דער אָנגעזעענער אַמעריקאַנער שרײַבער פֿיליפּ ראָט, וועמען מע האָט אָפֿט באַצייכנט ווי אַ ייִדישער שרײַבער ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ער האָט אַליין אָפּגעוואָרפֿן דעם טיטל, איז דינסטיק דעם 22סטן מײַ געשטאָרבן אין אַ ניו־יאָרקער שפּיטאָל צוליב ערנסטע האַרץ־פּראָבלעמען. ער איז געווען 85 יאָר אַלט.
ראָט, וועמען סײַ די מומחים פֿון דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור, סײַ דער ברייטער עולם, האָבן באַטראַכט ווי איינער פֿון די גרעסטע, אויב ניט דער סאַמע גרעסטער אַמעריקאַנער ראָמאַניסט פֿון זײַן דור, האָט דעבוטירט אינעם „ניו־יאָרקער‟ אין די 1950ער יאָרן מיט אַ ריי דערציילונגען וועגן דעם אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן.
זײַן דערציילונג „דער פֿאַרטיידיקער פֿונעם גלויבן,‟ וואָס איז אַרויס אין 1959, האָט שטאַרק אויפֿגעבראַכט אַ סך ייִדישע לייענער צוליב זײַן שילדערונג פֿון אַ ייִדישן סאָלדאַט, וואָס מאַכט דעם אָנשטעל אַז ער איז אַ פֿרומער כּדי צו קריגן בעסערע עסן און אויסצומײַדן שווערע האָרעוואַניע. נאָך דעם וואָס אַ גרופּע סטודענטן אינעם „ישיבֿה־אוניווערסיטעט‟ האָבן ראָט שטאַרק קריטיקרט בעת זײַן אויפֿטריט דאָרטן אין 1962, האָט ער געשוואָרן, אַז ער וועט מער ניט שרײַבן וועגן קיין ייִדן, מחמת די ייִדישע לייענער קענען ניט פֿאַרטראָגן קיין קריטיק און פֿאַרשטייען ניט קיין הומאָר.
צום גליק האָט ראָט אין גיכן אָפּגעלאָזט זײַן „שבֿועה‟ און אָנגעשריבן זײַן באַרימסטן ראָמאַן „פּאָרטנויס טענה,‟ אַ גרעבלעכן מײַסטערווערק וועגן אַ ייִדישן בחור, וואָס פֿאַנטאַזירט וועגן שלאָפֿן מיט גוייִשע בלאָנדיקעס און „פֿאַרשמוציקט‟ זײַן משפּחהס געהאַקטע לעבער. כאָטש „פּאָרטנויס טענה‟ האָט סקאַנדאַליזירט דעם אַמעריקאַנער ליטעראַרישן עסטאַבלישמעט און גורם געווען אַ שטורעם אויף דער ייִדישער גאַס (ניט מער און ניט ווייניקער ווי הרבֿ גרשון שלום האָט דאָס בוך באַצייכנט ווי „ערגער פֿאַר די ייִדן ווי די ׳פּראָטאָקאָלן פֿון זקני־ציון׳), האָט עס אויף אייביק געביטן דעם אופֿן ווי אַזוי שרײַבער באַציִען זיך צו דער סעקסועליטעט.
להיפּוך צו שׂאול בעלאָ און בערנאַרד מאַלאַמוד, צפֿון־אַמעריקאַנער ייִדישע שרײַבער אויף ענגליש וואָס האָבן גוט געקענט ייִדיש און די ייִדישע ליטעראַטור, איז ראָט געווען מער אָפּגעפֿרעמדט פֿון זײַנע ליטעראַרישע פֿאָרגייער אויף מאַמע־לשון. טאַקע דערפֿאַר דוכט זיך מיר אָפֿט, אַז זײַנע ווערק וועגן דער ייִדישער אידענטיטעט וואָלטן געווען אַ סך שטאַרקער ווען ער וואָלט געהאַט געלייענט אַזעלכע שרײַבער ווי ישׂראל ראַבאָן, דוד בערגעלסאָן און אַבֿרהם רייזען. אַפֿילו „פּאָרטנויס טענה‟ וואָלט געווען אַ בעסערער ראָמאַן ווען ראָט וואָלט געהאַט פֿריִער געלייענט, אַ שטייגער, די מער סובטילע ווערק פֿון יהושע פּערלע, וווּ די סעקסועליטעט פֿון בחורים שפּילט אויך אַ וויכטיקע ראָלע.
