אין די 1980ער יאָרן האָב איך אָרגאַניזירט אַ קאָנצערט מיט אַ קראָאַטישן גאַסט-קאָמפּאָזיטאָר, מילקאָ קעלעמען, וואָס האָט שפּעטער זיך באַזעצט אין דײַטשלאַנד.
דאָס איז געווען דער ערשטער באַזוך אין ישׂראל פֿון דעם באַרימטן אייראָפּעיִשן אַוואַנגאַרד-קאָמפּאָזיטאָר. בין איך געפֿאָרן אין פֿליפֿעלד אים אויפֿצונעמען. כ’האָב געהאַט זײַנס אַ פֿאָטאָ און דעריבער איז מיר לײַכט געווען אים צו דערקענען, ווען ער איז אַרויס מיט זײַן טשעמאָדאַן. ס’איז אַזאַ רעפֿלעקס. איינער דערקענט דעם צווייטן און באַלד שליסט דעם צווייטנס שמייכל אָן אַ באַקאַנטשאַפֿט. קוים האָבן מיר זיך באַגריסט און באַלד מיט גרויס באַוווּנדערונג האָט ער אָנגעוויזן אויף די יונגע חסידימלעך מיט וועלכע ער האָט זיך אַקאָרשט אָנגעטראָפֿן. זאָגט ער מיר שטאַרק איבערגענומען:
„ס’דערמאָנט מיך אין יענע ייִדן אין שוואַרצע קאַפּאָטעס און שטרײַמלעך וועלכע כ’האָב געזען נאָך פֿאַרן צווייטן וועלטקריג…‟
האָב איך גלײַך דערפֿילט זײַן הויכע סענסיטיווקייט. ער איז ניט געווען קיין ייִד, נאָר אַ ייִדיש האַרץ האָט ער יאָ געהאַט. כ’האָב זיך מסתּמא פֿאָרגעשטעלט, אַז אין פֿאַרלויף פֿון צענדליקער יאָרן האָט ער פֿרומע ייִדן ניט געזען, איז ער דעריבער געווען אַזוי איבערגענומען.
מיר זענען געפֿאָרן צו זײַן האָטעל אין תּל-אָבֿיבֿ און צומאָרגנס האָבן זיך אָנגעהויבן די פּראָבעס צום קאָנצערט געווידמעט קעלעמענס שאַפֿונגען. אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן מײַן ראָמאַן מיט קראָאַטיע, וואָס ציט זיך ביזן הײַנטיקן טאָג, דורך קולטורעל-מוזיקאַלישע אויסטוישן צווישן ביידע לענדער.
אָנהייב אַפּריל 2018 בין איך מיט מײַן ווײַב חנה פֿאַרבעטן געוואָרן צו אַ קאָנפֿערענץ אונטערן קעפּל „קונסט, פֿאַרמעסטן און אַחריות‟ וואָס איז פֿאָרגעקומען אין זאַפּרעסיטש, אַ צפֿונדיק שטעטל לעבן דער הויפּטשטאָט זאַגרעב. עס האָבן זיך אין איר באַטייליקט קינסטלער, סאָציאַלע אַקטיוויסטן און אַקאַדעמיקער פֿון קראָאַטיע און פֿון אַנדערע לענדער. דער פֿאַקט וואָס די אָנטיילנעמערס זענען געווען פֿון פֿאַרשידענע געביטן ווי קונסט און וויסנשאַפֿט איז געווען אַ סימן, אַז די איניציאַטאָרן פֿון צוזאַמענטרעף האָבן דאָס געטאָן מיט אַן אינטעגראַטיוון צוגאַנג און אַ וויזיע, אַז אַזאַ צוזאַמענטרעף און דיאַלאָג קאָן זײַן רעלעוואַנט פֿאַר דער הײַנטיקער אייראָפּעיִשער געזעלשאַפֿט און אויך בכלל.
