אין אוקראַיִנע האָט מיט עטלעכע טעג צוריק אויסגעבראָכן אַן אויסטערלישער סקאַנדאַל מיטן אינסצענירטן מאָרד פֿונעם זשורנאַליסט אַרקאַדי באַבטשענקאָ.
דעם 29סטן מײַ האָט מען איבערגעגעבן, אַז באַבטשענקאָ איז דערשאָסן געוואָרן בײַם אַרײַנקומען אין זײַן דירה און געשטאָרבן אויפֿן וועג צום שפּיטאָל. מיט אַ טאָג שפּעטער, האָט דער שעף פֿון דער אוקראַיִנישער זיכערהייט־דינסט איבערגעגעבן, אַז זײַן אָרגאַניזאַציע האָט אויסגעטראַכט די מעשׂה, כּדי אויסצובאַהאַלטן דעם זשורנאַליסט פֿון אַ מעגלעכן מאָרד. דערנאָך האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער אַרעסטירטער „מערדער‟ איז אויך אַ פֿאַלשער, אַליין אַן אוקראַיִנישער אַגענט, וועלכער האָט געשפּילט זײַן ראָלע אין דער אינסצענירונג.
די משונהדיקע פּרטים פֿון דער מעשׂה האָבן אַרויסגערופֿן היפּוכדיקע קאָמענטאַרן אין דער וועלטפּרעסע, שוין אָפּגערעדט פֿון אַ גאַנצן שטורעם דיסקוסיעס און קריגערײַען אויף דער אינטערנעץ. די אַנטירוסישע קאָמענטאַטאָרן גלייבן, אַז רוסלענדישע געהיימע דינסטן האָבן טאַקע פּלאַנירט אומצוברענגען באַבטשענקאָ. ס׳רובֿ ערנסטע פּאָליטישע מומחים זענען זיך משער, אַז פֿאַרקערט, די אויסטערלישע מעשׂה איז געווען זייער אַן אומגעלומפּערטער און דורכגעפֿאַלענער פּרוּוו מצד אוקראַיִנע צו געבן רוסלאַנד אַ נײַעם פּאָליטישן שטאָך. אין די וויכּוחים אַרום דעם סקאַנדאַל, האָבן ווייניק מענטשן געווענדט זייער אויפֿמערק אויפֿן תּוכן פֿון באַבטשענקאָס זשורנאַליסטישער טעטיקייט.
ד״ר אַנדריי ברעדשטיין, אַ באַקאַנטער אַמעריקאַנער ייִדיש־מומחה פֿון מאָסקווע, האָט גלײַך נאָך דער גוטער בשׂורה, אַז די קלאַנגען וועגן באַבטשענקאָס טויט זענען איבערגעטריבן, פֿאַרעפֿנטלעכט אויף זײַן פֿייסבוק־זײַטל אַ באַלערנדיקן אַנאַליז פֿון אַן עסיי, אָנגעשריבן מיט דרײַ יאָר צוריק, וווּ באַבטשענקאָ גיסט אויס פּעך און שוועבל אויף דער „רוסישער געזעלשאַפֿט‟.
זײַן זשורנאַליסטישע קאַריערע האָט באַבטשענקאָ, אַ געוועזענער מיליטערמאַן און אַ יוריסט, אָנגעהויבן אין 2000. ווי אַ פֿאַרביסענער קענגער פֿון דער איצטיקער רוסלענדישער רעגירונג, איז ער מיט אַ יאָר צוריק אַוועקגעפֿאָרן פֿון רוסלאַנד — לויט זײַנע ווערטער, צוליב אַ סעריע דראָונגען. אַ חודש האָט ער געוווינט אין ארץ־ישׂראל, דערנאָך זיך באַזעצט אין אוקראַיִנע, וווּ ער קלײַבט זיך צו באַקומען בירגערשאַפֿט. זײַן פּרינציפּיעלע פּאָליטישע אָפּאָזיציע ווערט אָבער אויסגעמישט מיט אַ בפֿירושער שׂינאה צו די רוסן בכלל.
צו פֿאַרגלײַכן, מעג אַן אַנטיציוניסט קריטיקירן און פֿײַנט האָבן מדינת־ישׂראל. דערבײַ מעג מען אַפֿילו חוזק מאַכן פֿון געוויסע פֿאַרשפּרייטע חסרונות און פּראָבלעמען אין דער הײַנטיקער ייִדישער וועלט. אויב עמעצער האַלט אָבער אין איין שרײַען, אַז ייִדן ווילן אויסהרגענען די פּאַלעסטינער, איז ער זיכער אַן אויסגעשפּראָכענער אַנטיסעמיט.
