אויסשטעלונג בינדט צונויף ייִדישע און כינעזישע קולטורן אין טאָראָנטאָ

Exhibit Highlights Intersections of Jewish and Chinese Toronto

Fentster

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 23, 2018.

דער געגנט „קענסינגטאָן־מאַרקעט‟ איז לאַנגע יאָרן געווען דער צענטער פֿונעם אימיגראַנטישן ייִדישן לעבן אין טאָראָנטאָ. כאָטש עס זענען נאָך פֿאַרבליבן אַ פּאָר שילן און ייִדישע רעסטאָראַנען, אַזוי ווי אינעם ניו־יאָרקער „איסט־סײַד,‟ האָבן ס׳רובֿ ייִדן שוין פֿאַרלאָזט „קענסינגטאָן־מאַרקעט‟ מיט דורות צוריק. אויך אַזוי ווי מיטן „איסט־סײַד,‟ איז נאָך דער ייִדישער אימיגראַציע געקומען אַ ריי אַנדערע אימיגראַנטישע גרופּעס, איבערהויפּט כינעזער. הײַנט וווינען אינעם געגנט אַ געמיש פֿון כינעזישע אימיגראַנטן, היפּסטערס, און מענטשן פֿון איבער דער וועלט.

אַ ריי ייִדן אינעם געגנט האָבן לעצטנס לאַנצירט איניציאַטיוון אויפֿצוהאַלטן און באַקאַנט מאַכן דעם געגנטס ייִדישע ירושה. צווישן זיי איז די קונסט־גאַלעריע Fentster (פֿענצטער), געגרינדעט דורך דער קינסטלערין און קוראַטאָרין עוועלין טויבן, וואָס שטעלט אויס קינסטלערישע פּראָיעקטן פֿאַרבונדן מיט דער אָרטיקער ייִדישער ירושה.

אין דער גאַלעריע „פֿענצטער‟ האָט מען לעצטנס געעפֿנט אַן אינסטאַלאַציע פֿון נאָענישע ליכט, „אַן אָרט פֿאַר ערלעכער פֿאַרווײַלונג,‟ פֿון דער כינעזיש־קאַנאַדער קינסטלערין שעלי זשאַנג. דאָס ווערק איז באַזירט אויף אַן אינטערעסאַנטן היסטאָרישן פֿאַקט. ווי עס טרעפֿט זיך איז דער Standard Theatre, דער ערשטער טעאַטער אין קאַנאַדע, וואָס מע האָט ספּעציעל געבויט מיטן ציל פֿאָרצושטעלן ייִדישע פּיעסעס, שפּעטער פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ קינאָ־טעאַטער — Golden Harvest (גאָלדענע גערעטעניש), וואָס האָט זיך ספּעציאַליזירט אין כינעזישע פֿילמען, איבערהויפּט „קונגפֿו‟־פֿילמען. מיט דער אינסטאַלאַציע פֿון נעאָנישע ליכט שטעלט זשאַנג פֿאָר, ווי עס זעען אויס די אַמאָליקע מאַרקיז־שילדן פֿון די צוויי אימיגראַנטישע טעאַטערס: דער ייִדישער און דער כינעזישער.

נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: fentster.org.