַצישן אָפֿיציר, וווּ זײַן פֿרוי איז, — און יענער, שוין אַ שיכּורער, וועט אויסשרײַען, אַז ער איז דזשאָן דער באַפּטיסט, וועט אים באַגיסן מיט משקה — און פֿאַרברענען לעבעדיק.
אָבער דערווײַל שטייען אַלע רויִק אינעם הויף. מיר האָפֿן, אַז מע וועט אונדז ניט באַווײַזן דאָס סאַמע שרעקלעכע. מען באַווײַזט אונדז דאָס יאָ — אָבער בהדרגהדיק. צווישן די ייִדן, וואָס זענען שוין אין לאַגער, איז אַלכּסנדר פּעטשערסקי, דער הויפּט־העלד פֿון „סאָביבאָר‟, אַ היסטאָרישע פּערזענלעכקייט. דער פֿילם באַזירט זיך אויף זײַנע זכרונות.
פּעטשערסקי — אַ ייִד פֿון ראָסטאָוו, וואָס קען ניט קיין ייִדיש; אַ טעכניקער, אַ ליבהאָבער פֿון מוזיק, אַן אָנפֿירער פֿון אַ טעאַטער־קרײַז. אין דעם ערשטן טאָג פֿון דער מלחמה איז פּעטשערסקי אַוועק אויפֿן פֿראָנט, האָט געדינט ווי אַ מיליטער־טעכניקער, אין פֿינעף חדשים אַרום איז ער געפֿאַנגען און געשיקט פֿאַרוואָרן אין מינסקער לאַגער און פֿון דאָרטן — קיין סאָביבאָר. דרײַ וואָכן נאָכן אָנקומען קיין סאָביבאָר האָט ער אָרגאַניזירט אַן אויפֿשטאַנד. פֿון לאַגער האָבן געמאַכט אַ פּליטה אַרום 320 ייִדן; פֿון זיי — זענען אַן ערך 250 אומגעקומען בשעת דער פּליטה אָדער ווען די דײַטשן האָבן זיי געפֿונען. דעם סוף פֿון דער מלחמה האָבן דערלעבט אַרום 55 מענטשן, בתוכם פּעטשערסקי. ער איז אַריבער איבערן פֿראָנט, מע האָט אים געמישפּט (פֿאַר ווערן געפֿאַנגען און ניט נעמען זיך דאָס לעבן) און געשיקט אינעם „שטראָף־באַטאַליאָן‟, דערנאָכדעם איבערגעפֿירט אין אַ געוויינטלעכער ראָטע.
אין 1946 האָט דער פֿאַרלאַג „דער עמעס‟ פֿאַרעפֿנטלעכט פּעטשערסקיס זכרונות אויף ייִדיש — איבערגעזעצט און רעדאַקטירט פֿון נאָטע לוריע. עטלעכע יאָרן נאָך דער מלחמה האָט מען געוואָלט באַלוינען פּעשטערסקין מיט אַן אָרדען — אָבער צוליב די אַנטיסעמיטישע פּראָצעסן (פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט, פֿון די דאָקטוירים און אַזוי ווײַטער) האָט מען דאָס אָפּגעלייגט. אין 1973 איז אַרויס מישע לעווס בוך וועגן פּעטשערסקיס מעשׂה־גבֿורה – און שוין, קיין באַלוינונג פֿון דער מלוכה האָט פּעטשערסקי בײַם לעבן ניט באַקומען. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט מען זיך אָבער אין אים „דערמאָנט‟. זײַן זון האָט מען אײַנגעהענטיקט אַן אָרדען, אין ראָסטאָוו האָט מען געשטעלט אַ דענקמאָל, זײַן נאָמען האָט מען געגעבן אַ גאַס אין ראָסטאָוו און אַ געסל אין מאָסקווע. אין 2013 האָט אַ ישׂראלדיקער היסטאָריקער און דער הויפּט פֿון דער „פּעטשערסקי־פֿונדאַציע‟, איליאַ וואַסיליעוו, אַרויסגעגעבן פּעטשערסקיס זכרונות אויף רוסיש מיט אויספֿירלעכע קאָמענטאַרן.