אין זײַן עסיי שרײַבט באַבטשענקאָ, אַז די „רוסישע וועלט‟ איז אָנגעשטעקט מיטן „אינפֿאַנטיליזם‟ — דעם קינדערישן שוואַרץ־ווײַסן וועלטבאַנעם. ער טענהט, אַז אין אַלע צרות באַשולדיקן די רוסן, כּלומרשט, אַמעריקע, ליבעראַלן און ייִדן. באַבטשענקאָס טענה איז פּשוט נישט אמת; הגם אַנטי־אַמעריקאַנער שטימונגען זענען טאַקע פּאָפּולער, דער עיקר צוליב די סאַנקציעס אין שײַכות מיט דעם אוקראַיִנישן קאָנפֿליקט, איז אַנטיסעמיזם אינעם הײַנטיקן רוסלאַנד נישט פֿאַרשפּרייט. אַוודאי, האַלטן רעכטע כּוחות קעגן די ליבעראַלן, אָבער זיי באַשולדיקן נישט די ליבעראַלן, בדרך־כּלל, אין ערנסטע עקאָנאָמישע צי פּאָליטישע פּראָבלעמען.
באַבטשענקאָ טענהט אויל אַז די רוסן פּײַניקן הינט און זשאַבעס באַכזריות, צעטרעטן גענדז מיט אַ טראַקטאָר, רויבן, הרגענען, שיסן אַראָפּ ציווילע עראָפּלאַנען, זענען גרייט צו טאָן פֿאַר געלט נאָך ערגערע עוולות מכּל־המינים. דער מחבר דערמאָנט אויך די פֿאַרשפּרייטע סטערעאָטיפּן וועגן דעם „גענעטישן” אַלקאָהאָליזם פֿון אַ טייל רוסן. אין דער אמתן, פֿאַרשטייט זיך, הייבט זיך אָן אַלקאָהאָליזם פֿונעם טרינקען צו אָפֿט, נישט פֿון וועלכע־ניט־איז גענעטישע מוטאַציעס. אַדרבה, געוויסע גרופּעס מענטשן, אַרײַנגערעכנט די אַמעריקאַנער אינדיאַנער געפֿינען זיך אין אַ גרעסערער סכּנה צו ווערן אַלקאָהאָליקער צוליב גענעטיש־באַשטימטע סיבות, הגם אין זייער געשיכטע זענען פֿאַרן קאָנטאַקט מיט די אייראָפּעער דווקא נישט געווען באַקאַנט קיין אַלקאָהאָלישע געטראַנקען.
בקיצור, דער עסיי קלינגט ווי אַ היסטערישע פּראָוואָקאַציע מיט אַ היפּשן ראַסיסטישן טעם. דער סטיל קלינגט פּונקט ווי די אַמעריקאַנער ווײַסע סופּרעמאַסיסטן, וואָס בויען אויס זייערע שׂינאה־טעאָריעס אויפֿן סמך פֿון איינצלנע פֿאַרברעכנס, סטערעאָטיפּן און באָבע־מעשׂיות. ברעדשטיין באַמערקט אַן אַנדער וויכטיקן מאָמענט: די רוסיש־רעדער אין אַנדערע לענדער זענען דאָך אויך אַ טייל פֿון דער „רוסישער וועלט”. איז וואָס זשע באַקומט זיך, אַז ייִדן אין ברײַטאָן־ביטש און אַנדערע רוסישע קוואַרטאַלן פֿון אַמעריקע זענען אויך שולדיק אין די דערמאָנטע ווילדע עוולות? די פֿרישע מאַטעריאַלן אויף באַבטשענקאָס בלאָג קלינגען אויך גאַנץ גראָב און ווילד, אויסגעשפּרענקלט מיט זידל־ווערטער און דערצו טאַקע מיט אַ קינדערישן שרײַענדיקן טאָן. למשל, דעם 1טן מײַ האָט ער גערופֿן די לייענער נישט צו זען דעם נײַעם רוסישן פֿילם „סאָביבאָר” וועגן דעם ייִדישן חורבן, ווײַל רוסלאַנד איז, כּלומרשט, נישט בעסער ווי נאַצי־דײַטשלאַנד.
די הײַנטיקע ראַסיסטן האָבן ליב צו באַמערקן, אַז צווישן די געהאַסטע גרופּעס טרעפֿן זיך צומאָל גוטע מענטשן. בײַ יעדן אַנטיסעמיט איז פֿאַראַן זײַן ייִדישער בעסטער חבֿר, אַ זעלטענער יוצא־מן־הכּלל. באַבטשענקאָ, זײַענדיק אַליין אַ רוס, באַמערקט, אַז אין רוסלאַנד לעבט אויך אַ געוויסע גוטע, אויפֿגעקלערטע און „דערוואַקסענע” מינערהייט. זײַענדיק אַ זשורנאַליסט מיט אַ לאַנגיאָריקער דערפֿאַרונג, באַהאַלט ער אַ ביסל זײַן רוסאָפֿאָבישן טאָן אונטער דער כּמו־נייטראַלער באַשולדיקונג אין „קינדערישקייט” און זײַן אָפּאָזיציע צו דער רעגירונג. זײַנע טענות וועגן פֿאַרפּײַניקטע הינט וכּדומה קלינגען אָבער סײַ־ווי־סײַ היסטעריש־ווילד.