אַלע באַטייליקטע זענען אײַנגעשטאַנען אין דעם „האָטעל געץ‟ וועלכער געהערט צו אַ לאָקאַלער משפּחה, און דאָס האָט אונדז דערמעגלעכט אַ פֿרײַען אויסטויש פֿון געדאַנקען און אַ פּערזענלעכע דערנענטערונג. דער הויפּט־אָרגאַניזאַטאָר איז געווען וולאַדימיר באָגדאַניטש, אַ זשורנאַליסט, פּראָדוצענט און הומאַניטאַרער אַקטיוויסט, צוזאַמען מיט ווישנאַ גאָליאַטשי, אַ שרײַבערין און דירעקטאָרין פֿון דער היגער אָפֿענער אוניווערסיטעט, וווּ עס איז פֿאָרגעקומען די קאָנפֿערענץ.
צוליב דעם וואָס וולאַדימיר באָגדאַניטש אַמטירט אויך ווי דער סעקרעטאַר פֿון אַ געזעלשאַפֿט לכּבֿוד דעם באַרימטן סערביש־אַמעריקאַנער פֿיזיקער ניקאָלאַ טעסלאַ, האָט ער אויך אײַנגעאָרדנט די עפֿענונג פֿון אַן אויסשטעלונג געווידמעט סטאַטועס פֿון טעסלאַ געשאַפֿן פֿונעם סקולפּטאָר פּעראָ יעליסיטש. טעסלאַ (געבוירן אין קראָאַטיע אין 1856, געשטאָרבן אין ניו־יאָרק אין 1943) האָט זיך קונה-שם געווען מיט זײַנע פֿאָרשונגען און דערפֿינדונגען וועלכע האָבן געהאַט פֿילצאָליקע פּראַקטישע אויסדרוקן אין מאָדערנעם לעבן. די וועלט-באַרימטע אַמעריקאַנער פֿירמע „וועסטינגהאַוס‟, למשל, האָט זיך באַניצט מיט טעסלאַס דערפֿינדונג, ווי אַזוי מע קאָן מען אַ דאַנק דעם אָנגייענדיקן עלעקטרישן שטראָם אָנהאַלטן כּסדר די טעמפּעראַטור פֿון אַ פֿרידזשידער.
טעסלאַ איז דאָרט אַזוי פּאָפּולער אַז עס זענען שוין אַפֿילו פּראָדוצירט געוואָרן אָפּערעס לכּבֿוד אים. דער טערקישער דראַמאַטורג טאַריק גינערסעל האָט שוין געשאַפֿן אַ נײַעם ליברעטאָ פֿאַר אַזאַ צוקונפֿטיקער אָפּערע.
אויף דער קאָנפֿערענץ זענען געווען אַ צאָל אינטערעסאַנטע רעדעס. דער וויסנשאַפֿטלער וולאַדימיר פּאַאַר (קראָאַטיע) האָט גערעדט וועגן טעסלאַס אינספּיראַציע פון נאַטור-, מוזיק- און ליטעראַטור-קוואַלן. וועסנאַ מאַטסאָן (שוועדן) האָט פֿאָרגעשטעלט איר פּעדאַגאָגישע דערפֿאַרונג ווי אַ מוזיק-לערערין. די אַדוואָקאַטין חנה גלאי האָט געשילדערט ווי אַזוי די ייִדישע שפּראַך האָט זיך אין אייראָפּע אַנטוויקלט. טאַריק גיונערסעל האָט גערעדט וועגן זיין גלאָבאַלן, הומאַניסטישן וועלטבאַנעם. דאַוואָר דאָמיאַן (פּאַריז) האָט פֿאָרגעשטעלט די טעמע פֿון אויטאָרן-רעכט אין פֿראַנקרײַך און די יורידישע מאָסמיטלען כּדי צו פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ.