אינעם פֿילם געפֿינען זיך — דאָ און דאָרטן — גרײַזן אין דער געשיכטע, אָבער בדרך־כּלל האָבן די שאַפֿער פֿונעם פֿילם געשטרעבט צו היסטאָרישער פּינקטלעכקייט. ווען איך האָב זיי דערקלערט, אַז אין פֿאַרשיידענע דיאַלעקטן פֿון ייִדיש רעדט מען אַרויס קלאַנגען אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים — האָבן די פּראָדיצענטן תּיכּף געזאָגט, איך זאָל אַלץ אויסבעסערן, עס זאָל קלינגען אויטענטיש. ניט אַלץ האָבן מיר געקענט אויסבעסערן צוליב דער אַרטיקולאַציע פֿון די אַקטיאָרן, וואָס מע זעט אויפֿן עקראַן, און עטלעכע אַקטיאָרן רעדן מיט אַ רוסישן אַקצענט. די פּוילישע ייִדן רעדן אָבער פּויליש ייִדיש און אַ האָלענדישער ייִד רעדט בכּיוון אַנדערש. די פּראָדוצענטן האָבן אַפֿילו געפֿונען אין מאָסקווע אַ רבֿ, וואָס קען זאָגן קדיש דווקא מיטן פּויליש־ייִדישן אַרויסרייד.
דער פֿילם איז זייער אַ טײַערער, מיט אַן אויסגעצייכנטער טעכנישער באַזע — און מיט אַ גרויסן אויפֿמערק צו פּרטים. צוליב דעם פֿילם האָט מען אויפֿגעבויט אין ליטע אַ גאַנצן לאַגער — מיט באַראַקן, הויפֿן, אײַזנבאַן־ליניעס און גאַזקאַמערן. אַלע פּיטשעווקעס — לויט די צייכנס פֿונעם לאַגער, וואָס מע האָט געפֿונען, לויט אַרכעאָלאָגישע רמזים און פּעטשערסקיס זכרונות. די סיפּור־המעשׂה שטימט מיט דער געשיכטע פֿונעם אופֿשטאַנד, דאָס רובֿ העלדן — אויך. אַ סך קליינע דעטאַלן און עפּיזאָדן זענען גענומען פֿון פּעטשערסקיס בוך.
די אַקטיאָרן זענען פֿון אַמעריקע, ענגלאַנד, שוועדן, פּוילן, ליטע און רוסלאַנד. בתוכם זייער באַרימטע: למשל, דעם קאָמענדאַנט פֿונעם לאַגער, קאַרל פֿרענצל, שפּילט דער פֿראַנצייזיש־אַמעריקאַנער אַקטיאָר קריסטאָפֿער לאַמבערט, וואָס האָט אַ מאָל געשפּילט טאַרזאַנען – און שפּעטער קאָנאָר מאַקלאַוד אינעם פֿילם „הײַלענדער‟.
נאָכן פֿילמירן האָט מען לאַנג באַאַרבעט דעם מאַטעריאַל, אַרײַנגעבראַכט גראַפֿישע קאָמפּיוטער־עפֿעקטן און טײַערע טעכנישע אַרבעט. מע האָט עטלעכע מאָל געבראַכט קיין מאָסקווע די אַקיטאָרן, זיי זאָלן אויפֿסנײַ רעקאָרדירן זייערע ווערטער — אויף פּויליש, אויף דײַטש און אויף ייִדיש. מע האָט אויך געמאַכט אַ „סאַונד־דיזײַן‟: אַחוץ מוזיק, האָט מען געמאַכט גאַנצענע קאָמפּאָזיציעס פֿון שטייגער־קלאַנגען, זיי זאָלן איבערגעבן די שטימונג פֿון פּערסאָנאַזשן און דעם כאַראַקטער פֿון סיטואַציעס.