עס קען זיך גרינג דוכטן, אַז איינע פֿון די סיבות פֿאַר וואָס ראָט האָט אַזוי אָפֿט חוזק געמאַכט פֿון טראַדיציאָנעלע ייִדן און ייִדישקייט איז ווײַל ער איז אַליין געווען אומבאַקוועם מיט דער פֿרומער וועלט. אפֿשר טאַקע דערפֿאַר זענען ראָטס געראָטנסטע ווערק ניט די, וואָס ער האָט געשריבן וועגן דער ייִדישער אידענטיטעט מיט אַמעריקאַנער אויגן, נאָר דווקא די שפּעטערע ביכער וועגן אַמעריקע געשילדערט דורך אַ ייִדישן קוקווינקל. דער באַרימטסטער צווישן זיי — American Pastoral — זאָגט עדות אויף דעם, וואָס ראָט איז במשך פֿון צענדליקער יאָרן געווען איינער פֿון די בעסטע אָבסערוואַטאָרן און אויסטײַטשערס פֿון די סתּירות, מאָראַלישע פֿעלערן און געוואַלדיקע בײַטן אינעם אַמעריקאַנער לעבן. ווי ראָט האָט געזאָגט דער „ניו־יאָרק־טײַמס‟ בעת אַן אינטערוויו אין 2012: „דאָס ענדערן זיך אויף אַ ראַדיקאַלן אופֿן איז דער הויפּט־כאַרעקטערסיטיק פֿונעם אַמעריקאַנער לעבן.‟
אין זײַנע לעצטע מײַסטערווערק אַזוי ווי American Pastoral האָט ער פֿאָקוסירט איבערהויפּט אויף די היסטאָרישע געשעענישן וואָס זענען פֿאַרלאָפֿן במשך פֿון זײַן יוגנט. אין איין גלענצנדיקן ראָמאַן „די אינטריגע קעגן אַמעריקע,‟ האָט ראָט אָבער דווקא געשריבן אַן אַלטערנאַטיווע געשיכטע, אין וועלכער ער שטעלט זיך פֿאָר ווי זײַן אייגענע משפּחה וואָלט געליטן, ווען טשאַרלס לינדבערג וואָלט געוואָרן דער פּרעזידענט פֿון אַ פֿאַשיסטישער אַמעריקע אין 1940.
אַ סך לייענער אין די לעצטע פּאָר יאָר האָבן באַמערקט, אַז דער ראָמאַן פֿאַרמאָגט עלעמענטן וואָס דערמאָנען שטאַרק אינעם אויפֿקום פֿון פּרעזידענט טראָמפּ. ווי עס טרעפֿט זיך, איז איינער פֿון די העלדן פֿונעם ראָמאַן טאַקע אַן עגאָיִסטישער בוימאַגנאַט באַזירט אויפֿן כאַריזמאַטישן ניו־יאָרקער געשעפֿטסמאַן, וואָס האָט אין 2004, דאָס זעלביקע יאָר ווי עס איז אַרויס ראָטס ראָמאַן, צום ערשטן מאָל אויפֿגעטראָטן אויף זײַן ווילד־פּאָפּולערער טעלעוויזיע־פּראָגראַם The Apprentince.
ס׳איז אַ שאָד, וואָס ראָט האָט באַשלאָסן זיך צו פּענסיאָנירן אין 2012. ס׳וואָלט געווען זייער אינטערעסאַנט צו לייענען, ווי אַזוי ער וואָלט רעאַגירט דורך זײַן שרײַבן אויף דער תּקופֿה פֿון פּרעזידענט טראָמפּ. ראָטס צוריקציִען זיך פֿון שרײַבן צו יענער צײַט האָט, צום באַדויערן, צוגענומען בײַ אונדז די געלעגנהייט צו זען ווי ראָט וואָלט רעאַגירט אויף דער metoo#-באַוועגונג. זײַן גרעסטער חסרון ווי אַ שרײַבער איז געווען דאָס, וואָס אַחוץ די העלדינעס באַזירט אויף זײַן מאַמע, האָט ער זעלטן ווען געשילדערט אַ פֿרוי אויף אַ דרך־ארצדיקן אופֿן — שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, אַז זײַנע אַ העלדין זאָל אויסזען רעאַליסטיש. אין אַ תּקופֿה ווען מע באַטראַכט מער ערנסט דעם עקלדיקן אופֿן ווי אַזוי אַ סך מענער באַציִען זיך צו פֿרויען, וועלן מער לייענער אין דער צוקונפֿט אים ניט פֿאַרגעבן פֿאַר זײַנע חטאים קעגן פֿרויען.
כאָטש ראָט איז שוין מער ניט מיט אונדז און ער האָט אויפֿגעהערט צו שרײַבן ראָמאַנען אין 2012 וועט ער ווײַטער האָבן אַ געוואַלדיקע השפּעה אויף אונדזער צײַטגײַסט, בפֿרט בעת דער טראָמפּ־תּקופֿה. לעצטנס האָט דוד סײַמאָן, דער טאַלאַנטירטסטער שאַפֿער פֿון טעלעוויזיע־פּראָגראַמען פֿון זײַן דור (The Wire [דער דראָט]; „טרעמע‟ און אַזוי ווײַטער) געלאָזט וויסן, אַז צוליב די ענלעכקייטן מיט דער טראָמפּ־תּקופֿה שאַפֿט ער אַ טעלעוויזיע־סעריע באַזירט אויף ראָטס „די אינטריגע קעגן אַמעריקע.‟ אַזוי אַרום וועט ראָטס וויזיע פֿון אַן אַמעריקע וואָס האָט קיינמאָל ניט עקסיסטירט האָבן במילא וואָס צו זאָגן וועגן אונדזער הײַנט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.