װאָס פֿאַר אַ שײַכות האָט ייִדיש צו אײראָפּע און אײראָפּע צו ייִדיש? פֿון אײן זײַט, איז דער ענטפֿער קלאָר: ייִדיש איז געבױרן געװאָרן אין אײראָפּע און ביזן נײַנצנטן יאָרהונדערט איז דאָס געװען די הױפּטשפּראַך פֿון אַשכּנזים. ייִדיש האָט פֿאַראײניקט ייִדן פֿון אַמסטערדאַם ביז סמאָלענסק און פֿון קאָװנע ביז אָדעס. די ייִדישע שפּראַך און קולטור זײַנען אַדורכגענגאַנגען גרױסע גילגולים, האָבן אײַנגעזאַפּט פֿאַרשידענע קולטורעלע השפּעות, אָבער ייִדיש האָט אָפּגעהיט און אַפֿילו פֿאַרשטאַרקט זײַן שלימות און אײגנאַרטיקײט.
אַװדאי האָבן פּראָסטע ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר װעגן אײראָפּע קײן סך ניט געטראַכט. זײ האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר ליטװאַקעס, גאַליציאַנער, פּױלישע אָדער װאָלינער ייִדן, און דער באַגריף פֿון אײראָפּעיִשקײט איז געװען װײט פֿון זײערע טאָגטעגלעכע דאגות. פֿון איר זײַט האָט אײראָפּע אױך געהאַט אַ קנאַפּן אינטערעס צו ייִדיש, און מען האָט בכלל ניט געהאַלטן ייִדיש פֿאַר אַ קולטורשפּראַך.
אײראָפּע און אײראָפּעיִשקײט זײַנען אַרײַן אינעם ייִדישן סדר־היום מיטן אױפֿקום פֿון נאַציאָנאַליזם אין מיטל־ און מיזרח־אײראָפּעיִשע לענדער, און דער עיקר אין דער רוסישער און עסטרײַך־אונגאַרישער אימפּעריע. דעמאָלט האָבן זיך ייִדישע אינטעליגענטן פֿון פֿאַרשידענע אידעאָלאָגישע שיטות גענומען טראַכטן װעגן דעם, װי אַזױ צוצופּאַסן ייִדן און ייִדיש צו אײראָפּע בכּלל און צו די פֿאַרשידענע נאַציאָנאַלע מלוכות בפֿרט. און אָט די דאָזיקע טעאָרעטישע חקירות און פּראַקטישע אַקטיװיטעטן האָט מען אַרומגערעדט בעת דער אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ אין דער דײַטשישער שטאָט דיסלדאָרף דעם 3טן ביזן 6טן יוני. דער אײַנפֿאַל פֿון אַזאַ קאָנפֿערענץ איז אַרױסגעװאַקסן פֿון דער לאַנגיאָריקער פֿאָרשערישער אַרבעט פֿון פּראָפֿעסאָר אפֿרת גל־עד איבער דער ביאָגראַפֿיע פֿון איציק מאַנגער, מסתּמא דער סאַמע אײראָפּעיִשסטער פֿון די ייִדישע דיכטער.
פּראָפֿעסאָר גל־עד האָט באַהאַנדלט דעם אױפֿקום פֿון „ייִדישלאַנד‟ ווי אַ ייִדישיסטישער אָפּזאָג אױפֿן אײראָפּעיִשן נאַציאָנאַליזם. אױב אַנדערע פֿעלקער האָבן זײערע מלוכות, און שלאָגן זיך פֿאַר זײ אױף טױט, האָבן ייִדן זײער גײַסטיקע מלוכה, װאָס מען קאָן געפֿינען אומעטום װוּ עס זײַנען נאָר פֿאַראַן ייִדיש-רעדנדיקע ייִדן און זײערע קולטורעלע אינסטיטוציעס. אין די 1920ער יאָרן האָבן ייִדישע ליטעראַטן, זשורנאַליסטן און פּאָליטישע דענקער אָנגעהױבן רעדן וועגן אײראָפּע װי אַ הײם פֿאַר ייִדן און ייִדיש. אידעאָלאָגיש זײַנען זײ געשטאַנען צװישן ציוניזם און אַסימילאַציע, און דער באַגריף פֿון „ייִדיש־אײראָפּע‟ האָט געדאַרפֿט דינען װי אַן ענטפֿער צו בײדע.
ייִדישע דענקער זײַנען געװען אַקטיװ פֿאַרטאָן אין אױסטראַכטן כּלערלײ אידעיִשע קאָנסטרוקציעס, כּדי צו באַגילטיקן אױף אַ מאָדערנעם שטײגער דעם אײגנאַרטיקן מצבֿ ייִדן װי אַ גלות־פֿאָלק. װי עס האָט דערװיזן פּראָפֿעסאָר בנימין מאָס, איז דער דאָזיקער ענין געװאָרן ספּעציעל אַקטועל אַרום די מיטן־1930ער יאָרן, װען עס איז געװאָרן קלאָר, אַז אַלע טירן פֿאַר עמיגראַציע פֿון אײראָפּע שליסן זיך אײנע נאָך דער אַנדערער. אַזױ אַרום איז דאָס אײראָפּעיִשע „ייִדישלאַנד‟ בלית־ברירה פֿאַרבליבן די אײנציקע מעגלעכקײט.