דער פֿילם האָט אַ קאָמפּליצירטן גורל: דעם סצענאַר האָט מען עטלעכע מאָל איבערגעשריבן, און צום סוף האָט זיך געביטן אויך דער רעזשיסאָר: זײַן אָרט האָט פֿאַרנומען קאָנסטאַנטין כאַבענסקי — וואָס שפּילט אויך די הויפּטראָלע.
כאַבענסקי איז איינער פֿון די באַרימטסטע אַקטיאָרן אין הײַנטיקן רוסלאַנד. ער שפּילט פֿאַרשיידענע ראָלעס אין טעאַטער, האָט געשפּילט אין אַקציעפֿילמען וועגן דער רוסלענדישער מיליציע, וואָס זענען געוואָרן ביז גאָר פּאָפּולער אין רוסלאַנד; אין רוסישע היסטאָרישע פֿילמען — און אין אַ פּאָר פֿילמען אין האָליוווּד. אָבער דעם אמתן אָפּשוי רופֿט אַרויס אַן אַנדער טייל פֿון זײַן טעטיקייט: ער פֿירט אָן מיט אַ פֿונדאַציע, וואָס העלפֿט קינדער, קראַנקע אויף ראַק פֿון קאָפּ־מוח (פֿון דער דאָזיקער קראַנקייט איז ניפֿטר געוואָרן זײַן ערשטע פֿרוי). 5% פֿונעם פּרײַז פֿון יעדן בילעט אויפֿן פֿילם „סאָביבאָר‟ וועלן איבערגעגעבן ווערן צו דער פֿונדאַציע.
כאַבענסקי ווייסט וועגן דעם טויט מער, ווי דאָס רובֿ אַנדערע מענטשן. זײַן נײַער פֿילם קאָנצענטרירט זיך אויך אויף דער טעמע פֿון טויט. „מע וואַרפֿט אונדז פֿאָר‟ — האָט ער געזאָגט אין איינעם פֿון זײַנע אינטערוויוען — „אַז אין אונדזער פֿילם שטאַרבן די דײַטשע אָפֿיצירן אַזוי מיאוס. אָבער דער טויט איז בכלל ניט שיין און ער קען ניט זײַן שיין…‟
אין „סאָביבאָר‟ ווערט געוויזן אַ סך בעסטיאַלישקייט און רציחה — כאָטש דאָס איז ניט די הויפּטטעמע. די נאַציס ווערן געוויזן ווי מאַניאַקאַלע רוצחים, און דער הויכפּונקט פֿונעם פֿילם איז זייער „שׂימחה‟: זיי שיכּורן זיך אָן — און שמײַסן, שיסן, פֿאַרברענען מענטשן לעבעדיקערהייט, שרײַענדיק וועגן דזשאָן דעם באַפּטיסט…
פֿון דער אַנדערער זײַט, איז דער פֿילם אַ פּרוּוו צו פֿאַרשטיין די נאַציס. צו באַשרײַבן די מעכאַניזמען, וואָס זיי ניצן, כּדי צו באַשיצן זיך אַליין פֿון דעם, וואָס קומט פֿאָר (מע שיכּורט זיך אָן, מען קלאָגט זיך אויף דעם אָרעמען לעבן פֿאַר דער מלחמה, מע גרייט צו אַ פֿאָטאָ־אויסשטעלונג…) דער קאָמענדאַנט פֿרענצל דערקלערט אַלץ מיט אַ פּערזענלעכער דראַמע. זײַן ערשטע ליבע איז געווען אַ ייִדישקע, זיי האָבן ליב געהאַט איינער דעם אַנדערן — אָבער זײַן טאַטע, אַן אַנטיסעמיט, איז געווען קעגן זייער ראָמאַן. זיי זענען זיך צעגאַנגען, זי איז אַוועק קיין אַמעריקע, ער איז געבליבן אין אייראָפּע — און הרגעט ייִדן. און ווער איז שולדיק? „שולדיק איז מײַן טאַטע!‟ — שרײַט ער צו סעלמען, וואָס געפֿעלט אים.