צום באַדויערן, לײַדט די זשורנאַליסטיק אין רוסלאַנד טאַקע פֿון אַ גרויסן חסרון. די זעלבע צרה איז פֿאַרשפּרייט אין די אַנדערע געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן, ווי אויך אין דער אָרטיקער ארץ־ישׂראלדיקער און אַמעריקאַנער רוסישער פּרעסע. די פּראָבלעם באַשטייט נישט אין דער צענזור אָדער מלוכישן דרוק. אַדרבה, אַ סך רוסישע זשורנאַליסטן באַמערקן, בדרך־כּלל גאַנץ ריכטיק, אַז אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז די מעדיאַ מער צענזורירט, צוליב די שטרענגערע מערבֿדיקע סטאַנדאַרטן פֿון זשורנאַליסטישער עטיק און פּאָליטישער קאָרעקטקייט. אַ סך אָפֿטער, ווי אין אַמעריקע, פֿאַרשפּרייטן זיך אין די רוסישע נײַעס־קוואַלן העסלעכע און שמוציקע פּראָוואָקאַציעס, פּערזענלעכע אָנפֿאַלן, צעבלאָזענע סקאַנדאַלן אַרום נישטיקייטן, ווילדע גוזמאָות.
כּלערליי קאָנפּיראַציע־טעאָריעס, אומקאָנטראָלירטע אָדער סתּם אויסגעטראַכטע מעשׂיות בלײַבן פּאָפּולער אַפֿילו אין די סאַמע הויפּטשטראָמיקע אויסגאַבעס. דער רוסישער לייענער ווייסט, אויף וועלכע רובריקן קאָן מען זיך פֿאַרלאָזן, און וואָס מע דרוק סתּם אַבי צו פֿאַרווײַלן דעם עולם מיט נאַרישקייטן. פֿון דעסט וועגן, טרעפֿן זיך אין רוסלאַנד גענוג אומאָנגענעמע פֿאַלן, ווען נאַרישע אויסטראַכטענישן ווערן אָנגענומען ווי ערנסטע נײַעס.
אַנטיסעמיטיזם איז אין דער הײַנטיקער רוסישער פּרעסע דווקא אַ זעלטנקייט, פֿאַרשפּרייט נאָר אין ספּעציפֿישע שטאַרק־רעכטע אויסגאַבעס. די אַנטי־רוסישע זעלבסט־שׂינאה און העצע קעגן די מוסולמענישע אימיגראַנט־אַרבעטער טרעפֿן זיך אָבער גאַנץ אָפֿט, און האָמאָפֿאָביע בלײַבט אַ פּאָפּולערע הויפּטשטראָמיקע שטימונג בערך בײַ אַ דריטל פֿון דער באַפֿעלקערונג.
לאַוו־דווקא שטימט דער פּאָליטיש אומקאָרעקטער טאָן מיט די ערנסטע דעות פֿון די מחברים. יעדער זשורנאַליסט שטרעבט דאָך צו באַרירן אַקטועלע, קיצלענדיקע, פּראָוואָקאַטיווע טעמעס. געוויסע שרײַבער גלייבן אָבער, אַז זיי וועלן געווינען אַ גרעסערע פּאָפּולאַריטעט, אויב זיי דריקן זיך אויס מיט אַ סקאַנדאַליעזן, פּראָוואָקאַטיוון טאָן, נישט טראַכטנדיק צופֿיל וועגן עטישע נאָרמעס – אַבי צו קלינגען בראַוו און אומאָפּהענגיק. אין אַ געוויסער מאָס, אַגבֿ, זענען ענלעכע נטיות בנימצא אין דער הײַנטיקער חסידישער פּרעסע אויף ייִדיש. פּערזענלעכע פּאַשקעוויל־אַטאַקן, אינטגירעס צווישן פֿאַרשיידענע אויסגאַבעס זענען דאָרטן נישט קיין נאָווינע, און דער קוואַליטעט־קאָנטראָל איז אָן אַ שיִער נידעריקער, ווי אין דער רוסישער מעדיאַ.
מילא, מיר וועלן אין גיכן שוין זען די ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג פֿון דער באַבטשענקאָ־מעשׂה. זיכער איז עס איינער פֿון די סאַמע אויסטערלישע פֿאַלן אין דער געשיכטע פֿון דער הײַנטצײַטיקער רוסישער פּרעסע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.