אַז מע באַטראַכט די צאָל לידער און איבערזעצונגען, וואָס עס האָט געשאַפֿן דער פּאָעט לייב נײַדוס, איז שווער צו גלייבן, אַז דער גרויסער דיכטער האָט בלויז געלעבט 28 יאָר.
נײַדוס, וואָס האָט במשך פֿון געציילטע יאָרן אָנגעשריבן הונדערטער לידער אין פֿאַרשידנאַרטיקע זשאַנערן, ווי אויך אַ ריי לענגערע איבערזעצונגען פֿון דער רוסישער, דײַטשישער און אַמעריקאַנער פּאָעזיע (צווישן די בעסטע אויף ייִדיש), איז פּלוצלינג געשטאָרבן פֿון אַ ווירוס דעם 23סטן דעצעמבער 1918 צו 28 יאָר. כּדי אָפּצומערקן הונדערט יאָר זינט נײַדוס׳ טראַגישע פּטירה אָרגאַניזירט לייבל באָטוויניק אַ נאָוואַטאָרישן פּראָיעקט צו באַקענען דעם עולם מיט זײַנע ווערק.
דעם נאָמען לייב נײַדוס האָב איך לכתּחילה געהערט אַ דאַנק דער משפּחה באָטוויניק. דוד באָטוויניק, דער ווילנער־געבוירענער קאָמפּאָזיטאָר וואָס וווינט הײַנט אין מאָנטרעאָל, איז זינט זײַנע קינדער־יאָרן אַ גרויסער אָנהענגער פֿונעם טאַלאַנטירטן פּאָעט. מיט זײַנע זין פֿלעג באָטוויניק פֿאָרשטעלן קולטערעלע אָוונטן אויף ייִדיש לזכר לייב נײַדוס בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק פֿון מאָנטרעאָל.‟ איינער פֿון זיי, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין 1982, האָב איך דיגיטאַליזירט ווי אַ טייל פֿון מײַן אַרבעט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟. אין יענעם אָוונט האָבן לייבל, סענדער און יאַנקל באָטוויניק רעציטירט אַ צוויישפּראַכיקן נוסח פֿון עגדאַר אַלען פּאָס באַרימטע פּאָעמע „דער ראָב‟ אין לייב נײַדוס׳ איבערזעצונג. אַ טייל פֿון דער פֿאָרלייענונג האָב איך פֿאַרוואַנדלט אין אַ ווידעאָ.
36 יאָר נאָך יענעם ליטעראַרישן אָוונט האָט לייבל באָטוויניק לעצטנס מודיע געווען, אַז ער איז ווײַטער ממשיך די אַרבעט פֿון באַקענען דעם ברייטן עולם מיט די ווערק פֿון לייב נײַדוסן. לזכר דעם 100סטן יאָרצײַט פֿונעם פּאָעט לאַנצירט ער דעם „לייב נײַדוס־פּראָיעקט,‟ דורך וועלכן ער האָפֿט צו שאַפֿן פֿינף ביז צען אַנימירטע ווידעאָס, אין וועלכע מע רעציטירט אַ ליד פֿון נײַדוסן און באַלעבט אים דורך בילדער, לויפֿנדיקע אילוסטראַציעס און איבערזעצונגען אויף ענגליש און העברעיִש. כּדי צו פּראָדוצירן די פֿילמען, דאַרף אָבער באָטוויניק געלט, מע זאָל קענען אָנשטעלן עמעצן צו שאַפֿן אַזעלכע אַנימאַציע־פֿילמען.
נאָך אינפֿאָרמאַציע און כּדי צו זען די אַנימאַציע־פֿילמען, וואָס מע האָט געמאַכט אויפֿן סמך פֿון נײַדוס׳ לידער אין די 1980ער יאָרן, באַזוכט: //leyblsvelt.co.il/lv-Naydus-Proyekt.html.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.