װאָס פֿאַר אַ שײַכות האָט דער רוסישער צאַר אַלעקסאַנדער דער צװײטער (1818 - 1881) צום „פֿאָרװערטס‟? זײַן מאָרד אין 1881 האָט גורם געװען פּאָגראָמען און לעגאַלע גזירות אױף רוסישע ייִדן און אַרױסגערופֿן די ערשטע כװאַליע פֿון דער ייִדישער אימיגראַציע פֿון רוסלאַנד קײן אַמעריקע. די דאָזיקע אימיגראַנטן האָבן שטאַרק באַװירקט דעם אַמעריקאַנער ייִדישן ייִשובֿ. צװישן זײ איז געװען אַבֿרהם כּהן, שפּעטער באַקאַנט ווי אַב. קאַהאַן, דער באַרימטער לאַנג–יעריקער רעדאַקטאָר פֿונעם „פֿאָרװערטס‟.
אָבער ניט נאָר אַלעקסאַנדערס טראַגישער טױט פֿון אַ טעראָריסטישן אַטענטאַט איז געװען װיכטיק פֿאַר דער ייִדישער געשיכטע. אין רוסלאַנד איז ער באַרימט געװאָרן װי „דער באַפֿרײַער־צאַר‟ צוליב זײַן פּאָליטיק, װאָס האָט באַפֿרײַט די לײַבקנעכט — די פּױערים װאָס זײנען געװען צוגעבונדן צו פּריצישע מאַיאָנטקעס. די ליבעראַלע רעפֿאָרמען וואָס ער האָט דורכגעפֿירט אין די 1860ער יאָרן האָבן גרינגער געמאַכט דעם מצבֿ פֿון די ייִדן אױכעט. ער האָט אָפּגעשאַפֿן די „רעקרוטשינע‟, דאָס 25־יאָריקע מיליטערישע דינסט, און פֿאַרװערט צו כאַפּן ייִדישע קינדער פֿאַר זעלנער. ער האָט אױך דערלױבט געװיסע גרופּעס ייִדן — פֿאַרמעגלעכע סוחרים, ייִדן מיט העכערער בילדונג און אויסגעשולטע בעל־מלאכות — זיך צו באַזעצן אין רוסישע שטעט מחוץ דעם תּחום־המושבֿ, װי אױך דערמוטיקט ייִדישע יוגנט צו שטודירן אין רוסישע שולן. דער היסטאָריקער בנימין נתנס רופֿט די דאָזיקע פּאָליטיק „סעלעקטיװע אינטעגראַציע‟.
אַלעקסאַנדער דעם צװײטנס יורש, דער צאַר אַלעקסאַנדער דער דריטער, איז געװען דערשראָקן פֿון זײַן פֿאָטערס מאָרד. ער האָט געהאַלטן פֿאַר אַ טעות די ליבעראַלע פּאָליטיק, װאָס איז, לױט זײַן דעה, געװען צו טאָלעראַנט צו כּלערלײ רעװאָלוציאָנערע באַװעגונגען. און שולדיק אין דעם זײַנען געװען ניט נאָר די רעװאָלוציאָנערן, נאָר אױך ייִדן, װאָס האָבן געהאַט אַ שעדלעכע װירקונג אױף דעם רוסישן עמך. אַ כװאַליע פֿון פּאָגראָמען, װאָס האָבן אױסגעבראָכן אין די דרומדיקע פּראָװינצן פֿון דער רוסישער אימפּעריע (הײַנטיקע אוקראַיִנע) האָבן באַפֿעסטיקט דעם נײַעם צאַר אין זײַן גלױבן. זײַן רעגירונג האָט ניט אָרגאַניזירט די פּאָגראָמען, אָבער זי האָט זײ דערלויבט; אַזױ האַלטן די הײַנטיקע היסטאָריקער. דער צװעק פֿון דער נײַער פּאָליטיק איז געװען צו האַלטן ייִדן װאָס װײַטער פֿון דער רוסישער באַפֿעלקערונג. מען האָט זיי אַרױסגעטריבן פֿון דערפֿער, ניט געלאָזט זײ אין רוסישע שולן און אוניװערסיטעטן און זיי ניט דערלױבט צו זיך באַזעצן מחוץ דעם „תּחום‟. די רעגירונג האָט אָבער ניט געשטערט די ייִדישע עמיגראַציע.
