פּאַסירט האָט דאָס אין דער געגנט „דעלריי‟ אין פֿלאָרידע. מע קלינגט מיר אָן אַז מע שאַפֿט אַ קלאַס פֿון מענטשן וואָס ווילן זיך דווקא לערנען ייִדיש. איך פֿריי זיך, געלויבט צו גאָט אַז עמעצער האָט זיך סוף־כּל־סוף אָפּגערופֿן. איך און מײַן זון אַבֿרהמל פּאַקן זיך אַרײַן אין זײַן אויטאָ און הײַדאַ אין וועג אַרײַן.
מיר קומען קיין דעלריי, אין אַ קליין צימערל פֿון אַ הויכער געבײַדע. זע איך אַ געפּאַקטן קלאַס מיט מיטליעריקע און אַ פּאָר עלטערע לײַט — אַ 16 פּאַרשוין. איך דערלאַנג זיי ייִדישע סחורה, איך דערצייל זיי וועגן פֿאַרשידענע ייִדישע שפּראַכן, און אַז ייִדיש איז שוין איבער טויזנט יאָר אַלט, אַז זי איז פֿול מיט חכמה און וויסן. איך צעברעקל עס אויף ייִדישער געשיכטע, די רײַכע ייִדישע ליטעראַטור, מוזיק, הומאָר. איך מאָל זיי אויס דעם אַלף־בית און איר עטימאָלאָגיע. זיי זיצן געפּלעפֿט מיט אָפֿענע מײַלער. איך דערהייב די שטימונג צו די העכסטע טענער, מיר שטייען ממש בײַ די טויערן פֿון גן־עדן, זיי זײַנען אַנטציקט און איך בין אין זיבעטן הימל. נאָך אַנדערהאַלבער שעה פֿאַלט דער פֿאָרהאַנג און איך פֿאַרלאָז דעם ייִדיש קלאַס, גליקלעך פֿון דעם וואָס מיר האָבן ערשט איבערגעלעבט און אַדורכגעמאַכט.
מיט אַ טאָג שפּעטער קלינגט דער טעלעפֿאָן. „ס׳איז נישט פֿאַר אונדז,‟ טענהט איינער פֿונעם קלאַס. „מיר ווילן נישט וויסן פֿון קיין ייִדישער געשיכטע, ליטעראַטור, קולטור, מיר ווילן בלויז קענען רעדן ייִדיש…‟
„ווי אַזוי?‟ פֿרעג איך.
ענטפֿערט ער: „ווייסט דאָך, אַזוי ווי מײַן באָבע האָט אַמאָל גערעדט…‟
און אַליין טראַכט איך זיך: דאָס זענען נישט מער ווי איבערגעפֿרעסענע עם־הארצים, אָן קולטור, רײַכע ייִדן, ווילן נישט אָנשטרענגען דעם מוח, און דער עיקר — ווילן נישט וויסן פֿון וואַנען זיי שטאַמען.