חיימען שמײַסט כּסדר איינער אַן אָפֿיציר, רופֿנדיק אים מיטן נאָמען. די שטענדיקע פּײַניקונג פֿאַרוואַנדלט זיך כּמעט אין אַ מין פּײַנלעכער פֿאַרבינדונג צווישן זיי — ווי אין אָרוועלס ראָמאַן „1984‟, אין וועלכן אַזאַ מאָדנע פֿאַרבינדונג אַנטשטייט צווישן ווינסטאָן סמיט און אָ’ברײַען, וואָס מאַטערט אים.
פֿאַר וואָס? צוליב וואָס? וואָס פֿאַר אַ פּסיכאָלאָגישע מעכאַניזמען דאַרף מען אויסטראַכטן? די נאַציס האָבן פּשוט ניט באַטראַכט די ייִדן ווי מענטשן, נאָר ווי שעדלעכע חיות, ווי לאַגער־שטויב. זיי האָבן ניט געדאַרפֿט זיך באַשיצן פֿון דעם, וואָס זיי טוען. פֿאַרשיידענע סאַדיסטישע פּײַניקונגען האָבן זיי אוודאי אויסגעטראַכט, אָבער זיי זענען געווען גאָר אומפּערזענלעך. קיין לאַנגע אינדיווידועלע פֿאַרבינדונג צווישן אַ פּײַניקער און זײַן קרבן (וואָס ער רופֿט מיטן נאָמען — חיים) האָט ניט געקענט זײַן.
און אָט איז נאָך אַ באַווײַז פֿון דער זעלביקער מאָדנער מחשבֿה: אויפֿן אַפֿיש שטייען די נעמען פֿון צוויי אַקטיאָרן: כאַבענסקי און לאַמבערט. דאָס הייסט, די צוויי הויפּטראָלעס זענען פּעטשערסקי און דער קאָמענדאַנט פֿונעם לאַגער. אַ ייִד און אַ נאַצי — ווי אינעם פֿילם „דער פּיאַניסט‟. דאָ אָבער האָט דער נאַצי קיינעם ניט געראַטעוועט און ניט געטאָן קיין מענטשלעכע מעשׂים — נאָר דערציילט וועגן זײַן אייגענער דראַמע. די מחברים פֿונעם פֿילם האָבן געשטעלט אויף איין ברעט אַ ייִד און אַ נאַצישן אָפֿיציר — און די העלדן גופא מיינען אויך, אַז זיי זענען צוויי פּערזענלעכע שׂונאים, און אַז זיי זענען גלײַך: די ביידע זענען אָנפֿירערס, מענטשלעכע און שטאַרקע. זיי בײַטן זיך מיט שווערע בליקן, ווי פֿריִער — די שיינע ייִדישע פֿרוי און דער נאַצישער אָפֿיציר־פֿאָטאָגראַף. די ביידע רופֿן איינער דעם אַנדערן אַרויס אויף אַ מין שטילן דועל. עטלעכע מאָל היט דער קאָמענדאַנט דאָס לעבן פּעטשערסקין — אַ פּנים, כּדי עס זאָל זײַן מעגלעך צו קאָנקורירן ווײַטער.
אַן אַנדער מחשבֿה פֿון די מחברים שײַנט ווייניקער אַבסורדיש, אָבער איז אויך מאָדנע ביז גאָר. ווען דער אויפֿשטאַנד הייבט זיך שוין אָן און פּעטשערסקיס מענטשן הרגענען די אָפֿיצירן איינעם נאָך אַן אַנדערן, מאַטערן זיך די קאַצעטניקעס: „איך האָב דערהרגעט אַ מענטש‟. כאָטש עס גלוסט זיך צו גלייבן אין דער איידלקייט פֿון די געליטענע, איז דאָס זייער ווײַט פֿון היסטאָרישקייט: אין אַ סך זכרונות פֿון די לעבן געבליבענע שרײַבן זיי, אַז די ייִדן האָבן אויך באַטראַכט די דײַטשן ווי „זיי‟ — אַ מאַסע מיט איין פּנים. און ווען עס איז געווען אַ מעגלעכקייט צו הרגענען איינעם אַזעלכן — האָבן זיי זי תּיכּף געניצט, אָן איבערצוקלערן, אָן מאָראַלישע מאַטערנישן.