נאָכן חורבן זעט דער גאַנצער אײראָפּעיִשער ייִדישער פּראָיעקט אױס װי אַ בײזער חלום, אָבער אײניקע שטיקלעך דערפֿון לעבן װײַטער אינעם ייִדישן קאָלעקטיװן זכּרון. אײנער פֿון די בולטסטע צװישן זײ איז דער אימאַזש פֿון װילנע. פּראָפֿעסאָר שמואל קאַסאָװ האָט באַטראַכט אײראָפּע פֿון דעם שטאַנדפּונקט פֿון דער װילנער אינטעליגענץ נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה. צוליב דעם אײגנאַרטיקן מצבֿ פֿון װילנע אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע אין די יאָרן 1915־1918 האָט זיך דער ייִדישער אינטעליגענץ אײַנגעגעבן אױפֿצובױען אַ שטאַרקע מאָדערנע װעלטלעכע קהילה מיט אײגענע געזעלשאַפֿטלעכע, קולטורעלע און דערציִערישע אינסטיטוציעס. די פֿירנדיקע ראָלע דערבײַ האָט געשפּילט זלמן רײזען, דער רעדאַקטאָר פֿון דער ייִדישער צײַטונג „לעצטע נײַעס‟.
אין דעם אײראָפּעיִשן ייִדישלאַנד האָט זיך װילנע געהאַלטן פֿאַר אַ הױפּטשטאָט, אָבער אין דער פּױלישער מלוכה איז דאָס געװען אַ צװײט־ראַנגיקע פּראָװינץ־שטאָט. פּראָפֿעסאָר קאַסאָװס רעפֿעראַט האָט אַרױסגערופֿן אַ לעבעדיקע דיסקוסיע װעגן דעם, װעלכע שטאָט איז געװען װיכטיקער פֿאַר ייִדיש, װילנע אָדער װאַרשע. די פּױלישע פֿאָרשערינס יאָאַנאַ נאַליװײַקאָ־קוליקאָװ און אַלעקסאַנדראַ געלער האָבן פֿאָרגעשטעלט זײערע טיף־געפֿאָרשטע שטודיעס פֿון דער װאַרשעװער ייִדישער פּרעסע. זײ האָבן דערװיזן, אַז „הײַנט‟ און „די ליטעראַרישע בלעטער‟ זײַנען טאַקע געװען די צעטנראַלע ייִדישע צײַטונגען, װאָס האָבן געהאַט אַ װעלט־ברײטע לײענערשאַפֿט און האָבן געדעקט װעלט־פּאָליטיק און אײראָפּעיִשע קולטור. װי עס האָט דערװיזן פּראָפֿעסאָר קאַראָלינאַ שימאַניאַק, האָבן זיך די װאַרשעװער ייִדישיסטן געשלאָגן אױף עטלעכע פֿראָנטן פֿאַרן כּבֿוד פֿון ייִדיש סײַ קעגן פּױלישע אַנטיסעמיטן סײַ קעגן די פּױליש־ייִדישע אַסאַמילאַטאָרן.
ייִדישלאַנד האָט אַן אײגענע מאַפּע, װאָס איז אַנדערש פֿון דער אַלגעמײנער פּאָליטישער מאַפּע פֿון אײראָפּע. אינעם ייִדישלאַנד זײַנען װאַרשע און װילנע אַ סך חשובֿער פֿאַר פּאַריז. אין די דרײַסיקער יאָרן איז די פֿראַנצױזישע הױפּטשטאָט געװאָרן אַ מין קאָלאָניע פֿון פּױלישע ייִדן, מיט אַ קולטורעלן און עפֿנטלעכן לעבן װאָס איז געװען אימפּאָרטירט פֿון דער פּױלישער “מעטראָפּאָליע”. דאָ האָבן די אימיגראַנטן פֿון פּױלן געשאַפֿן אָפּצװײַגן פֿון די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס װי „קולטור־ליגע‟ און האָבן ממשיך געװען די אידעאָלאָגישע מחלוקות פֿון דער אַלטער הײם. פּראָפֿעסאָר גענאַדי עסטרײַך און ד”ר ניק אַנדערװוּד האָבן אַנאַליזירט די פּאָליטישע און אידעאָלאָגישע חילוקי־דעות צװישן בונדיסטן און קאָמוניסטן, װאָס האָבן זיך אױסגעשפּילט אין דער פּאַריזער ייִדישער סבֿיבֿה אין די 1930ער יאָרן.
װאָס פֿאַר אַ חשיבֿות האָבן די דעמאָלטדיקע ייִדישע השׂגות פֿון אײראָפּע פֿאַר אונדזער צײַט? די דאָזיקע פֿראַגע בלײַבט דערװײַל אָפֿן, אָבער עס איז מסתּמא ניט צופֿעליק, אַז דװקא אינעם איצטיקן מאָמענט, װען אײראָפּע שטײט, דאַכט זיך, אױפֿן שװעל פֿון אַ נײַעם קריזיס, װענדט מען זיך צו דעם פֿאַרגעסענעם עבֿר, כּדי בעסער צו פֿאַרשטײן דעם הײַנט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.