ווי האָט אַמאָל געזאָגט וואַצלאַוו האַוועל, דער אַמאָליקער פּרעזידענט פֿון דער טשעכישער רעפּובליק: „די טראַגעדיע פֿון מאָדערנעם מענטשן איז נישט וואָס ער ווייסט אַלץ ווייניקער און ווייניקער וועגן זײַן אייגן לעבן, נאָר וואָס עס אַרט אים ווייניקער און ווייניקער.‟
אויף צו מאָרגנס פֿאַל איך אָבער אַרײַן אין גן־עדן. איך הער אַז אין דער געגנט אַווענטוראַ געפֿינט זיך אַ ייִדיש־קלוב, לעבעדיק און לוסטיק. קום איך אַרײַן, זע איך אַן ערך זעכציק־זיבעציק ישׂראלדיקע חבֿרה, יונגע און עלטערע. דאָ און דאָרט הער איך עבֿרית און פּלוצים הער איך ווי זיי בייזערן זיך: „רעד ייִדיש! מיר זײַנען דאָ צוליב אונדזער ליבשאַפֿט פֿאַר ייִדיש.‟
איך שטיי דאָרט און שטוין. ביז איצט האָט זיך מיר אויסגעדאַכט אַז די ישׂראלים האָבן פֿײַנט ייִדיש און דאָ — אַזאַ נס, די חבֿרה ישׂראלים זײַנען גאָר פֿאַרליבט אין ייִדיש. איך הער ווי זיי טײַטשן עס אויס בזה הלשון:
„ייִדיש איז וואַרעם, ייִדיש איז משפּחהדיק, מיר געדענקען דער מאַמעס ייִדיש, פֿילן מיר זיך נאָענט צו אונדזערע נאָענטע וואָס האָבן גערעדט מאַמע־לשון. די שארית־הפּליטה וואָס זײַנען געקומען נאָכן חורבן קיין ישׂראל, זיי האָבן אַלע גערעדט ייִדיש, און דאָס לאַנד איז נאָך דעמאָלט געלעגן אין די וויקעלעך און גערעדט ייִדיש. העברעיִש איז טרוקן, העברעיִש קלינגט פֿרעמד, ייִדיש איז אייגן, ייִדיש רעדט זיך.‟
איך גלייב נישט מײַנע אויערן. כ’בין דאָ אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ שמאַלצגרוב. מע ווײַזט אַ ייִדישן פֿילם מיטן קאָמעדיאַנט שמעון דזשיגאַן, דעם ערשטן ייִדיש־רעדנדיקן פֿילם אין ישׂראל און אַלע כאָכאָטשען און האַלטן זיך בײַ די זײַטן, אַ מחיה! דערצייל איך זיי אַז איך האָב אַ מאָל מיטגעאַרבעט מיט דזשיגאַנען אויף דער ערשטער ייִדיש־רעדנדיקער טעלעוויזיע־פּראָגראַם. אַלע ווילן וויסן ווי אַזוי ס’איז צוגעגאַנגען צו אַרבעטן מיט דזשיגאַנען און אַלץ — האָט מען דורכגעפֿירט אויף ייִדיש.
דער צווייטער פֿילם איז געווען די ייִדישע ווערסיע פֿון מײַן איבערזעצונג פֿון ניל סײַמאָנס קאָמעדיע „די קאָמעדיאַנטן‟ (The Sunshine Boys) מיט באַדאָ און יאַנקעלע האַלפּערין. אַלע הערן נישט אויף צו לאַכן, און איך וואַקס אין דער לענג און אין דער ברייט. איך האָב זיך דערפֿילט ממש ווי איך האָב באַקומען די ישׂראלדיקע פּרעמיע פֿאַר דער איבערזעצונג. איך שווײַג ווײַל איך בין אין גן־עדן.
וואָס קען איך אײַך זאָגן, ליבע מענטשן, דער ייִדיש־קלאַס אין דעל־ריי האָט מיך טאַקע דאָקוטשעט און געפּלאָגט, אָבער איך וויל זיי נישט באַליידיקן, די אַמעריקאַנער ייִדן. נאָך אַלעמען, מיט ייִדן איז גוט צו דאַווענען, גיין אין מיקווה און עסן טשאָלנט צוזאַמען.
און טאַקע דערפֿאַר האָב איך זיך אַזוי דערפֿרייט מיט דער ישׂראלדיקער גרופּע אין אַווענטורע. אין פֿאַרגלײַך מיטן קלאַס אין דעל־ריי, וואָס האָט נישט געהאַט קיין שום אינטערעס אין דער ייִדישער געשיכטע און קולטור, האָבן די ישׂראלים שטאַרק הנאה געהאַט פֿון דזשיגאַנס הומאָר; זיי האָבן יאָ פֿאַרשטאַנען די שיינקייט פֿון דער ייִדישער קולטור און דעם הומאָר פֿונעם עלטערן דור מזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה. ממש משיחס צײַטן …
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.