פֿון וואַנען איז געקומען אַזאַ געשטאַלט? פֿון סאָוועטישע ביכער און פֿילמען וועגן דער מלחמה. די איידעלע סאָוועטישע בירגער באַשיצן זייער היימלאַנד, הרגענען ניט אומזיסט און זענען הומאַניסטן. זיי זענען תּמיד אָנגעפֿירט פֿון אַ קאָמאַנדיר, וואָס קען אַלע פּיטשעווקעס פֿון מיליטער־וויסנשאַפֿט. אָט אַזאַ האָט מען אויך געמאַכט אינעם פֿילם אַלכּסנדר פּעטשערסקין. ער איז ניט קיין טעכניקער אָדער פּראָפֿעסיאָנעלער זינגער, נאָר אַ „קאָמאַנדיר מיט אַ שלאַכט־דערפֿאַרונג‟, ווי עס רופֿט אים אַ פּויליש־ייִדישער קאַצעטניק לעאָן פֿעלדהענדלער. עטלעכע טעג זאָגט פּעטשערסקי זיך אָפּ צו שטעלן זיך בראש פֿונעם אויפֿשטאַנד — און ערשט אין סאַמע סוף נעמט ער אָן די אָנפֿירונג, פּלאַנירט די אָפּעראַציע ביז צו די קלענסטע פּרטים, צײַגט אַלעמען איבער, אַז מע טאָר קיינעם ניט איבערלאָזן אין דעם לאַגער — און איז מצליח. ווי אַלע סאָוועטישע קינאָ־אָפֿיצירן, אַרבעט ער ניט — נאָר האַלט אין איין פּלאַנירן די אָפּעראַציע.
לעאָן פֿעלדהענדלער, אַ געוועזענער דירעקטאָר פֿון אַ מאַרק, האָט געפּרוּווט צו אָרגאַניזירן אַן אונטערערדישע אָרגאַניזאַציע — אָבער עס האָט זיך ניט באַקומען.
— ווי אַזוי איז עס דיר געלונגען צו פֿירן אַלעמען נאָך דיר? — פֿרעגט ער פּעטשערסקין. — וואָס אַזוינס האָסטו אויפֿן האַרצן?
— אויפֿן האַרצן האָט ער, — ענטפֿערט אַן אַנדער סאָוועטישער ייִד, — דעם חבֿר סטאַלין. ווי מיר אַלע, — און רוקט לעאָנען אַ היטל איבערן פּנים.
כאַבענסקי האַלט אַז מע דאַרף באַטראַכטן די ווערטער ווי איראָנישע.
צי דער זאַץ איז איראָניש, צי נישט — זעט מען אינעם פֿילם אַ שאַרפֿן קאָנטראַסט צווישן די פּוילישע און סאָוועטישע ייִדן. „איך האָב געזען זייער פּוילישע אונטערערד, — זאָגט פּעטשערסקי צו אַ חבֿר. — מע טרייסלט זיך און דאַוונט בלויז‟. די פּוילישע ייִדן טרייסלען זיך און דאַוונען, זיי קענען זיך ניט אָרגאַניזירן, זענען ניט מצליח צו באַשיצן זייערע פֿרויען, נעמען אָן נאַציסטישע כּללים פֿון דער שפּיל, לײַדן די ברוטאַלע פּײַניקונגען און וואַרטן, ביז מע וועט זיי באַפֿרײַען. אפֿילו ווען מען האַלט שוין אין מאַכן אַ ויברח, דערזעען די פּוילישע ייִדן דעם פֿאַרוווּנדעטן קאָמענדאַנט – און נעמען פֿאַר אים אַראָפּ די היטלעך. די סאָוועטישע ייִדן, פֿון דער אַנדערער זײַט, זענען העלדיש און שטאָלץ, זיי שטעלן זיך קעגן די נאַציסטישע אָפֿיצירן און אָרגאַניזירן אַ געראָטענעם אויפֿשטאַנד. זיי האָבן ניט קיין מאָראַלישע פּײַניקונגען, ווען זיי צעשפּאַלטן דעם נאַצי דעם קאָפּ מיט אַ האַמער.
