ריזיקע סובווענצן פֿאַר ייִדיש־פֿאָרשער און קינסטלער

Generous Scholarships Available for Yiddish Academics and Artists

Wikimedia

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 17, 2018.

איינע פֿון די גרעסטע, אויב ניט די סאַמע־גרעסטע סובסידיע־פּראָגראַם פֿאַר צווײַטווײַליקע פֿאָרש־פּראָיעקטן פֿאַר ייִדישע לימודים, ווערט אָנגעפֿירט דורכן „פֿרענקל־צענטער פֿאַר יודאַיִסטיק‟ בײַם מישיגאַנער אוניווערסיטעט.

יעדעס יאָר טיילט דער צענטער אויס סובווענצן צווישן 45,000$ און 66,000$ צו 15 אַקאַדעמיקער און קינסטלער, וואָס זענען גרייט צו קומען קיין אַן־אַרבאָר אַרבעטן אויף אַ זמן. די אויסגעקליבענע סטיפּענדיאַטן אַרבעטן אַלע אויף אַקאַדעמישע פּראָיעקטן, ביכער אָדער קינסטלערישע פּראָיעקטן פֿאַרבונדן מיט אַ הויפּטטעמע. אין 2016־2017 למשל, איז די טעמע געווען „ישׂראלדיקע געשיכטעס, געזעלשאַפֿטן און קולטורן;‟ און אין 2018־2019 איז די טעמע „די ספֿרדישע אידענטיטעטן אין מיטלעלטער און דער פֿריִערדיקער מאָדערנער תּקופֿה.‟

לעצטנס האָט מען געלאָזט וויסן, אַז די טעמע פֿון 2019־2020 וועט זײַן Yiddish Matters, דאָס הייסט — טעמעס פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. אין זײַן באַשרײַבונג דערקלערט דער „פֿרענקל־צענטער,‟ אַז ער וויל ניט בלויז צוציִען אַקאַדעמיקער, נאָר אויך „שפּראַכלערער, כּלל־טוער, קינסטלער און מוזיקער.‟ כאָטש מע וועט ערשט קענען אַרײַנשיקן אַן אַפּליקאַציע אין אויגוסט, קען מען לייענען די פֿריִערדיקע אַפּליקאַציע.

דער „פֿרענקל‟־צענטער איז שוין עטלעכע יאָר איינער פֿון די גרעסטע לערן־אַנשטאַלטן פֿאַר ייִדיש־פֿאָרשונג. דער דירעקטאָר פֿונעם צענטער, ד׳׳ר דזשעפֿרי ווײַדלינגער, פֿאַרנעמט זיך מיט ייִדיש און דער קולטור פֿון די ייִדן אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. עס לערנען אויך דאָרטן ד׳׳ר מיכאל קרוטיקאָוו, ד׳׳ר דבֿורה־דאַש מאָר און ד׳׳ר חנה נאָריך. דער נײַער שפּראַכלערער פֿאַרן האַרבסט־זמן וועט זײַן דער אַקטיאָר, זינגער און שרײַבער מיכאל יאַשינסקי.