ווען דער „ייִדישער ביכער־צענטער“ האָט אין 2009 אָנגעהויבן אַרויפֿשטעלן די פֿולע טעקסטן פֿון מער ווי 11,000 סקאַנירטע ביכער אויף דער אינטערנעץ, האָבן אין דער זאַמלונג געפֿעלט צוויי ריזן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור — חיים גראַדע און יצחק באַשעוויס.
דעם מאָדנעם אָנגעווייטיקטן ענין פֿון קריגן די רעכט צו גראַדעס ווערק וועלן מיר אפֿשר אַרומשמועסן אַן אַנדער מאָל. וואָס שײך באַשעוויסן איז געווען אַזוי: די ליבהאָבער פֿונעם איינציקן נאָבעל־לאַורעאַט אויף מאַמע־לשון האָבן לאַנג געוווּסט, אַז ער איז דער איינציקער ייִדישער שרײַבער, וועמענס ווערק זענען גרינגער צו באַקומען אויף ענגליש ווי אויף ייִדיש. קודם איז דאָס געווען באַשעוויסעס באַשלוס אַליין: כאָטש ער האָט ווײַטער געשריבן אויסשליסלעך אויף זײַן מוטערשפּראַך האָט ער במשך פֿון די לעצטע 30 יאָר פֿון זײַן קאַריערע זיך מער אָפּגעגעבן דערמיט, ווי אַזוי מע דרוקט זײַנע ביכער אויף ענגליש ווי אויף ייִדיש. ס׳רובֿ פֿון זײַנע ווערק, אַרײַנגערעכנט אַלע פֿון זײַנע וווּנדערלעכע קינדער־מעשׂיות, זענען דערשינען אויף ייִדיש בלויז אין דער פּרעסע (איבערהויפּט אינעם „פֿאָרווערטס“) און צווישן טאָוולען — נאָר אויף ענגליש. שפּעטער זענען די ענגלישע איבערזעצונגען פֿון זײַנע ביכער (וואָס שיידן זיך אָפֿט אַ סך אונטער פֿון די אָריגינאַלע ייִדישע ווערק) אַליין איבערגעזעצט געוואָרן אויף צענדליקער שפּראַכן. באַשעוויס האָט אָפֿט רעדאַקטירט זײַנע ענגלישע איבערזעצונגען אויף אַזוי ווײַט, אַז ער האָט אַליין געהאַלטן די ענגלישע נוסחאָות פֿאַרן בעסערן וואַריאַנט.
כאָטש ס׳רובֿ פֿון באַשעוויסעס ווערק זענען, ווי דערמאָנט, קיין מאָל ניט דערשינען אין בוכפֿאָרעם, זענען יאָ פּובליקירט געוואָרן, צום ווייניקסטן, עלף ביכער זײַנע אויף ייִדיש. ס׳איז אָבער שוין לאַנג געווען זייער שווער צוצוקומען צו זיי. ווען איך האָב געאַרבעט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער“ האָט מען געהאַט אַ „וואַרט־רשימה“ פֿון צענדליקער מענטשן, פֿאַר די, וואָס ווילן קויפֿן אַן עקזעמפּלאַר פֿון זײַנס אַ בוך. להיפּוך צו כּמעט אַלע אַנדערע ייִדישע מחברים האָט דער „ייִדישער ביכער־צענטער“ ניט געטאָרט אַרויפֿשטעלן זײַנע ביכער אויף דער אינטערנעץ צוליב אַ ריי לעגאַלע ענינים — קודם האָבן באַשעוויסעס אַמעריקאַנער פֿאַרלאַגן געהאַלטן די ענגלישע נוסחאָות פֿונעם טעקסט פֿאַר די אָריגינעלע ווערק, און דערפֿאַר ניט געוואָלט, מע זאָל פֿאַרשפּרייטן נאָך אַ נוסח (אַפֿילו אויב ס׳איז דווקא געווען דער עכטער אָריגינאַל!). דערצו זענען די אָנפֿירער פֿון באַשעוויסעס ליטעראַרישן עזבֿון ניט געווען מסכּים, מע זאָל בכלל אַרויפֿשטעלן די סקאַנירטע ביכער אויף דער אינטערנעץ.
לעצטנס, האָט זיך דער מצבֿ אָבער, אַ פּנים, געביטן. די סקאַנירטע ביכער קענען שוין אַלע אַרום דער וועלט לייענען דאָ.
מע וואַרט נאָך אַלץ, אַז די קלאַנגביכער (וואָס איך אַליין האָב דיגיטאַליזירט ווי אַ טייל פֿון מײַן אַרבעט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער“) זאָלן אויך אַרויפֿגעשטעלט ווערן. די־אָ קלאַנגביכער נעמען אויך אַרײַן געוויסע מעשׂיות פֿון באַשעוויסן, וואָס זענען קיינמאָל ניט אַרויס אין בוכפֿאָרעם אויף מאַמע־לשון.
כאָטש מע קען שוין לייענען די דאָזיקע 11 בענד, וועט עס קאָסטן אַ סך מער מי צו מאַכן ס׳רובֿ פֿון באַשעוויסעס ווערק צוטריטלעך פֿאַרן ייִדישן לייענער. מע וועט דאַרפֿן שאַפֿן דאָס געלט זיי צו געפֿינען, רעדאַקטירן, ווידער אויסקלאַפּן, אויסזעצן, דרוקן און פֿאַרשפּרייטן. לאָמיר האָפֿן, אַז מע וועט אַמאָל טאַקע קענען לייענען די אוצרות אַנשטאָט זיי זאָלן בלויז ליגן אין פֿאַרשטויבטע אַרכיוון אויף מיקראָפֿילם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.