מײַן קאָלעגע וואַלערי דימשיץ זאָגט, אַז צוליב דעם דווקא האָט פּוטין (און נאָך אים — די גאַנצע רוסלענדישע פּראָפּאַגאַנדע) ליב ייִדן און ישׂראל: זיי זענען תּמיד גרייט צו שלאָגן יעדערן אַגרעסאָר — און האַלטן אין איין שלאָגן זייערע אַראַבישע שכנים. צי איז דאָס אַן אמת בילד צי נישט — דווקא די בראַוווּר פֿון אַ הויף־כוליגאַן שאַצט פּוטין מער פֿון אַלץ. די העלדישע פֿיגור פֿון דער מלחמה איז דווקא דער וואָס קען צעשפּאַלטן אַ נאַצי אַ קאָפּ מיט אַ האַמער און ניט דער, וואָס האָט מורא און דאַוונט.
די לעצטע סצענע פֿונעם פֿילם דערמאָנט דעם פֿינאַל פֿון „שינדלערס רשימה‟: אַ גרויס ברייט פֿעלד — און עס לויפֿט דער באַפֿרײַטער שלמה, אַ יונגער גאָלדשמיט, וואָס האָט פֿאַרלוירן די גאַנצע משפּחה. ניט די גרויסע מענגעס מענטשן, וואָס וועלן, אַ פּנים, עולה זײַן קיין ארץ־ישׂראל, נאָר איין ייִנגל, וואָס וועט אויסוואַקסן אַ קעמפֿער. די שריפֿטן אויפֿן עקראַן דערציילן זײַן ווײַטערדיקן גורל — אַ פּנים, דערהרגעט אַרום 15 נאַציס, און נאָך דער מלחמה אַוועק קיין בראַזיליע.
אַן אומאָפּנעמלעכער טייל פֿון סאָוועטישע מלחמה־פֿילמען איז די ליבע־ליניע. אין „סאָביבאָר‟ ווערט זי אַנטוויקלט מיט בלויז וווּנקען: אָט באַווײַזט זיך עפּעס אַ מיידל, אָט צערעדט זי זיך מיט פּעטשערסקין און זאָגט אים, אַז מען מוז „לײַדן און גלייבן‟, אָט ליגן זיי אַרומגענומען — און אָט מאַכט מען אַ פּליטה פֿונעם לאַגער, און כאַבענסקיס העלד קערט זיך אום צום לאַגער, געפֿינט דאָס מיידל, נעמט זי אויף די הענט — און אַנטלויפֿט צוזאַמען מיט איר (אין דער אמתן האָט ער זי פֿאַרלוירן בעת מאַכן אַ פּליטה).
אָבער די סצענע איז שטאַרק, און די אַקטיאָרן שפּילן וווּנדערלעך. און כאָטש דאָס מיידל הענגט אויף כאַבענסקין אין אַזאַ פּאָזע, אַז ס’איז פֿיזיש אוממעגלעך זי צו טראָגן, און כאָטש זי האָט אַן אַקוראַטע פֿריזור און אַ מאַניקור, און אַלע העלדן האָבן זאַטע פּנימער, אויגן פֿון זאַטע מענטשן, פּערפֿעקטע ציין און שיינע שמייכלען, — גלייבן מיר. און מיר גייען אַרויס פֿונעם זאַל מיט בלאַסע פּנימער און כּמעט אָן אָטעם.
דער פֿילם איז איבערצײַגעוודיק און פֿול מיט טאַלאַנט. טיף און שווער. זעט אים, אויב איר וועט האָבן אַ מעגלעכקייט. פֿינעף פּראָצענט פֿונעם פּרײַז פֿון יעדן בילעט וועלן העלפֿן די קינדער, קראַנקע אויף ראַק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.