אויסשטעלונג שילדערט די געשיכטע פֿון ייִדיש אין קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט

Exhibition Explores History of Yiddish at Columbia University

אַ טייל פֿון דער אויסשטעלונג
Columbia University Library
אַ טייל פֿון דער אויסשטעלונג

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published May 31, 2018.

קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט איז שוין לאַנג באַקאַנט פֿאַרן האָבן איינע פֿון די עלטסטע און חשובֿסטע אַקאַדעמישע פּראָגראַמען פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור אויף דער וועלט. ווייניק באַקאַנט, אָבער אויך זייער אימפּאָנירנדיק, איז די אוניקאַלע זאַמלונג פֿון מאַטעריאַלן אויף ייִדיש וואָס מע קען געפֿינען אין קאָלאָמביעס־ביבליאָטעק.

כּדי מפֿרסם צו זײַן די ייִדיש־שפּראַכיקע אוצרות פֿון דער ביבליאָטעק, ווי אויך אָפּצומערקן דעם 50סטן יאָרצײַט פֿונעם יונג־פֿאַרשטאָרבענעם גרינדער פֿון דער אָרטיקער ייִדיש־פּראָגראַם ד׳׳ר אוריאל ווײַנרײַך, האָט מישעל טשעסנער, קאָלאָמביעס ביבליאָטעקאַרשע פֿאַר יודאַיִסטיק, אײַנגעאָרדנט אַ ספּעציעלע אויסשטעלונג, וואָס נעמט אַרײַן זעקס וויטרינעס, וועלכע שילדערן מער ווי 400 יאָר פֿונעם ייִדיש־שפּראַכיקן דרוקוועזן, ווי אויך די געשיכטע פֿון קאָלאָמביעס אָנגעזעענער ייִדיש־פּראָגראַם. צווישן די עקספּאָנאַטן, למשל, זעט מען דעם אָריגינעלן אָפּמאַך, דורך וועלכן קאָלאָמביע און די אַטראַן־פֿונדאַציע האָבן געשאַפֿן די ייִדיש־קאַטעדרע.

טשעסנער איז ספּעציעל פֿאַראינטערעסירט אין די העברעיִשע אינקונאַבלען, די סאַמע ערשטע ביכער וואָס מע האָט געדרוקט בײַ ייִדן. איר אינטערעס צו די עלטסטע ייִדישע ביכער און כּתבֿ־ידן איז קלאָר פֿון די עקספּאָנאַטן אין דער דאָזיקער אויסשטעלונג. צווישן די עלטסטע אוצרות געפֿינט מען אַ בוך פֿון די 1650ער יאָרן, וואָס לערנט די פּליטים פֿון כמעלניצקיס הריגות ווי אַזוי צו זאָגן געוויסע ווערטער און פֿראַזעס אויף פֿיר שפּראַכן. נאָך עקספּאָנאַטן פֿון יענער תּקופֿה זענען אַ מישנה, וואָס מע האָט געדרוקט אין קראָקע אין 1582 מיט אַ פּירוש אויף ייִדיש; אַ חומש געדרוקט אין האָלאַנד אין 1676, דווקא אויף אַ כּמו־מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדיש, מע זאָל עס קענען פֿאַרשטיין אין פּוילן; אַ בוך פֿונעם 17טן יאָרהונדערט וואָס מע האָט געשאַפֿן כּדי צו לערנען קריסטן ייִדיש, און אַ נוסח פֿון דער לעגענדע וועגן דעם קעניג אַרטור אָנגעשריבן אויף ייִדיש מיט לאַטײַנישע אותיות.

אפֿשר דער אינטערעסאַנטסטער (און זיכער דער אומדערוואַרטסטער) פֿון די דאָקומענטן איז אַ כּתבֿ־יד פֿון איטאַליע פֿון די 1400ער יאָרן, וואָס דינט ווי אַ מעדיצישער וועגווײַזער. דער טעקסט נעמט אַרײַן, למשל, אַ שפּראָך וואָס מע דאַרף זאָגן, כּדי צו באַפֿרײַען אַן אַרעסטאַנט. אינטערעסאַנט איז וואָס דער מחבר פֿונעם טעקסט האָט זיך דאָס אויסגעלערנט בײַ אַ משומד. לויטן כּתבֿ־יד מעג מען בלויז נוצן דעם כּישוף־זאָגעכץ אין אַן עכטן נויטפֿאַל, ווײַל עס לויבט יעזוסן. דער כּתבֿ־יד גיט אויך די דאָזיקע אומדערוואַרטע עצה: כּדי ניט צו ווערן טראָגעדיק זאָל מען באַשמירן דעם האַלדז מיט דער צואה פֿון אַ קיניגל.

אַ זײַטל פֿונעם מעדיצינישן כּתבֿ־יד פֿון צפֿון־איטאַליע.
Columbia University Library
אַ זײַטל פֿונעם מעדיצינישן כּתבֿ־יד פֿון צפֿון־איטאַליע.

די רײַכע געשיכטע פֿון ייִדיש אין קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט ווערט איבערגעגעבן דורך אַ ריי עקספּאָנאַטן. אַחוץ דעם אויבן־דערמאָנטן אָפּמאַך צו גרינדן די ייִדיש־קאַטעדרע זעט מען אַ וויטרינע געווידמעט דעם „שפּראַך־ און קולטור־אַטלאַס פֿון אַשכּניזישן ייִדנטום,‟ וואָס שילדערט ווי אַזוי מע האָט פֿאַרשריבן די ענטפֿערס פֿון די מענטשן, וועמען מע האָט אויסגעפֿרעגט וועגן די ווערטער און אויסדרוקן וואָס זיי געדענקען פֿון זייער היימשטאָט אָדער שטעטל. דערצו קען מען אויך זען דאָקומענטן פֿאַרבונדן מיט דער פּיאָנערישער קאָמפּיוטער־אַרבעט אין די אָנהייב 1960ער יאָרן, דורך וועלכער מע האָט צום ערשטן מאָל אין קאָלאָמביע זיך באַנוצט מיט אַ קאָמפּיוטער כּדי אײַנצוסדרן די רעזולטאַטן פֿון אַ פּראָיעקט פֿון הומאַניטאַרע לימודים.

די אויסשטעלונג וועט מען קענען זען ביזן 15טן יוני אין דער הויפּט־ביבליאָטעק פֿון קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט, אינעם צימער געווידמעט זעלטענע ביכער. כאָטש דער אַלגעמיינער עולם טאָר געוויינטלעך ניט אַרײַנקומען אין דער ביבליאָטעק, לאָזט מען אַלעמען באַזוכן די אויסשטעלונגען וואָס געפֿינען זיך דאָרטן. מע דאַרף בלויז לאָזן די וועכטער וויסן, וועלכע אויסשטעלונג מע וויל זען.

נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://blogs.cul.columbia.edu/jewishstudiesatcul/2018/02/26/exhibition-yiddish-at-columbia-chang-octagon-gallery-march-5-june-15/.