די ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור איז לכל־הפּחות 746 יאָר אַלט. אַ סך מיינען אַז מיטן מאָרד פֿון זעקס מיליאָן ייִדן דורך די דײַטשן און זייערע קאָלאַבאָראַטאָרן איז געקומען אַ סוף צו דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור. לעצטנס האָט אַ תּלמיד דאָ אין אַ מיטלשול אין ירושלים געשטעלט אַ פֿראַגע אין קלאַס: „פֿאַר וואָס זענען דאָ אַזוי ווייניק ייִדיש־ריידנדיקע?‟ און די לערערקע — דװקא אַ לערערקע פֿון ייִדישער געשיכטע — האָט אים געענטפֿערט: „ווײַל די ייִדיש ריידנדיקע זײַנען שוין אַלע אויסגעשטאָרבן.‟
געשטאָרבן־געשמאָרבן, אַ לעבן מאַכט ייִדיש ביז הײַנט צו טאָג…
לעצטנס איז דערשינען אין ישׂראל אַ באַנד הײַנטצײַטיקע ייִדישע פּאָעזיע, געשריבן פֿון צענדליקער ייִדישע פּאָעטן אַלע געבוירענע נאָך די יאָרן פֿון אומקום, ייִדישע פּאָעטן וואָס וווינען אין ישׂראל, רוסלאַנד, עסטרײַך, פֿראַנקרײַך, ענגלאַנד, אַמעריקע און אַזוי ווײַטער.
שוין יאָרן ווי עס איז אָנגענומען בײַ ייִדן, אַז מיט דער שואה האָט זיך פֿאַרענדיקט די ייִדישע ליטעראַטור. דאָס איז, פֿאַרשטענדלעך, בכלל נישט ריכטיק, און דער הײַנטיקער אַרטיקל, צוזאַמען מיטן קומענדיקן, וועט מן־הסתּם באַווײַזן, אַז נישט געקוקט וואָס היטלער האָט דערמאָרדעט אַרום פֿינף מיליאָן ייִדיש־ריידנדיקע ייִדן, זייערע אָרגאַניזאַציעס און זייער קולטור, האָט זיך די געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און שעפֿערישקייט ניט אָפּגעשטעלט.
אין הײַנטיקן אַרטיקל וועלן אַוועקגעשטעלט ווערן צוואַנציק פֿראַגעס פֿאַרבונדן מיט אונדזער טעמע, און אין קומענדיקן אַרטיקל וועלן געגעבן ווערן די אויפֿריכטיקע ענטפֿערס באַזירט אויף היסטאָרישע פֿאַקטן. דערווײַל, ביז ענטפֿערס וועלן געדרוקט ווערן אין פֿאָרווערטס, וועט דער לייענער האָבן צײַט אַ קלער טאָן וואָס ער ווייסט אָדער ווייסט נישט, כּדי צו ענטפֿערן אויף די הײַנטיקע פֿראַגעס.
פֿראַגע נומער 1: אַז מע רעדט װעגן דער ייִדישער פּרעסע אין פּוילן, צווישן ביידע וועלט־מלחמות, וויפֿל צײַטונגען און זשורנאַלן אויף ייִדיש מיינט איר זײַנען דערשינען אין פּוילן צווישן 1918 און 1939?
פֿראַגע נומער 2: ווי פֿיל ייִדיש־שרײַבער און מחברים מיינט איר זײַנען געווען טעטיק אויף דער וועלט אין די לעצטע 150 יאָר? פֿון מיטן פֿון 19טן יאָרהונדערט ביזן סוף פֿון 20סטן יאָרהונדערט?
פֿראַגע נומער 3: צי האָבן ייִדן געשריבן אין נאַצישע געטאָס און לאַגערן, און אויף וועלכע שפּראַכן?
פֿראַגע נומער 4: וואָס איז פֿאָרט פֿאַרבליבן פֿון דעם וואָס ייִדן האָבן געשריבן בעתן אומקום?
פֿראַגע נומער 5: צי האָט ווער עס איז געשריבן אין ווילנער געטאָ?
פֿראַגע נומער 6: צי זענען געווען שרײַבער וואָס האָבן געשריבן אין וואַרשעווער געטאָ?
פֿראַגע נומער 7: און ווער האָט געשריבן אין לאָדזשער געטאָ?
פֿראַגע נומער 8: אויב מע האָט געשריבן, וואָס האָט מען געשריבן?
פֿראַגע נומער 9: פֿון דעם וואָס מע האָט געשריבן, וואָס איז דערשינען אין דרוק נאָך דער מלחמה און ווען, און אויף וועלכע שפּראַכן?
פֿראַגע נומער 10: וואָס קען געזאָגט ווערן וועגן די דרײַ פֿאַרשיידענע תּקופֿות פֿון דער ייִדישער חורבן־ליטעראַטור – פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, בעת דער מלחמה, און נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה?
פֿראַגע נומער 11: וואָס ווערט געמיינט מיט די ווערטער “פֿאָרגעפֿיל וועגן אַן אָנקומענדיקן חורבן”, אין דער ייִדישער ליטעראַטור?
פֿראַגע נומער 12: ווער זײַנען עס די געראַטעוועטע ייִדישע שרײַבער וועלכע האָבן געשריבן נאָכן חורבן, וועגן חורבן?
פֿראַגע נומער 13: אויף ווי פֿיל האָט די חורבן־ליטעראַטור און די אומקום־תּקופֿה משפּיע געווען אויף דער ייִדישער ליטעראַטור ביז הײַנט?
פֿראַגע נומער 14: וואָס ווייסן מיר וועגן די שריפֿטן פֿון ק. צעטניק און זײַן ראָמאַן סאַלאַמאַנדראַ?
פֿראַגע נומען 15: צי האָט אלי וויזעל געשריבן אויף ייִדיש, און וואָס איז זײַן בוך … און די וועלט האָט געשוויגן?
פֿראַגע נומער 16: צי מעגן מיר באַטיטלען חיים גראַדען ווי דער פֿערטער קלאַסיקער אין דער ייִדישער ליטעראַטור?
פֿראַגע נומער 17: וואָס איז געשען מיט דער ייִדישער שפּראַך אין געטאָס און לאַגערן?
פֿראַגע נומער 18: וואָס איז מרדכי שטריגלערס צושטײַער צו דער חורבן־ליטעראַטור אויף ייִדיש?
פֿראַגע נומער 19: וואָס קען געזאָגט ווערן וועגן יודל מאַרקס גרויסער ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך?
פֿראַגע נומער 20: צי וועט די ייִדישע ליטעראַטור אין דער נאָענטער צוקונפֿט אַרויף אויף נײַע וועגן?
אַ גרינטלעכער ענטפֿער אויף יעדער איינער פֿון די 20 פֿראַגעס, איז אַ טעמע פֿאַר אַן אַרומנעמיקער אַרבעט פֿאַר זיך. דאָס זענען 20 פֿאָרשפּראָיעקטן, און דערפֿאַר, אין קומענדיקן אַרטיקל וועלן די ענטפֿערס זײַן סכעמאַטיש, קורץ און באַשרענקט. אָבער עס איז קיין ספֿק נישט אַז יעדע פֿראַגע איז ראוי צו אַ גרינטלעכן ענטפֿער אין דער צוקונפֿט.
המשך קומט
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.