אויסער דער קאָנפֿערענץ זענען די געסט אויך געפֿאָרן אָנקוקן די טוריסטישע ערטער אַרום דער זאַפּרעסיטשער געגנט. מ’האָט באַזוכט, למשל, דעם מוזיי געווידמעט דער „נאַיִווער‟ קונסט אויפן נאָמען פֿון מאַטיאַ סקוריעני. די טעמע „נאַיִווקייט‟ איז מיר נאָענט צום האַרצן. אין אונדזערע טעג באַציט מען זיך אָפֿט מיט ביטול צו אָט דעם באַגריף, בשעת עס איז דער יסוד פֿון אַ גאָר פּאָזיטיוון וועלטבאַנעם. נאַיִווקייט איז אייגנטלעך די פֿעיִקייט צו גלויבן אין דעם אַרום, אַנטפּלעקן נײַע דערשײַנונגען און אַרויסשטראַלן גוטסקייט און „בראשיתדיקייט‟. אין דעם מוזיי זענען פֿאַראַן קאָלירפֿולע, ברייט-טעמאַטישע ווערק פֿון דעם קינסטלער סקוריעני (1898־1990). די נאַיִווקייט שאַפֿט אַ ספּאָנטאַנע אינטימקייט און קרובֿהשאַפֿט צווישן קינסטלער און קונסט-געניסער. מ’קאָן אויך פֿעסטשטעלן, אַז אין אָט די ווערק איז פֿאַראַן אַ געדענקשאַפֿט צו קינדהייט-מאָטיוון, און נאָך און נאָך. נאָר די הויפּטזאַך איז גראַדע צו באַטאָנען די מאָדערנקייט און הײַנטצײַטיקייט פֿון אָט דער קונסט.
אין דער געגנט נאָווי דוואָרי האָבן מיר באַזוכט אַ שלאָס; אַ באַנײַטן שפּײַכלער וואָס מ’האָט פֿאַרוואַנדלט אין אַ מוזיי; אַ צירקולאַרע דרעשן-מאַשין; אַ נעאָ-גאָטישן קאַפּעל און די מצבֿה פֿון דער אַריסטאָקראַטישער פֿאַמיליע יעלאַטשיטש. דער היסטאָריקער אַלאַן לאַבוס, וואָס האָט זיך באַטייליקט אין דער קאָנפֿערענץ און גערעדט וועגן די פֿאַרשידענע קראָאַטישע אידענטיטעטן, האָט אונדז אויפֿגעקלערט וועגן דער געגנט.
אַ שטאַרקן רושם האָט אויף אונדז אַלעמען געמאַכט די ריזיקע סטאַטוע, בערך אַכט מעטער די הייך, פֿון מאַטיאַ גובעץ (1548 – 1573) געשאַפֿן דורכן סקולפּטאָר אַנטאָן אוגאָסטינטשיטש. די סטאַטוע פֿאַראייביקט דעם רעוואָלט וואָס גובעץ האָט געפֿירט קעגן די הערשנדיקע פֿעודאַלן. ער איז געווען מסוגל צו אָרגאַניזירן אַ פּויערים-אַרמיי, כּדי צו באַקעמפֿן די שטאַרק באַוואָפֿנטע כּוחות פֿון די פֿעודאַלן. פֿאַרן אַרויסגיין צו דער לעצטער מערכה האָט ער געהאַלטן אַ פֿלאַמיקע רעדע כּדי איבערצוצײַגן די פּויערים, אַז נאָר אַ נצחון וועט זיי ברענגען פֿרײַהייט, בשעת אַ מפּלה וועט זיי פֿאַרשאַפֿן נאָך מער נויט און יאוש. נאָך דער מפּלה האָט מען גובעצן געכאַפּט און געבראַכט קיין זאַגרעב. דעם 15טן פֿעברואַר 1573 האָט מען אים בפֿרהסיא שטאַרק געפּײַניקט און דורכגעשלעפּט זײַן קערפּער דורך די שטאָטגאַסן. גובעץ איז אין די אויגן פֿון פֿאָלק פֿאַרבליבן ווי אַ העלד און קעמפֿער קעגן שקלאַפֿערײַ.
במשך פֿון דער געראָטענער קאָנפֿערענץ האָב איך געקלערט, צי וועט אַזאַ פֿרוכטבאַרע אינטעראַקציע צווישן קינסטלערס, אינטעלעקטואַלן און וויסנשאַפֿטלער ווידער פֿאָרקומען אין קראָאַטיע, אָדער אין אַנדערע לענדער? לאָמיר אַזוי האָפֿן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.