צום באַדויערן, בין איך אַזוי הינטערשטעליק אין מײַנע רעצענזיעס פֿון ייִדישע קאָמפּאַקטלעך, אַז איך דאַרף איצט אַרײַנקוועטשן אין מײַן אַרטיקל דרײַ אויסערגעוויינטלעכע רעקאָרדירונגען מיט איין מאָל — אַניט וואָלט איך קיין מאָל נישט אוספּייעט צו רעצענזירן אַלע נײַע קאָמפּאַקטלעך אין מײַן רשות.
פּראָפֿעסאָרקע אַנאַ שטערנשיס פֿון טאָראָנטער אוניווערסיטעט האָט געפֿונען אַ זעלטענע זאַמלונג ייִדישע לידער אין דער „ווערנאַדסקי־ביבליאָטעק‟ אין קיִעוו: לידער געשאַפֿן פֿונעם פֿאָלק בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. די לידער דריקן אויס די געפֿילן און געדאַנקען פֿון ייִדן אין דער סאַמע פֿינצטערסטער תּקופֿה פֿון זייער געשיכטע. אָבער להיפּוך צו די מער באַקאַנטע ייִדישע פֿאָלקסלידער וואָס טרויערן און קלאָגן, דריקן די שאַפֿונגען אויס כּעס, אַ פֿאַרלאַנג נאָך נקמה און אַמאָל דערציילן די לידער וועגן דער גבֿורה פֿון די סאַלדאַטן אין דער רויטער אַרמיי, ווי מע הערט אין דער באַלאַדע „יאָשקע פֿון אָדעס‟:
פֿון דער הײַנטיקער מלחמה וועל איך לידער זינגען,
אַז מע זאָל די גאַנצע וועלט מיט די לידער קלינגען,
ווי ס’איז פֿאָרגעקומען דאָרט מיט יאָשקע דעם אָדעסער,
אַז ער האָט געשלאָגן זיך מיטן דײַטש אויף מעסער.
בלויז צו אַ קליינעם טייל לידער האָבן די זאַמלערס אין די 1940ער יאָרן פֿאַרשריבן די מוזיק אָדער אָנגעוויזן אויף דער מעלאָדיע. האָט דער פּאָפּולערער רוסיש־ייִדישער זינגער פּסוי קאָראָלענקאָ אויסגעפֿאָרשט פּאַסיקע אַלטע ייִדישע און סאָוועטישע לידער און זיי געניצט ווי די מוזיאַקאַלישע באַגלייטונג. פֿון דער פֿאָרשאַרבעט פֿון שטערנשיס און קאָראָלענקאָ איז אַרויסגעקומען אַן אוניקאַלע רעקאָרדירונג.
עס האָט אַוודאי געהאָלפֿן, אַז מע האָט די לידער רעקאָרדידט מיט אַן ערשט־קלאַסיקער גרופּע, וואָס איז אַרומגעפֿאָרן איבער אַמעריקע און קאַנאַדע און אַנדערע לענדער מיט אָט דער וווּנדערלעכער פּראָגראַם. אַן ענגלישע און רוסישע איבערזעצונג געפֿינען זיך אין דעם באַגלייטביכל. דאָס וועבזײַטל צו באַשטעלן דאָס קאָמפּאַקטל איז: https://www.sixdegreesrecords.com/lost-songs-world-war-ii/ מע קען זען און הערן אַ פֿאָרשטעלונג פֿון דער גרופּע Yiddish Glory אונטן:
הײַנט הייסט די שטאָט אין סלאָוואָקײַ בראַטיסלאַוואַ, אָבער בײַ ייִדן רופֿט מען זי אָן בײַ דעם אַמאָליקן נאָמען — פּרעשבורג. ווער וואָלט געטראַכט, אַז אינעם 21סטן יאָרהונדערט וואָלט זיך דאָרטן געפֿונען אַ קאַפּעליע וואָס לאָזט אַרויס איין פֿײַנע רעקאָרדירונג נאָך אַ צווייטער?
אין 2017 האָט די „פּרעשבורגער קלעזמער קאַפּעליע‟ רעקאָרדירט דאָס קאָמפּאַקטל „באַלאַדן‟ מיט זעכצן סײַ אַלטע, סײַ נײַע ייִדישע לידער. אַנדריי ווערנער, דער פֿידלער און קאַפּעלמײַסטער, פֿירט אָן מיט דער גרופּע וואָס לייגט אַרײַן אַ סך מי און טראַכט זיך טאַקע אַרײַן אין יעדן נומער. די דרײַ הויפּטזינגערס — מאַרטאַ פּאָטאַנקאָקאָוואַ, איוואַנאַ עקאַטאָוואַ און זשוראַזש אַדאַמאוסקין — וואָס בײַ זיי, שטעל איך זיך פֿאָר, איז ייִדיש נישט דאָס מאַמע־לשון, זינגען די ייִדישע טעקסטן קאָרעקט און מיט האַרץ.
פֿון די נײַערע לידער קען מען דערמאָנען „ווער פֿירט די אַלע שיפֿן?‟, ווערטער פֿון זישע לאַנדוי, מוזיק פֿון חווה אַלבערשטיין; אַבֿרהם רייזענס ליד „צו אַ ייִדישער סאָציאַליסטין‟, מוזיק פֿון דוד וואָל; און ביילע שעכטער־גאָטעמסאַנס ליד „וואָס האָט ליב אַ ייִדעלע”. אַ פֿאָרשטעלונג פֿון דעם ליד קען מען זען דאָ:
וועגן דער גרופּע און זייער מוזיק קען מען קוקן אויף זייער וועבזײַט
אין 2017 איז אויך אַרויס די נײַסטע רעקאָרדירונג פֿון דניאל קאַהן און זײַן גרופּע, „דער געפֿאַרבטער פֿויגל‟. עס איז נישט קיין גוזמא צו שרײַבן, אַז קאַהן איז פֿון די פּאָפּולערסטע זינגערס הײַנט אויף דער ייִדישער גאַס. זײַנע רעקאָרדירונגען נעמען אַרײַן סײַ אַלטע ייִדישע לידער, געוויינטלעך אויף אַ ראַדיקאַלער טעמע, סײַ זײַנע אייגענע שאַפֿונגען (אויף ענגליש). ער האָט אַ סך געהאָלפֿן פֿאַרשפּרייטן די ייִדישע קולטור איבער דער וועלט מיט זײַנע אויפֿטריטן און יעדע רעקאָרדירונג זײַנע איז כּדאַי צו באַשטלען.
אין „דעם קצבֿס חלק‟ נעמט קאַהן אַרײַן דאָס נײַע ליד פֿון דזשאַש וואַלעצקי „נײַן און נײַנציק‟ און אין זײַן באַאַרבעטונג זעט מען נאָך איינע פֿון זײַנע פֿעיִקייטן — אַ מײַסטער-איבערזעצער און באַאַרבעטער פֿון ייִדישע לידער פֿאַר אַן ענגליש־רעדנדיקן עולם.
אויף דער אינטערנעץ קען מען הערן און זען ווי דניאַל קאַהן, די זינגערין סאַשאַ לוריע און פֿידלער קרייג יודלמאַן זינגען הירש גליקס „שטיל די נאַכט איז אויסגעשטערנט‟, אַ ליד וואָס געפֿינט זיך אַויף דער וווּנדערלעכער איצטיקער רעקאָרדירונג:
אויסצוגעפֿינען מער וועגן דעם קאָמפּאַקטל, גיט אַ קוועטש דאָ
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.