די ליבעראַלע תּקופֿה פֿון אַלעקסאַנדער דעם צװײטן האָט טאַקע איבערגעלאָזט װיכטיקע שפּורן בײַ די רוסישע ייִדן. זײַנע רעפֿאָרמען האָבן איבערגעמאַכט די ראַבינער–סעמינאַרן אין װילנע און זשיטאָמיר. די לערן־פּראָגראַם איז געװאָרן מער רוסיש־געשטימט, און די גראַדואַנטן האָבן באַקומען דערלויבעניש צו שטודירן אין רוסישע אוניװערסיטעטן. אַזױ אַרום האָט זיך געשאַפֿן דער ערשטער דור פֿון דער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ: יוריסטן, װיסנשאַפֿטלער און זשורנאַליסטן, װאָס האָבן פֿאַרטײדיקט ייִדישע אינטערעסן פֿאַר דער רוסישער געזעלשאַפֿט. אין 1873 זײַנען די ראַבינער־סעמינאַרן מגולגל געװאָרן אין לערער–סעמינאַרן צוצוגרײטן פּעדאַגאָגישע קאַדרען פֿאַר רוסיש־ייִדישע שולן. צװישן די תּלמידים פֿונעם װילנער סעמינאַר איז געװען אַב. קאַהאַן. דעמאָלט האָט ער זיך אָנגעזאַפּט מיט דער רוסישער ליטעראַטור, װאָס האָט אױסגעפֿורעמט זײַן ליטעראַרישן געשמאַק און באַװירקט זײַן װעלטבאַנעם.
אַב. קאַהאַן איז װײַט ניט געװען דער אײנציקער פּראָדוקט פֿון יענער ליבעראַלער תּקופֿה. צו דעם דאָזיקן דור געהערן אױך שלום–עליכם, ש. אַנ–סקי, שמעון דובנאָװ, יעקבֿ גאָרדין, אחד־העם און נאָך אַ סך אַנדערע ייִדישע ליטעראַטן, דענקער און כּלל-טוער. יעדער אײנער פֿון זײ האָט אַזױ אָדער אַנדערש יונגערהײט גענאָסן פֿון דער נײַער אַטמאָספֿער פֿון פֿרײַהײט און האָפֿענונג, װאָס האָט דערמעגלעכט דעם צוטריט צו דער גרעסערער װעלט.
די פּאָליטיק פֿון אַלעקסאַנדער דעם צװײטן לגבי ייִדן איז געװען אַ טײל פֿון זײַן ברײטערער נאַציאָנאַלער פּאָליטיק. ער איז געװען אַ ליבעראַלער נאַציאָנאַליסט, און זײַן כּװנה איז געװען צו פֿאַרשפּרײטן די רוסישע שליטה איבער אַלע ראַנדן פֿון זײַן אימפּעריע. אָבער אינעם מערבֿדיקן קאַנט האָט ער געהאַט אַ װיכטיקן שׂונא, די פּאָליאַקן. ניט געקוקט אױף זײַן ליבעראַליזם, האָט אַלעקסאַנדער רוצחיש דערשטיקט דעם פּױלישן אױפֿשטאַנד אין 1863 - 1864. אין זײַן קאַמף קעגן די פּאָליאַקן האָט ער זיך גענײטיקט אין דער שטיצע פֿון די ייִדן, בפֿרט אין דער ליטע. און דערפֿאַר טאַקע האָט די רוסישע רעגירונג אַקטיװ געשטיצט ייִדישע אַסימילאַציע.
אין די 1860ער - 1870ער יאָרן איז דװקא װילנע געװאָרן אַ װיכטיקער צענטער פֿון דער רוסיש־ייִדישער קולטור. דאָ האָט געװױנט אײנער פֿון די ערשטע רוסיש־ייִדישע שרײַבער, לעװ לעװאַנדע, װעלכער האָט באַקומען די פּאָזיציע פֿון עצה־געבער פֿאַר ייִדישע ענינים בײַם װילנער גענעראַל־גובערנאַטאָר. אין װילנע האָט מען געדרוקט די ערשטע רוסישע איבערזעצונגען פֿון חומש און סידור און שפּעטער, װען װילנע איז געװאָרן אַ צענטער פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור, איז די רוסישע קולטור־ירושה ניט פֿאַרגעסן געװאָרן. די השפּעה פֿון דער רוסישער ליטעראַטור, למשל, קען מען בולט זען בײַ די װערק פֿון שמואל ניגער, זלמן רײזען און אַנדערע „ליטװאַקעס‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.