אַ שרײַבער מוז זײַן אינטערעסאַנט. נישט דער פּראָזע־סטיל, די אימזאַשן אָדער די פּאַרשױנען בין איך אױסן, כאָטש די זאַכן זײַנען אױך װיכטיק. אַז מע פֿאַרטיפֿט זיך אין אַ דערצײלונג, צי אין אַ ראָמאַן, ווערט מען איבערגעפֿירט אין אַנדערע װעלטן, מענטשן און סבֿיבֿות װאָס ס׳װאָלט נישט אױסגעקומען זיך צו באַקענען מיט זײ אין טאָג־טעגלעכן לעבן.
מיט דעם װיל איך זאָגן אַז קאָלאָריט איז װיכטיק אין דער ליטעראַטור, נישט צוליב „עסקאַפּיזם‟, נאָר צוליב מענטשלעכער פֿאַרשידן־מיניקײט. מע מישט די זײַטן װײַל מע קען נישט פֿאָרױסזאָגן װאָס ס׳װעט געשען, אַזױ װי בײַ אַ שׂימחה װוּ מע טרעפֿט זיך מיט אינטערעסאַנטע נײַע חבֿרים.
אין זײַן זאַמלונג דערצײלונגען „דער סוד פֿון װײַסע בערן“, באַקענט בערל קאָטלערמאַן דעם לײענער מיט אַ רײ צײַטן, ערטער, און טיפּן. עס קען זײַן אַז דער פֿאָרװערטס־לײענער האָט ערגעץ װוּ שױן געלײענט װעגן קאָטלערמאַנס אַקאַדעמישער פֿאָרשונג װעגן ייִדן אין אַזיע און װײַטן מזרח. אױך באַװוּסט איז זײַן ייִחוס װי אַ בירעביזשאַנער ייִד. דאָס גיט צו אַ קאָלירפֿולע פּאַליטרע צו קאָטלערמאַנס מעשׂיות, אַנשטאָט בלויז אַ געפֿיל פֿון עקזאָטישקייט.
ס׳איז כּדאַי אױסצורעכענען עטלעכע בײַשפּילן, אָן צו פֿאַרשטערן די פֿרישקײט מיט נישט־געבעטענע „ספּױלערס“. די שטאָט ראָטענבורג, פֿול מיט אַ מיטל-עלטערלעכן חן, שטעלט פֿאָר אַ זײַט פֿון דער װײַטער געשיכטע אין דער דערצײלונג „די ראָמאַנטישע שטראַסע.“ די דערצײלונג, נאָך װעלכער ס׳װערט באַצײכנט דער גאַנצער באַנד, גיט זיך אָפּ מיטן לעבן פֿון דעם „קאַנאַדישן־אַמעריקאַנישן עטנאָגראַף און פֿאָרשער פֿון אַרקטיק —װיליאַמור סטעפֿאַנסאָן“, װאָס האָט צװ״אַ זיך פֿאַרנומען מיט די דעלפֿינען פֿון יענעם ראַיאָן. (כ׳האָב אַ חשד אַז יענע פֿיגור האָט דער מחבֿר אַלײן אױסגעזױגן פֿון פֿינגער, נאָר אַזאַ כּלומרשטער פּאַרשוין איז צו טשיקאַווע, מע זאָל גיין נאָכקוקן צי ער האָט טאַקע עקזיסטירט.)
אין „יבֿרכך וישמרך“ באַשרײַבט דער מחבר, מיט אַן אָרנטלעכער סענסיטיװקײט, אַ הײַנטיקן זקן וואָס דערמאָנט זיך אין אַ גרױליקן אומגליק פֿון די קינדעריאָרן. אַן אַנדער דערציילונג, „נעילה,“ קומט פֿאָר אין אַ דירה, און אין אַ היסטאָרישער צײַט, װי די דאָרטיקע ייִדן װערן אַלץ שיטערער.
די אַלע נאָוועלעס האָבן אַ סטיל וואָס שרעקט זיך נישט פֿאַר האַרבע באַגריפֿן אָדער שווערע ווערטער, לאָקאַליזמען אויף רוסיש אָדער היסטאָרישע, פֿאַרעלטערטע טערמינען. די פֿאַרשידנמיניקייט גיט צו קאָלאָריט און פּיקאַנטקייט. מע זעט, אַז דעם מחבר ציט צו טראַגישע און פֿאַרגעסענע טיפּן, באַזונדערש מענער, אין צײַטן און ערטער וווּ אַלץ גייט מיט דער פּוטער אַראָפּ.
דער צװײטער אָפּטײל איז אָבער נאָך מער אײגנאַרטיק. איך האָב מורא אַז איך בין דװקא אױף דעם נישט דער ריכטיקער רעצענזענט. פֿאַר װאָס? װײַל דער צװײטער טײל איז אַ קוים מאַסקירטע נאָװעלע װעגן אַ שפּראַך „קױדערװעלש“ און די מאָדנע פּאַרשױנען װאָס באַפֿעלקערן אַ הױז װאָס שטיצט יענע שפּראַך און קולטור. יעדער ליבהאָבער פֿון ייִדיש װעט מסתּמא דערקענען די העלדן און אַנטי־העלדן װאָס װערן אָפּגעמאָלט, דאָ מיט אַ בײַסיקן הומאָר, דאָרט מיט אַ געװיסער ליבהאַרציקײט.
די אױססדרונג פֿון דעם באַנד בעט זיך, מע זאָל פֿאַרגלײַכן די צװײ אָפּטײלן: אינעם ערשטן טײל — די היסטאָרישע סצענעס פֿון צעפֿאַלן זיך, אומגליק און פּאָרגראָמען; און, להבֿדיל, אינעם צװײטן: די מאָדנע ישׂראל־פֿעסטונג פֿון „קױדערװעלש“. אַזאַ באַװוּסטזײַן פֿון די קאָמישע אַספּעקטן, און די טראַגישע אױך, פֿון אונדזער הײַנטיקן מצבֿ איז אַ מעלה פֿון קאָטלערמאַנס שרײַבסטיל און געדאַנקען־גאַנג. קײן סענטימענטאַליסט איז ער נישט, און קײן בעל־חלומות אויך נישט. אַ בעל־קאָשמאַרן און בעל־סאַטירע? דאָס אפֿשר יאָ.
אַ צאָל היסטאָריקערס האָבן מיט רעכט אַװעקגעמאַכט מיט דער האַנט אַ „לאַכרימאָזע“ (איבערטראַגישע) שילדערונג פֿון דער ייִדישער געשיכטע. דאָס בוך איז אַוודאי בעלעסטריסטיק, נישט געשיכטע, נאָר מע קען שטעלן די פֿראַגע, װי אַזױ זאָל מען פֿאַרשטײן אַ װערק װאָס צילעװעט אַ כּמעט דורכױס טונקעלן בליק אױף דער ייִדישער װעלט?
פֿון מײַנעט װעגן איז אַ מחיה צו קוקן אַזאַ װעלט גלײַך אין פּנים אַרײַן מיט דער הילף פֿון אַ קלאָרן, פֿײַן־געשליפֿענעם שפּאַקטיװ װאָס בערל קאָטלערמאַן האָט אױסגעמײַסטרעװעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.